יחיאל יעקבזון האט געשריבן:לגבי מיר וואו כאפט עס א נפקא מינה?
שלום על ישראל האט געשריבן: ס'איז א גרויסע נפקא מינה, ווי דען נישט?
לגבי מיר איז אזוי צו אזוי נישט קיין מחייב אהנצונעמן ווערטער וואס האבן נישט קיין קראנטע וואהרהייט. אויך, נישט יעדער וואס זאגט א נישט אמת׳ע זאך איז א ליגנער, אבער די זאך וואס ווערט געזאגט קען פארט זיין א שקר. די תורה האט אפשר צוליב דעם באפוילן מדבר שקר תרחק ווייל אויך ווען די מדבר איז נישט קיין שקרן נאר אומוויסנד אדער בעל דמיון אא״וו, דארפן מיר וויסן צו זיינע רייד זענען אמת אדער נישט.
אז ער איז ח"ו א ליגנער, קען מען אפשר פארשטיין וויאזוי איר קומט אויף מיט:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:און ווי שטארק וועט איר שרייען אז כ׳על אייך זאגן אז די גאנצע ״אר״י הקדוש״ און זיין חבריא איז ביי מיר מוטל אין א שטארקע ספק זייער ערליכקייט?
שלום על ישראל האט געשריבן: משא"כ אז ער איז ח"ו א בעל דמיון, וויאזוי נעמט מען די חוצפה צו רעדן אזוי אויף א עובד השם פון הונדרעטער יאהר צוריק, נאר ווייל ער האט מכלומר'יש געהאט א דמיון פראבלעם?!
הונדערטער יאהרן איז קיין מחייב אויף סיי וואס. כ׳האב זיך נישט ריכטיג אויסגעדרוקט מיטן ווארט ״ערליכקייט״ און ממילא האב איך עס אויסגעמעקט אין צוגאב צו באפרידיגן די נערוועזע דא. א בעסערע ווארט וואלט געוועהן ״אטענטישקייט״ וכדו׳.
שלום על ישראל האט געשריבן: אז דער רמב"ם זצ"ל האט געשריבן עפעס וואס די מציאות שטעלט זיך ארויס פארקערט (לאמיר זאגן אז מ'גלויבט שוין די היינטיגע מער ווי אים, און לאמיר שוין זאגן אז איר ווילט נישט אהננעמען די טענה אז נשתנה הטבע), איז ער ח"ו א פאלנער שקרן?! עפ"ל!
ניין. חלילה. אבער לגבי מיר איז עס פראבלעמאטיש...
כ׳נעם אהן די טענה פון נשתנו הטבעיים בערבון מוגבל מאד.
אגב, די הלכה טוישט זיך נישט אזוי צו אזוי.
שלום על ישראל האט געשריבן: נעמט מיך נישט ביטע אהן אלס א פארמאכטער קאפ וואס קען נישט פארנעמען קיין פראוואקאצירענדע טעאלאגישע פילאזאפיע; דוקא לאו. אדרבה, איך האב א גרויס פארגעניגן ווען מען לייגט ארויף אויפן טיש אלעס, לשם פילאזאפיע, און טאקע נאר לשם פרעגן; נישט לשם צו אפפרעגן. איך ווייס אז איר האט געשריבן אז "והמבקש האמת ישמור נפשו מהם" אז אז "מיינע כוונות זענען גוטע", אבער צוויישן די שורות שטעלט זיך ארויס פונקט קאפויער.
כ׳האף אז אין די אויבערשטע שורות האב איך דיר אביסל קלארער געמאכט. אויב נישט, פרעג ווייטער...