בלאט 40 פון 179

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:23 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אויב באראק חוסיין אבאמא איז אויף א דערטראנקענע שיף, ווער ווערט געראטעוועט?

גאנץ אמעריקא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:46 pm
דורך ציבעלע-קיגל
דער אייבישטער האט אראפ געקוקט ממעון קדשו און געזעהן אז דער וועלט איז ליידער אנגעפילט מיט בעלי עבירה. האט ער אראפ געשוקט א מלאך צו זעהן אויב עס איז טאקע נישט דא קיין צדיקים.

דער מלאך קומט צוריק און זאגט אז ליידער ער האט נאר געטראפען 36 אמת-דיגע צדיקים.

האט דער אייבישטער נאך-אמאהל אראפ געשוקט א מלאך צו זעהן אויב עס איז טאקע אמת.

און אויך דער צווייטער מלאך האט געזאגט אז ליידער ער האט אויך נאר געטראפען 36 אמת-דיגע צדיקים.

און אזוי אויך דער דריטער מלאך.

האט דער אייבישטער געשוקט אן אימייל פון חיזוק צו די 36 צדיקים.

ווער ווייסט וואס איז געשטאנען אין די אימייל?

ענק ווייסען נישט? איך האב אויך נישט באקומען די אימייל.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:47 pm
דורך מאטי
טעראפיסט: א ווייב דארף זיין גענוג קלוג בלויז צו וויסן אז ווען ס'רעגנט לויפט מען אונטער א דאך.

פאציענט: איך ווייס, אבער ווען ס'רעגנט טרעפט זי קיינמאהל נישט קיין דאך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:38 am
דורך ציבעלע-קיגל
נאך 120 איז א רבי איז אנגעקומען צום גן עדן און מען זאגט איהם אז פאר פופציג טויזינט דולר לאזט מען איהם אריין.
דער רבי שטייט און ווינדערט זיך און פרעגט וואס איז פשט?
זאגט מען איהם אויב ער האט געקענט באצאלען הונדערט טויזינט צו זיין אויפ'ן קאווער פון כל העולם כלו, זאל ער דא אויך באצאלען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:41 am
דורך ציבעלע-קיגל
איינער זאגט מיר אז ער פארט ראש השנה צו מירון
און
ל"ג בעומר צו אומן

צו פארמישען דעם שטן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:52 am
דורך טעפל
מ גפני האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
אדמו״ר האט געשריבן:ס׳איז דאך באקאנט אז דער הייליגער באר מים חיים פלעגט שבת זיין מיט א קאפ העכער ווי א גאנצע וואך. פלעגט קרעטשנאפע רבי צולייגן: דער זיידע ר׳ לייזער וואלף איז געווען א גאנצע וואך מיט א קאפ העכער!

דער הייליגער קרעטשניפ'ער זיידע, רבי לייזער וואלף איז געוועין עפעס א שטיקל קרוב מיט ר' לייזער וואלף דעם בוטשער? (דער, וואס האט געוואלט חתונה האבן מיט טוביה דער מילעכיגער'ס טאכטער, צייטל.(... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :lol: :x :P :oops: ;) :o

ר' הערשעלע קרעטשנאפער פלעגט אלעמאל רעדן פון: דער זיידע ר׳ לייזער וואלף, פארציילט מען אז ביים ברית פון ר' זיידל האט ער אים געוואלט א נאמען געבן נאכן זיידען ר׳ לייזער וואלף, אבער פון געוואוינהייט האט ער געגעבן א זאג ארויס "זיידא אליעזר זאב"...

דערמאנט פון יענעם משגיח וואס פלעגט זאגען ביי יעדען חתן "איך האב געהאט א יד דערין" ביז א בחור איז איהם געקומען זאגען ס'קומט זיך איהם א מזל טוב און ער זאגט גלייך איך האב געהאט א יד דערין, יא זאגט דער בחור, מיין מאמע האט געהאט א מיידל..

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:50 am
דורך [NAMELESS]
איך הער יעצט פון א חבר מיינער זאגט ער מיר אז ער פארט ראש השנה קיין מירון אין ל״ג בעומר קיין אומאן כדי לערבב השטן.... ;)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:26 pm
דורך אדמו״ר
ס׳קומט אריין די נייעס אז ״home depot" האט לכבוד דעם בעפארשטייענדען יו״ט סוכות ארויסגעשטעלט א סיין מיט די פאלגאנדע מודעה:

""We do not have the "think" to the "think" wot is made for the "think. "

(אין יודיש: ״מיר האבן נישט די ״זאך״ פאר די ״זאך״ וואס איז געמאכט פאר די ״זאך״...)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:04 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:14 pm
דורך [NAMELESS]
טעפל האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
אדמו״ר האט געשריבן:ס׳איז דאך באקאנט אז דער הייליגער באר מים חיים פלעגט שבת זיין מיט א קאפ העכער ווי א גאנצע וואך. פלעגט קרעטשנאפע רבי צולייגן: דער זיידע ר׳ לייזער וואלף איז געווען א גאנצע וואך מיט א קאפ העכער!

דער הייליגער קרעטשניפ'ער זיידע, רבי לייזער וואלף איז געוועין עפעס א שטיקל קרוב מיט ר' לייזער וואלף דעם בוטשער? (דער, וואס האט געוואלט חתונה האבן מיט טוביה דער מילעכיגער'ס טאכטער, צייטל.(... :? :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :lol: :x :P :oops: ;) :o

ר' הערשעלע קרעטשנאפער פלעגט אלעמאל רעדן פון: דער זיידע ר׳ לייזער וואלף, פארציילט מען אז ביים ברית פון ר' זיידל האט ער אים געוואלט א נאמען געבן נאכן זיידען ר׳ לייזער וואלף, אבער פון געוואוינהייט האט ער געגעבן א זאג ארויס "זיידא אליעזר זאב"...

דערמאנט פון יענעם משגיח וואס פלעגט זאגען ביי יעדען חתן "איך האב געהאט א יד דערין" ביז א בחור איז איהם געקומען זאגען ס'קומט זיך איהם א מזל טוב און ער זאגט גלייך איך האב געהאט א יד דערין, יא זאגט דער בחור, מיין מאמע האט געהאט א מיידל..

סאיז א מעשה שהיה אין נישט קיין ווערטעל אין דער משגיח לעבט נאך ער איז נישט קיין משגיח נאר א משיב אין טשעבין׳ער ישיב״ג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:23 pm
דורך [NAMELESS]
סיפור שהתפרסם לאחרונה על האדמו"ר הקדוש שמגלגל בעיניו הבדולחות וצופה עתידות ונסתרות הבעל דמיון ר׳ שלום ברגער ממישקאלץ פ״ת מייסד הקרייה והביד״ץ וכיכר מישקולץ המפורסמת שעלה בסערה השמיימה, וכשרצה להכנס לגן עדן התנו זאת בתשלום של 150,000$ כשתמה על המחיר, ועוד לגן עדן שמגיע לו בדין וביושר, השיבו לו שעל מקום ב'כל העולם כולו' שילם יותר..
c/p

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
http://bshch.blogspot.com/2014/09/blog- ... 1.html?m=0
חידושים נפלאים פון מרן פוסק הדור מראשי הסיקריקים רד״מ שמידל בנוגע צום קומעדיגען שנת השמיטה:
א. אסור להשתמש בחלב הפרות שאוכלות תבואה של שביעית.
איסור זה אינו רק בשביעית אלא לכל השנים, מאחר שגוף הפרות נעשה חפצא דאיסורא.

ב. אסור לאכול דבש דבורים שיונקות מצוף פירות עצי ערלה.

ג. אסור גם להשתמש בזבל הפרות שאוכלות תבואה של שביעית, מאחר והפרות נעשו אסורות בהנאה עולמית.
ויש לעיין בענין היתר שחיטת הפרות, ולכן כדאי להדר אחר בשר אריות דובים ונמרים שאינם בחשש שאוכלים תבואה של שביעית.

ידידנו הרב הבלין הרב נחום חנון והרב משה מנדלסון עמלים לסדר לקראת שנת השמיטה חלב עכו"ם מהודר ללא חשש שביעית, נא לעקוב אחרי ההודעות.
לגבי חלב בכורות תבוא הודעה נפרדת מאת מרן פוסק הדור שליט"א

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר
ויאכלו ענבים וישבעו ויותירו....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:24 pm
דורך דריידל
ווערייזן איז אופגעקומען מיט א המצאה וויאזוי גרינגער צו מאכן פאר אלע וואס מיטשען זיך ארום מיט סעלפאונס אז נישט אלץ איז דא גיטע סערוויס וכדומה, ובכלל זענען דא אזעלכע וואס וואלטן געקענט באשטיין נישט צו דארפן כסדר מיטשלעפן דעם סעל, האבן זיי געמאלדן א פלאן אז זיי וועלן צושטעלן טעלעפאנען ביי אלע קארנערס און פאר א נישטיגע 25¢ וועט מען קענען ריפן איבער גאנץ אמעריקא.

ונראה מה יהיו חלומותיו

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:19 am
דורך ונבנתה העיר
אדמו״ר האט געשריבן:ס׳קומט אריין די נייעס אז ״home depot" האט לכבוד דעם בעפארשטייענדען יו״ט סוכות ארויסגעשטעלט א סיין מיט די פאלגאנדע מודעה:

""We do not have the "think" to the "think" wot is made for the "think. "

(אין יודיש: ״מיר האבן נישט די ״זאך״ פאר די ״זאך״ וואס איז געמאכט פאר די ״זאך״...)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:02 am
דורך שמעקעדיג
אריין אין אשכול פון מאדנע עדס...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:05 am
דורך ברסלבער
די איידיע איז גע'גנב'ט פון ווילהעלמס אין ווימ"ס, זיי האבן עס געשריבן פאריאר פאר סוכות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:55 pm
דורך אדמו״ר
דריידל האט געשריבן:ווערייזן איז אופגעקומען מיט א המצאה וויאזוי גרינגער צו מאכן פאר אלע וואס מיטשען זיך ארום מיט סעלפאונס אז נישט אלץ איז דא גיטע סערוויס וכדומה, ובכלל זענען דא אזעלכע וואס וואלטן געקענט באשטיין נישט צו דארפן כסדר מיטשלעפן דעם סעל, האבן זיי געמאלדן א פלאן אז זיי וועלן צושטעלן טעלעפאנען ביי אלע קארנערס און פאר א נישטיגע 25¢ וועט מען קענען ריפן איבער גאנץ אמעריקא.

ונראה מה יהיו חלומותיו

בכלל זאגט דאך שוין יענקל מילער אז ער איז אויגעקומען מיט א נייע המצאה אז מ׳זאל נישט דארפן זיכן דעם טעלעפאוין, מען זאל מאכן א טעלעפאון וואס האט א ווייער צוגעטשעפעט, און עס איז באהאפטן צום וואנט, אזוי וועט מען עס נישט דארפן זיכן יעדעס מאל ווין מ׳וויל איינעם קאלן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:59 pm
דורך כוכב
א בלינדער זעט אז די עדד איז דעזיינט געווארן דורך מידיא אטג וואס האט א רעקארד פון איבערקייען און איבערדרעשן אלטע ישן נושנדיגע איידיעס.
מיט א צייט צוריק האט א וויין פירמע געלאזט לויפן אן אינטערסאנטע רעקלאמע אונטערן קעפל perfectly balanced און די עד האט געוויזן ווי די צווילינגען פון פראנקרייך באלאנסירן א וויין אויף זייער קאפל.
זייער א קריעטיווע עד.
גייט דורך א פאר וואכן און מידיא אטג מאכט אן עד פאר אמעריקארד ווי א קרעדירט קארד מאשין איז געווארן א וואגשאל מיט א טעגליין perfectly balanced
וואט עי לאוזי עד מיסטער איידליס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:24 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אריין אין אשכול פון מאדנע עדס...

דאמאלס דארף דער ערשטער עד --ווי ס'שטייט "ווי דאנ'ט העוו דע טהינק, וכו'" אויך אריינגיין אין דעם זעלבן אשכול...וד"ל, ואכמ"ל, ודפח"ח, ועזבאעה"ח... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :x :P :roll: :oops: ;) :o

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:14 am
דורך Kool man
עמיצער האט געפרעגט ר' חיים פלאהר שליט"א, איר זענט דאך היינט שוין א גרויסע רבי, פארוואס הענגט מען אייך נישט אויף קיין הונדערטער לעמפלעך אויף די גאס ווען איר מאכט חתונה כמנהג האדמורי"ם?
האט ער געענטפערט, פארוואס מיינט איר לייגט מען די לעמפלעך און טאוולעך? ווייל מ'שיקט אראפ די זיידעס פון גן עדן, און די זיידעס וואס שטאמען פון אייראפע און קענען זיך בכלל נישט אויס אין אמעריקא, ווייסען זיי נישט וואו צו גיין, לייגט מען די לעמפלעך און סיינס זיי זאלען קענען טרעפען וואו איז די חתונה, מיינע זיידעס האבען שוין געוואוינט אין אמעריקא, זיי ווייסען אליינץ וואו צו גיין
ודפח"ח
:)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:33 pm
דורך יין שרף
זאגט מיר איינער, אז ווען א מענטש האט א קאורט קעיס האט ער דריי עצות.
אדער צו נעמען א גוטע לויער.
אדער מאכן א פלי בארגען.
אדער פליען משוגע...

די זעלבע זאך איז ראש השנה, סאיז דא וואס פארען צום רעבי׳ן=א גוטע לויער.
ס׳זענען דא וואס גייען אריין אין ביהמ״ד - זיי פליען גילטי פארן רבש״ע. און האפן פארן בעסטן.
און דערנאך זענען דא וואס פארן קיין אומאן...

(ח״ו נישט געמיינט לגנאי פאר די ברסלב׳ע חסידים וואס גייען אויסבעטן א גוט יאר ביי זייער רבי׳ן, נאר די איבריגע 24,000 מענטשען...)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:24 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
איינער זאגט מיר אז ער האט אמאהל געהערט א בעל דרשן געגעבען א דרשה אין א שיל, אין געזאגט...

שטייט אין פסוק ״כי לד׳ המלוכה ומושל בגוים״

האט געטייטשט דער פריערדיגער באבאב׳ער רב ר׳ מרדכי דוד שליט״א....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:46 am
דורך יין שרף
די איינציגסטע וואס נוצן עכט אויס די הלכה פון לבוד זענען די וואס בויען די ווענט אין פאבליק טוילעטס...