בלאט 5 פון 10

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 3:02 pm
דורך געוואלדיג
עס איז שטיל ווי אן בית החיים, וועקט אייך אויף, ווער שיקט אריין א ארטיקל היינט?

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 3:09 pm
דורך ליפא
-/

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 3:12 pm
דורך סמבטיון
אז כוכב וועט ברענגן עפעס נייעס פונעם רעדאקציע טישל, וועט דער עולם זיך אויפוועקן. ווי איז ער? מען הערט נישט קיין שום באריכט ווי מען האלט ערגעץ אין די וועלט.

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 3:14 pm
דורך כוכב
פרייהייט, פרייהייט, ווער וויל פרייהייט?
ווי א בת קול פון ווייטען עואראקעאן, א ווידערקול פון די פארבארגנסטע ספיסיס און פאסילס, הערט זיך די שטימע פון פרייהייט!
ליכט יארן פון ליכטיגקייט וועלן באשיינען דעם פה-סח II מיט א [tag]יאיר[/tag]'דיגן אור. דארווין מיט די גאנצע חד גדיא וועלן זיך איבערדרייען אין קבר מיט אן איינמאל פאר אלעמאלדיגער ערקלערונג איבער די באדייט פון פרייהייט.

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 5:59 pm
דורך א איד
וואס איז נייעס אין די רעדאקציע?

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 6:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט שוין אריינגעשיקט דיין הבטחה?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2016 8:05 pm
דורך א איד
ווער?

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 12:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו! האסט דאך צוגעזאגט!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 1:18 pm
דורך כוכב
כהאב נישט קיין צו אפדעיטן דעם עולם רעגלמעסיג, העמיר עס מאכן גאר אין קורצן.
די רעדאקציע האט שוין ערהאלטן אסאך שיינע ארטיקלען, און נאך פיל מער זענען אין וועג צו קומען. דער גראפיקער ארבעט נעבעך איבערמידליך, ער האט נישט געוואוסט אין וואס איך טינק אים אריין.
מ'האמיר א געטרייע שטאב פון מגיהים און עדיטארס אנגעפירט דורך ר' [tag]געוואלדיג[/tag], דאס נעמט אריין [tag]שמעקעדיג[/tag], [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag], [tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]רויטע וואנצעס[/tag], און נאך. גלייבטס מיר זיי ארבעטן שווער און איך בין נישט קיין לייכטער בעל הבית. גיטס זיי אלע א סטענדיג אוועישאן (אידישע איבערטייטש: א לייק פאר מיך).
די ארטיקלען זענען מאסיוו מאסיוו און נאך מאסיווע ארטיקלען זענען אין פייפליין. איך בעט ברחמים נישט צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט און זיך צואיילן, כהאב נישט קיין צייט צו שרייבן שיינע קונצליכע מעסעזשעס אויפצוהייטערן די געמיטער, אבער ביטע האטס רחמנות און ווארטס נישט אויף די לעצטע מינוט.
אזוי אויך ווער עס וויל זיך אנרופן מיט א נדבה, זאל וויסן אז די קאסע איז ברייט אפן און לויט די הכנסה וועט מען קענען נעמען מער שריט צו פארשענערן און פארבעסערן דעם פריקן "פה סח 2". (אין לייכטע איבערזעצונג: מיין ווייב וויל א נייע קאוטש אויף פסח, שיקטס אריין א ברייטהארציגן נתינה.)

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 1:21 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כוכב ביסט עפעס ציקער זיס, פערעפקט אין א ביטערע טאג

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 2:11 pm
דורך געוואלדיג
כוכב האט געשריבן:כהאב נישט קיין צייט


פיינע נייעס די סנעפל בלייבט פאר'יתום'ט אויפן טיש.

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 2:56 pm
דורך וואלווי
געשיקט

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 3:23 pm
דורך א איד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו! האסט דאך צוגעזאגט!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


קוק ווייטער

מען מעג קיינעם נישט אונטער שאצן, ווייל @א איד האט א הויכע נשמה און ווערט דער 5'טער שולח פון א ארטיקל היינט, ווער איז דער מוסיף והולך צו זיין מידת יסוד דער 6'טער?<br /><br />#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

פון דא
viewtopic.php?p=328268#p328268

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 3:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער געוואלדיג קען אונז געבען צוויי נקודות, וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
א. וויפיל ארטיקלען זענען שוין דא?
ב. וויפיל דפים איז עס סך הכל אין וואורד?
נאר אלס א פארשפייז.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 3:37 pm
דורך געוואלדיג
האפנטליך וועט שפעטער קומען א אפדעיט אויף די נקודות

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 3:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פאר'ן עולם וועל איך מיטטיילען וואס איך האב געשריבען צו ערוועקען די תאווה.
א. א מאמר אויף די היינטיגע פאליטיק. מיין מיינונג אויף וואס טוט זיך.
ב. א מאמר אויף הרב שך.
ג. מיין שטיקל תורה אויף הלכות קידוש החדש מיט א פשט אויף די יוצרות לפרשת החדש, באגלייט מיט דיאגראמ'ן לשבר את העין.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 3:43 pm
דורך כוכב
זאגטס נישט אויס אלע סודות. האלטס א סורפרייז.

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 4:15 pm
דורך מור וקציעה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פאר'ן עולם וועל איך מיטטיילען וואס איך האב געשריבען צו ערוועקען די תאווה.
א מאמר אויף הרב שך.


וועל מיר צו ווארטען און זעהן אויב מהאט דארט געקאווערט די יארען וואס ער האט געדינט אלס ר''מ בקרלין אדער ווען ער האט געדינט אלס ר''מ ביי ישיבת הרב עמיאל אין ת''א, בכלל קוקט מיר אויס אז אין די יונגע יארען איז ער געווען מער טאלעראנט פון אנדערע

אגב פון וועלכע יאר(ן) איז די פאספארט בילד פון זיין ווייב אן א שייטעל?

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 4:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט באשריבען די היסטארישע חלק גרונטליך. און די ארץ ישראל שטעלער'ס איז ביי מיר לוטה בערפל. ער איז געווען אין ישוב און ביי הרב עמיאל און איך האב געזען נאך צוויי פלעצער. עכ"פ נישט צו דעם האב איך געצילט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טיילווייזע אפדעיט

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 5:09 pm
דורך געוואלדיג
אקעי צייט פאר א טיילווייזע אפדעיט

אין די רעדאקציע צימער טוהט זיך אויף טישן און בענק, ארטיקלען פליסן אריין ב"ה ווי וואסער אין א בעיסמענט, דער גראפיקער פראבירט צו נאכטוהן דעם בני יששכר און טוהן אפאר זאכן אויף איין מאל צו נאכקומען די פלייץ פון ארבעט, די מגיהים מוטשען זיך דערווייל מיטן ריכטיגן אויסלייג פון די ליטווישע ישיבה, צו פוניבז', פאנעוויטש, פאנאוויעז, פוניבוז‎, פּאָנעװעזש‎, פאנעמייעש‎, פאנעוועזש‎, פאנישמענט, phony witch, מען האלט אינמיטן פארהאנדלען צווישן אלע זייטן, כוכב לעבט און טיילט באפעלן זיצנדיג אויסגעצויגן אויפן בענקל,

עס איז שווער צו געבן א שאצונג פון וויפיל זייטן עס וועט זיין, עס ווענד זיך אין די איבעריגע ארטיקלען וואס דארפן נאך אריין קומען, און אזוי אויך אינעם גראפיקער'ס אויסשטעל, דא איז א ליסט פון אלע ארטיקלען וואס זענען שוין אריין געקומען אינעם מערכת קאושער פאון סיסטעם

1. [tag]ונבנתה העיר[/tag] – 3 ארטיקלען
2. [tag]שלום שטיסל[/tag]
3. [tag]גראפיקער[/tag]
4. [tag]א איד[/tag]
5. [tag]סמבטיון[/tag]
6. [tag]בת קול[/tag]
7. [tag]אדנירם[/tag]
8. [tag]מבקש[/tag]
9. [tag]בעל מדות[/tag]
10. [tag]פליקער[/tag]
11. [tag]געוואלדיג[/tag]
12. [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] – 3 ארטיקלען
13. [tag]אבטולמוס[/tag]
14. [tag]בר-כוכבא[/tag]
15. [tag]רויטע וואנצעס[/tag]
16. [tag]וואלווי[/tag]
17. [tag]פרייוויליג[/tag]
18. [tag]נהורא נפישא[/tag]
19. [tag]שטילע אינגערמאן[/tag]

מי רואה את אלו שולחים ואינו שולח?!

#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 5:14 pm
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג האט געשריבן:די מגיהים מוטשען זיך דערווייל מיטן ריכטיגן אויסלייג פון די ליטווישע ישיבה, צו פוניבז', פאנעוויטש, פאנאוויעז, פוניבוז‎, פּאָנעװעזש‎, פאנעמייעש‎, פאנעוועזש‎, פאנישמענט, phony witch, מען האלט אינמיטן פארהאנדלען צווישן אלע זייטן,

וואס איז טאקע די ריכטיגע אויסשטעל? איימיצער ווייסט?

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 5:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
Phony witch

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 5:44 pm
דורך שטילע אינגערמאן
פארשטייסט? כוכב אליין איז נישט אויפן ליסטע, ער רידערט צאם אין ער אליין שרייבט נישט ווען ער האט א פעדער פון גאלד.
בחינה ווי די רב וואס האקט קעגן אייפאון אבער ער האט א געלעקסי אין טאש.