בלאט 5 פון 5
נשלח: פרייטאג מאי 18, 2018 2:46 am
דורך Gimpel
איי ער וואס האט קשר מיט בארני איז ממילא א שונא ישראל
נשלח: פרייטאג מאי 18, 2018 3:10 am
דורך רביה''ק זי''ע
שבת אחים האט געשריבן:איך מיט דיר וואלטן אויך געווארפן טייערס ביי די גרעניץ אויב וואלטן אונז געוואוינט אין פאלעסטיניע. קמאן מהאט זיי אינגאנצן צוקוועטש דארט. איך בין נישט קיין שונא פאר ישראל. אבער זיי גייען אריבער אלע גבולים.
נטרונא אלערט
נשלח: פרייטאג מאי 18, 2018 7:23 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים:איך האב קאנעקשנס ביי די (נאאיווע) גבירים פון לאנדאן און ניו יארק. איך קען דיר ערלעדיגן א גוט באצאלטן דזשאב ביי נטרונא. ס'איז אבער דא איין פראבלעם. מ'דארף קענען רעדן א גוטן ענגליש כדי צו קענען ארבעטן אין זייער פראפאגאנדע דעפארטמענט. און דער ענגליש וואס דו האסט געלערנט אין וויזשניצער חעידער אין דיין גירסא דינקותא איז נישט גענוג גוט...!
ס'איז אבער דא אן הצלה פורתא. א שטיקל נחמה. ביים בלאט איז יעצט נישט לאנג צוריק (ל"ע) נפטר געווארן דער לאנגיעריגער עדיטאר. א גאר חשוב'ער איד ז"ל. און מ'זוכט א ריפלעיסמענט. מ'דארף זיין טאלאנטפול. נישט אזוי ווייט ווי ר ' שמואל ווידער ע"ה איז געווען. אבער לכה"פ א ביסל שרייבערישן טאלאנט דארף מען האבן. אויך א גוטן סענס אוו היומאר. נאך איין זאך. דער ערשטער בלאט און די הויפט העדליינס מוזן זיך רעדן בגנות הציונים. ווי דער טמא'נער צה"ל. און דער טמא'נער נחל חרדי.
בימי ר' סענדער דער דייטש (שוין לאנג נישט געשריבן וועגן איהם) זכותו יגון עלינו וואלט מען געשריבן דאס ווארט ווילקירליך (וואס איך ווייס נאך עד היום נישט וואס דאס מיינט.) לכה"פ 3 מאל אויף דעם ערשטן בלעטל ווען מ'רעדט פון מדינת ישראל און די ציונים...!