בלאט 40 פון 94

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 11:10 pm
דורך ליפא
Sanders is an honorable man

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 1:15 am
דורך שבת אחים
די טיימס מאגאזין זאגט אז בערני האט געוואונען די דעבאטע 86% און נאר 14% זאגט אז הילערי האט געוואונען! אלע אנדרע נייעס קוועלער זאגן אויך אז בערני האט געוואונען! :like

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 2:12 am
דורך דעת תורה
washington post calaims clinton won, and bernie loses automatically since there must be a loser too

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:18 am
דורך שבת אחים
דעת תורה האט געשריבן:washington post calaims clinton won, and bernie loses automatically since there must be a loser too

די טיימס וואס איך ברענג אראפ איז א פאול פון מענטשען וואס מ׳האט אויסגעפרעגט, די וואשינגטאן פאוסט וואס דו ברענגסט אראפ איז א ארטיקל - זייער אייגענע מיינונג,דערווייל האב איך נישט געזעהן קיין פאול וואס זאל זאגן אז הילערי האט געוואונען.

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 10:48 am
דורך ישראל קאפקע
די לעצטע קוויניפיאק אנקעטע איז ממש שטוינענד, און "גאר" גוטע נייעס פאר סאנדערס.
.Hillary Clinton Losing Her National Lead Over Bernie Sanders, Poll also shows he is more electable! - https://t.co/ClVLatn4Jr via @ABC

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 3:02 pm
דורך גר ותושב
ווען און ווי וועט זיין די דיבאטע מוצאי שבת?

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:03 pm
דורך mevakesh
When: 8 pmEastern Saturday

Where: St. Anselm's College Institute of Politics, Manchester, New Hampshire

TV: ABC

Online: ABCNews.go.com


אגב בין איך נייגעריג וועלכע פילטער איהר האט אז איהר האט נישט צוטריט צו Google נאר צו קאוועשטיבעל.....

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:06 pm
דורך גר ותושב
איך ניץ טאפעטאלק.

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:11 pm
דורך [NAMELESS]
וואס: רעפאבליקאנער דעבאטע
ווען: מוצאי שבת 8:00 בדיוק. (נעמט אין אכט, ע"פ תקנת רבינו וועט די זמנים געהאלטן ווערן גאר פונקטליך)
ווי: סט' אנסעלם קאלידזש, מאנטשעסטער ניו העמפשער.
ווער: טראמפ, קרוז, רוביא, קארסאן, בוש, קריסטי, קעיסידזש

וואטשן לייוו די דעבאטע
http://abcnews.go.com/

====
פיארינע קען גיין עסן א טעלער פארינע ביים קינדער טישל מיט גילמאור...

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:24 pm
דורך גר ותושב
mevakesh האט געשריבן:When: 8 pm




דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: וואס: רעפאבליקאנער דעבאטע
ווען: מוצאי שבת 9:00 בדיוק.


8?-9?

Re: פרעזידענטליכע עלעקשענס 2016

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:33 pm
דורך mevakesh
On ABC website it says 8 but I assume it's not promptly

נשלח: פרייטאג פעברואר 05, 2016 4:36 pm
דורך שבת אחים
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: וואס: רעפאבליקאנער דעבאטע
ווען: מוצאי שבת 9:00 בדיוק. (נעמט אין אכט, ע"פ תקנת רבינו וועט די זמנים געהאלטן ווערן גאר פונקטליך)
ווי: סט' אנסעלם קאלידזש, מאנטשעסטער ניו העמפשער.
ווער: טראמפ, קרוז, רוביא, קארסאן, בוש, קריסטי, קעיסידזש
http://abcnews.go.com/

פיארינע קען גיין עסן א טעלער פארינע ביים קינדער טישל מיט גילמאור...


תיקון טעות:
וואס: קאמעדי שוי-טונקעלע הומאר
ווען: מוצאי שבת 9:00 בדיוק. (נעמט אין אכט, ע"פ תקנת רבינו וועט די זמנים געהאלטן ווערן גאר פונקטליך)
ווי: סט' אנסעלם קאלידזש, מאנטשעסטער ניו העמפשער.
ווער: הויפט קאמידיען -טראמפ, קרוז, רוביא, קארסאן, בוש, קריסטי, קעיסידזש
http://abcnews.go.com/
Reviews: I watched it last time and I didn't find It to be funny it's actually very sad The humor has turned very crude and not at all funny.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 7:24 pm
דורך שבת אחים
די קריטיק אז בערני סענדארס איז נישט גיט ווען ס׳קומט צו ״אויסערן פאליטיק״ וואטשסט ווי בריליאנט ביל מאהר ענטפער אויף דעם!

http://youtu.be/cJmH2wWDze4

ער איז דער איינציגסטער פון אלע קאנדידאטן וואס האט פארויסגעזהן די חרבן וואס די אומזיסטיגע מלחמה אין איראק גייט ברענגן פאר די ראיאן און פאר אמעריקא! פונקטליך וואס ער האט געזאגט פארויס דאס איז געשעהן, בשעת ווען ס׳נישט געוועהן פאפיולער צי זיין קעגן די מלחמה איז ער געוועהן פון די איינציגסטער אין וואשינגטאן וואס האט געשריגן קעגן דעם יעצט קומטס מיר נישט דרייען א קאפ מיט קיין אויסער פאליטיק ווייל במשך זיין 35 יעריגע קאריער אין פאליטיקס איז ער געוועהן גערעכט מיט א יעדע פון זיינע וואוטס דערגעגן הילערי וואס האט געמאכט גענוג און נאך טעותים!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 7:35 pm
דורך שבת אחים

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 7:44 pm
דורך שבת אחים
Bombshell Poll Shows Bernie Sanders Winning The Hearts Of Democratic Voters
http://www.politicususa.com/2016/02/05/ ... oters.html

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 7:49 pm
דורך ליפא
שבת אחים האט געשריבן: ווייל במשך זיין 35 יעריגע קאריער אין פאליטיקס איז ער געוועהן גערעכט מיט א יעדע פון זיינע וואוטס דערגעגן הילערי וואס האט געמאכט גענוג און נאך טעותי!

מיט יעדע וואוט? אויך זיין וואוט קעגן די ערשטע גאלף מלחמה פון '91?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:11 pm
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: ווייל במשך זיין 35 יעריגע קאריער אין פאליטיקס איז ער געוועהן גערעכט מיט א יעדע פון זיינע וואוטס דערגעגן הילערי וואס האט געמאכט גענוג און נאך טעותי!

מיט יעדע וואוט? אויך זיין וואוט קעגן די ערשטע גאלף מלחמה פון '91?

הונדרעט פראצענט! מוואלט געקענט ארויסטרייבן סאדאם כועסין פון קאוועיט מיט א אינטענעישענאלע דרוק, פארוואס מוז אמעריקא לויפן אין מלחמה יעדע דינסטיג און מיטוואך, סאדאם האט אונז אטאקירט? ס׳איז בכלל נישט אויף אונזער קאנטינאנט! פארוואס מוזן מיר זיין די וועלטס פאליציי און זיך אריינמישן אין יעדע אינטערנעשענאל געפעכט? זייט ווען דארף אונזער טעקס געלט און אונזערע יונגע קינדער פראטעקטן די וועלט? ווילסט אז דיין קינד זאל יעצט גיין קיין קאנגא צי נארט קאריעא אדער צו כ׳ווייס ווי אין די אלטע גיטע יאר פייטן פאר זייערע רעכטען און פאר מענטשען וואס ווערן אינטערדריקט עס ווי ספיק? פארוואס נאר אונז? אמעריקא עוורידזשט יעדע 10 יאהר נאך א מלחמה! פארוואס? ווען האסטו געזעהן די לעצטע מאל בעלגיע אדער שוועדן מלחמה האלטן מיט איינעם?

סאנדערס האט געשטיצט ביי די גאלף וואר א קאליציע פון לענדער וואס זאלן גיין מלחמה האלטן מיט סאדאם און אמעריקא זאל זיין איינע פון די לענדער! אז יעדער וועט זיך שמוציג מאכן די הענט וועט אמעריקא צושטייער געבן זייער חלק אויך! אבער צוגיין אליינס און אנפירן מלחמות אויף לענדער וואס האבן אונז בכלל נישט אטאקירט און זענען נישט קיין סכנה פאר אמעריקא?!

יא ער האט זייער גיט געוואוט! אויסגעצייכענט לדעתי!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:18 pm
דורך ליפא
אמעריקע איז געגאנגען אליינס אין יענע מלחמה ?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:20 pm
דורך שבת אחים
און ס׳איז נישט נאר א רעדע צי אונז זאלן בכלל זיין די פאליס פון די וועלט צי נישט, לאמיר זאגן אז דו האלטס some how אז יא! האב איך פאר דיר נייעס מיין פריינט, ס׳איז נישט מעגליך פאר אמעריקא דעס אליינס דורכצופירן! מיר האבן נישט די געלט און כח פאר דעם! גענוג געוועהן מיט מלחמות דעס איז איינע פון די אורזאכן פארוואס אמעריקא קוקט אויס אזויווי ס׳קוקט היינט אויס, אונזערע אלע בירגער וואלטן געוועהן אסאך רייכער און צופרידן אויב מוואלט זיך וואס ווייניגער אריינגעמישט אין די וועלטס פראבלעמען און מוואלט פראבירט צו העלפן אונזער אייגענע לאנד און אייגענע עקענאמיע און אמעריקא וואלט נישט געוועהן טריליאנען אין חובות און די אמעריקאנער גאווערמענט וואלט געקענט עפאדערן מעהר פראגרעמס פאר זייערע אייגענע בירגער!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:21 pm
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:אמעריקע איז געגאנגען אליינס אין יענע מלחמה ?

בעסיקלי יא! אפאר חברה פון דא און דארט, אבער אוואדי האט אמעריקא אנגעפירט , אונז האבן באצאלט פאר די מלחמה מסתמא 99%

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:37 pm
דורך הוגה
שבת אחים האט געשריבן:די קריטיק אז בערני סענדארס איז נישט גיט ווען ס׳קומט צו ״אויסערן פאליטיק״ וואטשסט ווי בריליאנט ביל מאהר ענטפער אויף דעם!

http://youtu.be/cJmH2wWDze4


אין די לעצטע מינוט מאכט דער אנדערע דארט א גוטע פוינט פארוואס מיר זאלן נישט זיין אזוי עקסייטעד פאר בערני.

.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 8:55 pm
דורך שבת אחים
הוגה האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:די קריטיק אז בערני סענדארס איז נישט גיט ווען ס׳קומט צו ״אויסערן פאליטיק״ וואטשסט ווי בריליאנט ביל מאהר ענטפער אויף דעם!

http://youtu.be/cJmH2wWDze4


אין די לעצטע מינוט מאכט דער אנדערע דארט א גוטע פוינט פארוואס מיר זאלן נישט זיין אזוי עקסייטעד פאר בערני.

.


אויב מיינסטו צו זאגן די פוינט וואס זי זאגט אז בערני וועט נישט האבן די קאנגרעס און סענאט, כזעה נישט קיין שום פוינט אין דעם, קודם כל אויב בערני גייט ווייטער אן מיט די איבערקערניש וועלן אסאך קאנגרעס לייט און סענעטארס מיזן טוישן זייערע טאן און אנפאנגען אויסהערן די מענטשען, אויב לייענסטו היסטאריע פון יעדע מעידזשאר טשעינטש אין די וועלט אנגעהויבן ביי אבעלישאן סלעיוערי און איקוואל רעכטן פאר פרויען איז נאר געקומען דורך א פאליטישע רעוואלאציע פון די מענטשען! געדענקסט רוסלנאד איז געוועהן א קאמיניסטישע לאנד נישט צו לאנג צוריק? ווייסט וויאזוי סהאט זיך גענעדיגט? מיליאנען מענטשען אויף די גאסן זענען ארויסגעגעאנגען פראטעסטירן און זיי האבן אזוי לאנג פארפירט ביז סהאט זיך גענעדיגט, וואס איז געוועהן די אראב ספרינג?

חוץ מזה פארדעם זאל מען נישט וואוטן פאר א קאנדידאט וואס האט א גאלדענע רעקארד פון דרייסיג יאר פון פייטן פאר הומען רייטס און אמתדיגע קאנדידאט פאר די מענטשען? איידער וועלן פאר הילערי וואס איז איין שטיק ליגענט און איז אפגעקויפט ביי קארפרעט אמעריקא? איך וועל אנדערש געבן א שאנס פאר א קאנדיאדט וואס ״מיינט מיך״ ווי הילערי וואס מיינט ״זיך״ און כבין זיכער (לויט בערניס היסטאריע)אז אויב בערני וועט אריינקומען וועט ער פייטן ציין און נעיגל פאר די זאכן וואס ער וויל דורכפירן שוין אזויפיל יארן! און ער וועט מיט די הילף פון די יונגע אמעריקאנער רעיוועלאושעניסטן קענען טוישן אסאך פאליסיס אין וואשינגטאן! אדער עט ליסט גיין אין יענע דירעקציע!
אויב וויל מען רעפארם און טשעינטש איז בערני די איינציגסטע און אויב וויל מען בלייבן ביי די זעלבע אלטע פאליסיס דארף מען וואוטן פאר קלינטאן, איך וויל רעפארם און נישט די זעלבע אלטע פאליסיס ווי אפאר רייכע ביליאנערן רופן אלע שאטס!
איך זעה נאכנישט איר פוינט!

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2016 9:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז פרייליך ביי די רעפאבלוקאנער דעבאטע. דער עולם booed טראמפ אין גרויסן. טראמפ שרייט אז דער אדיאנץ זענען בוש דאנערס.

http://abcnews.go.com/politics/election