בלאט 40 פון 214

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 11:22 pm
דורך שמח לעזור
איך קען אביסל קאמפיוטערס אין איך האב ליב צו העלפן און אויך זיך צו לערנען איך קען גאנץ א משהו גראפיק בעיקר עימוד טאמער איינער דארף הילף איך בין רעדי צו העלפן פאר ווער סבעט נאר יודיש איז מיין מאמע לשון

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 11:24 pm
דורך בן חכמוני
א פלעינע מענטש וואס באקומט צומאל לינקס פון דעם סייט אין פילט צומאל א דראנג צו מגיב זיין. איך פלאניר דירעקט נישט צו זיין שטארק אקטיוו. געהערן געהער איך אין ערגעץ נישט. טאלאנטען בין איך פול: מוזיק, תורה, היסטאריע, פיזיקס, פיינענס, געזעץ א.נ. מיין יארגאנג וואלט איך פריפערט צו האלטן אין געהיים. וואס נאך? ניין, דערווייל האב איך נישט וואס מיטצוטיילן מיטן עולם. סי יא אין די פארומס.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 11:25 pm
דורך קאווע טרינקער
שמח לעזור האט געשריבן:איך קען אביסל קאמפיוטערס אין איך האב ליב צו העלפן און אויך זיך צו לערנען איך קען גאנץ א משהו גראפיק בעיקר עימוד טאמער איינער דארף הילף איך בין רעדי צו העלפן פאר ווער סבעט נאר יודיש איז מיין מאמע לשון

א גוטן. נו, דו ניצט תג? אדער?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2015 11:26 pm
דורך קאווע טרינקער
בן חכמוני האט געשריבן:א פלעינע מענטש וואס באקומט צומאל לינקס פון דעם סייט אין פילט צומאל א דראנג צו מגיב זיין. איך פלאניר דירעקט נישט צו זיין שטארק אקטיוו. געהערן געהער איך אין ערגעץ נישט. טאלאנטען בין איך פול: מוזיק, תורה, היסטאריע, פיזיקס, פיינענס, געזעץ א.נ. מיין יארגאנג וואלט איך פריפערט צו האלטן אין געהיים. וואס נאך? ניין, דערווייל האב איך נישט וואס מיטצוטיילן מיטן עולם. סי יא אין די פארומס.

א גוטן. לאמיר טאקע אנהייבן מיט מוזיק. וויאזוי געפעלט אייך לגייס נייע אלבום אחכה לו?

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 1:20 pm
דורך גוט געטראכט
איך האב געדאנקען און שאיפות וואס רוב חסידישע גאס איז נישט מסכים - לכה"פ ברבים - מיט מיר. אז איך וועל האבן צייט און געדולד וועל איך מיטטיילן מיינע געדאנקען מיט אחים לדעה און מיט יעדער וואס וועט הערן מיין קול וואס וועט דא געהערט ווערן מסוף העולם ועד סופו

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 1:22 pm
דורך י.ל.פרץ
דא בין איך ווייל שוין א וויילע וואס איך קיין גוטע קאווע נישט געהאט. מיינע אינטערעסן זענען נישט די זעלבע ווי דיינע... הפנים מיין אמת׳ן ציל דא איז צו נהנה זיין פון די רייכע ידיעות וואס ווערן דא אלץ אויסגעליפטערט. קיינע ספעציעלע טאלאנטן פארמאג איך, שאיפות האב איך נישט, און פלענער זיכער נישט.

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 2:29 pm
דורך יואב
י.ל.פרץ האט געשריבן:דא בין איך ווייל שוין א וויילע וואס איך קיין גוטע קאווע נישט געהאט. מיינע אינטערעסן זענען נישט די זעלבע ווי דיינע... הפנים מיין אמת׳ן ציל דא איז צו נהנה זיין פון די רייכע ידיעות וואס ווערן דא אלץ אויסגעליפטערט. קיינע ספעציעלע טאלאנטן פארמאג איך, שאיפות האב איך נישט, און פלענער זיכער נישט.

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם וויאזוי ס'איז אייך באקוועם.

מיט אזא ניק אבער וואלט איך געהאפט אז איר האט יא ספעציעלע טאלאנטן, שאיפות  און פלענער.

ר' יצחק לייב קען נאך אראפקוקן פון אויבן מיט פאדרוס, הלמאי עמיצער נעמט זיין נאמען סתם אין דער וועלט אריין.

נשלח: מאנטאג יולי 27, 2015 2:46 pm
דורך רוסישער
איינע פון די שבחים וואס מ'רעדט אויף פרץ'ן, איז אז ער פלעגט העלפן אידישע אינגלאך, אן אויסערגעווענליכע טאלאנטן, פון ערשטן בליק גאר פראסטע לא-יוצלח-ניקעס, זיי אויפהויבן מעודד זיין און זיי מדריך געווען ביז אז פון זיי איז געווארן וועלט בארימטע שרייבער'ס און זורנאליסטן...

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 10:52 pm
דורך ניוטאן
וויאזוי איז מען מסביר א נייגעריגע קאטשקע אין בלויז געציילטע פערציג ווערטער וויאזוי דעקט מען אויף א פארבארגענע נשמה אין איין פאראגראף? איך וויל זיין א חלק פון אן אקטיווע און אנגייענדע זאך און זעהן און הערן און פארשטיין און זאגן

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 10:53 pm
דורך צייטנווייז
I am not that good in english but i am typing it better, i wanna join here to be able to comment and write, i am not good in typing longer things but here and there i have a question, an answer and so on so please allow me .

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 10:54 pm
דורך ראציאנאל
אזוי זיצענדיג ביים קאפיוטער האב איך מיר דערמאנט אז איך האב אמאל געהערט פון א פארום וואס ריפט זיך קוווע שטיבל האב איך מחליט געווען לאמיר א קוק טוען וואס דארט גייט פאר האב איך מחליט געווען יא יא איך גיי מיר איינשרייבן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 11:20 pm
דורך chaims
נו קום צייג אונז וואס איז דאס ראציאנאל....

I can't believe I just said that...

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 6:21 am
דורך רעינבאו דעש
צייטנווייז האט געשריבן:I am not that good in english but i am typing it better, i wanna join here to be able to comment and write, i am not good in typing longer things but here and there i have a question, an answer and so on so please allow me .

?You mean English or Yiddish

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:42 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
צייטנווייז האט געשריבן:I am not that good in english but i am typing it better, i wanna join here to be able to comment and write, i am not good in typing longer things but here and there i have a question, an answer and so on so please allow me .

Start with your fist question. We are all waiting to answer

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 10:43 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ראציאנאל האט געשריבן:אזוי זיצענדיג ביים קאפיוטער האב איך מיר דערמאנט אז איך האב אמאל געהערט פון א פארום וואס ריפט זיך קוווע שטיבל האב איך מחליט געווען לאמיר א קוק טוען וואס דארט גייט פאר האב איך מחליט געווען יא יא איך גיי מיר איינשרייבן

האסט געטוהן ריכטיג!

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 3:01 pm
דורך אחד העם
.

נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:
צייטנווייז האט געשריבן:I am not that good in english but i am typing it better, i wanna join here to be able to comment and write, i am not good in typing longer things but here and there i have a question, an answer and so on so please allow me .

Start with your fist question. We are all waiting to answer

Seems like you love boxing ;)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 8:12 pm
דורך פריעד באטשי
[tag]grossch43[/tag], וועלקאם טו דע קלאב.

(וואס איז פשט אז מען דארף זיך מער נישט פארשטעלן אין דעם אשכול?)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 2:33 pm
דורך יתגדל
ס'איז געשמאק צו קענען ליינען און זיך שרייבן מיט אביעקטיווע מענטשן, וואס ווייסן זייער ציל און קענען זיך ארויסגעבן אפענהארציג זייערע מיינונגען איבער טעמעס וועלכע ווערן אין אנדערע פלעצער געלייגט אונטערן קארפעט.
דאס באזעסנקייט און אומפארטייאישקייט פון 'קאווע שטובל' האלט דעם שרייבער געלאסן צו רואיג ארויסברענגען זיינע דיעות אין אלע נושאים וואס אנדערע קענען געניסן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 1:18 pm
דורך פאשוטער איד
איך בין אפשוטער איד. בתוך עמי אני יושבת, מעורב בין הבריות, זוכט צו זיין גוט אין וויל זיין גוט, וויל מיטיילען זיינע מחשבות מיט אנדערע, עוסק אסך אין היסטאריע אין מחקר,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:21 am
דורך עזריאל
רימון האט געשריבן:זומער, ווען דער נאכמיטאג איז לאנג, און מ'קען עסן מילכיגס ביי שלש סעודות, דעמאלט גלייך איך שטארק אהערצושטעלן א גרויסע סאלאט פון סמייטע מיט סטראבעריס.
איך וועל קיינמאל נישט לייגן קיין טשעינזש אין מיין בעק פאקעט, ווייל דערנאך, ווען מ'זעצט זיך אוועק, ספעציעל אויף הארטן בענקל, קען עס אנהייבן שטעכן געפערליך.
צומאל לוינט מיר צו נעמען די ריסק און פארקן ביי א פאמפ, למשל אין א פאל וואס איך יאג מיך, אויב די שאנסן צו קריגן א טיקעט אין יענער ספעציפישער געגנט איז מינימאל, ווייל למעשה האב איך געקריגן א באקוועמע פארקינג וואס קומט נישט אלעמאל אן גרינג.
איך האלט נישט פון איינקויפן די געשיילטע ניסלעך, קודם כל איז עס טייערער, און צוויי, עפעס אריגינעליטעט איז דא ביים אויפקראכן א ניסל און באגעגענען זיין ערשטע שמייכל צו דער וועלט.
ווילט איר וויסן נאך איבער מיר, ווען איך גיי ארויף סטעפס, אויב האב איך כוח, וועל סקיפן צוויי סטעפס אויפאמאל, קודם כל פארדינט מען צייט, און צווייטנס כל איז עס גוט פאר עקסערסייז.
און צום לעצט א וויכטיגע נקודה וואס איך האלט אנדערע מעגן קאפירן, נעווער עווער וועל איך זיך אנעסן ביי א שמאגערסבאורד, ס'איז פשוט א שאד זיך אנצופולן מיט די טשיפ סחורה, ווען מיט אביסל געדולד, קען מען אויסווארטן ביז דער סארווער הויבט אן סערווירן די ריכטיגע סחורה ויאכלו ענוים וישבעו.

איך האב דאס יעצט אנגעטראפן, איך שפיי פאר געלעכטער. רימון טייערער ביטע לאז דיך הערן אביסעלע מער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:33 am
דורך אדנירם
עזריאל האט געשריבן:

כ[tag]עזריאל[/tag] ועוד לקרא.
שוין דא צוויי שפייער'ס...

[tag]רימון[/tag], וואו ביזטו?!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:53 pm
דורך mevakesh
א גוטן טייערע יודן
איך בין א יוד וואס פרובירט צו זיין גוט צו יעדעם און פארמערן גוטס
איך פרוביר אויך צו נאשן ידיעות און פארברייטערן מיינע געדאנקעןן גאנג
און איך רוף מיר מבקש ווייל איך וויל וועלן זיכן פאר העכערס
איך האף הנאה צו האבן דא אין שטיבעל און מהנה זיין אנדערע

מבקש