בלאט 5 פון 5

Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:27 pm
דורך ניקולייעב
אין חבד זאגט מען אז גלייך נאכן פטירה פין זיין שווער הריי"ץ נ"ע האט ער געוואלט דווקא די שווער'ס קאלפיק אבער זיין שוויגער האט געהאלטן מער פינעם אנדערע איידעם הר"ש גורארי און האט עם עס נישט געוואלט געבען דעריבער איז ער געבליבן מיטן היטל

Sent from my GT-I9195 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 9:44 pm
דורך קורקלענד
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלענד: ווער בין איך דען צו זאגן א דעה איבער דעם ליובאוויטשער רבי'ן זצ"ל...?! מיין נקודה איז אז דער ספאדיק אליינס איז נישט קיין צוריקהאלט. דער כלל גילט סיי אין אמעריקע און סיי אין ישראל...!

כ'האב געמיינט צו זאגן אז די פרייע אין אמעריקע זענען אנדערש ווי די חילונים פון פון ישראל אז דארט רעספעקטירט מען א ספאדיק און דא א נעקטיי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:20 pm
דורך [NAMELESS]
וועלכע סייז איז עס געווען?

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:29 pm
דורך וואלווי
ניקולייעב האט געשריבן:אין חבד זאגט מען אז גלייך נאכן פטירה פין זיין שווער הריי"ץ נ"ע האט ער געוואלט דווקא די שווער'ס קאלפיק אבער זיין שוויגער האט געהאלטן מער פינעם אנדערע איידעם הר"ש גורארי און האט עם עס נישט געוואלט געבען דעריבער איז ער געבליבן מיטן היטל

Sent from my GT-I9195 using Tapatalk


ווען ער האלט ווען ביים גיין מיט א ספאדיק וואלט ער געגאנגען און דערנאך געטראפען א טעם ע"פ חסידות פארוואס ס'דארף נישט זיין דעם שווער'ס, אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד וכו' וכו' וכו' אזוי ווי ביי אלעס אין חב"ד איז דא בעקאפ ע"פ פרד"ס

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2017 11:24 pm
דורך אישתישבי
מהרי"צ האט אויך נישט געטראגן א ספאדיק ווייל עס איז געוועהן דער בגד פין חב"ד. די מעשה דארף זיין אז ער איז געוועהן ערגעץ בימי גלותו ביי א אדם גדול און יענער האט אים אנגעטוהן א ספאדיק, האט ער עס געטראגן סיי שבת סיי אין דער וואכען.

ממילא האט ער נישט ממשיך געוועהן מיט דער ספאדיק.

Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:23 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי האט געשריבן:
ניקולייעב האט געשריבן:אין חבד זאגט מען אז גלייך נאכן פטירה פין זיין שווער הריי"ץ נ"ע האט ער געוואלט דווקא די שווער'ס קאלפיק אבער זיין שוויגער האט געהאלטן מער פינעם אנדערע איידעם הר"ש גורארי און האט עם עס נישט געוואלט געבען דעריבער איז ער געבליבן מיטן היטל

Sent from my GT-I9195 using Tapatalk


ווען ער האלט ווען ביים גיין מיט א ספאדיק וואלט ער געגאנגען און דערנאך געטראפען א טעם ע"פ חסידות פארוואס ס'דארף נישט זיין דעם שווער'ס, אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד וכו' וכו' וכו' אזוי ווי ביי אלעס אין חב"ד איז דא בעקאפ ע"פ פרד"ס

דוקא אין חב"ד? דוכט זיך אז אומעטום האט מען די בעקא"פ, אדער יונגעלייט וואס זענען עקסטער באצאלט צו זיין אוועילעבעל על כל צרה שלא תבא, אויסצוטרעפען מקורות און ביאורים פאר יעדער עבודה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:44 am
דורך וואלווי
אין חב"ד איז דער רבי געווען דער מומחה אליינס. נעם די דין תורה פון די לייברערי למשל וואס איז א געהעריגע חושן משפט שאלה פאר א דין תורה אדער קאורט. האט ער געגעבען א גאנצע שיחה בערך אז די חפצים פון א צדיק איז דער חיות פונם צדיק און אז מ'גזלט די חיות איז ווער ווייסט וואס, אין דערנאך לא ענד בעהאלד ס'איז געווארען א חסידישער יום טוב. איך געדענק נישט פונקטליך, אבער עכ"פ ער איז געווען א מומחה צו קענען נעמען א פשוט'ער זאך און מאכען דערפון א גאנצע סוד.

ס'איז אפשר גאר א קונץ און אויך איינע פון זיינע מעלות.

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2017 10:25 am
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל אויך שרייבען אויף איהם פון מיין פערספעקטיוו. איך האב אויך אן אשכול אין מאגען אויף הרב שך. נאר מ'קען זיך נישט פארלאזען אויף מאנכע דא, וואס זען פון איין זייט אין נישט אנדערע, און זענען גרייט צו פארשמירען אזעלכע אשכולות מיט בויך ווייטאג, נישט אמת'ער טענות.
מ'זאל ארומשמועס'ן און נישט צאנזארירען קיין מיינונגען, אבער נאר מיינונגען נישט בויכוויי. דער וואס דארףבארעכטיגען זיין געפיל פאר'ן רבי זיינער און בויט עס נישט אויף קריטיש אויסגעטראכטע פאקט'ן און סברות, שטערען די סארט שמועס'ן פון זיך אנטוויקעלען.


ליטוואק האט שוין אויסגעפירט זיין חלום

Re: אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל

נשלח: מוצ"ש יולי 06, 2019 11:48 pm
דורך יהודי פשוט
דעם שבת קודש איז געוועהן די יארצייט, זכר צדיק לברכה!