בלאט 5 פון 6
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 11:05 am
דורך קורקלענד
.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 11:42 am
דורך שבת אחים
איך געב באמת א קליינע שיט וואס דער ראצער אייז-קרעים זאגט אויף מיין טאטע, מיין טאטע איז א איד וואס מ׳טרעפט נישט אזוי סאך טייערע אידן ווי אים, מיין טאטע האט זוכה געוועהן צו משמש זיין און זיין נאנט צו די צדיקים.
1)ר׳ חיים מאירל פון וויזניץ, מיין טאטע זייענדיג א יתום פון אלץ קליין קינד איז ר׳ חיים מאירל געוועהן שטארק נאנט צו מיין טאטע און אים אפאר מאל געזאגט ספעציעל גלייך נאך די טראגיעדיע, ״איך בין היינט דיין טאטע״ ״וואס דו דארפסט פון א טאטע קענסטו יעצט באקומען פון מיר״, פסח ביי די סדר האט ער געזעצט מיין טאטע מיט זיינע ברודער לעבן זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך.
2)ר׳ משה׳לע פון וויזניץ- געוועהן זיין הויז בחור ביי די זעכצען יאר אלט.
3)ר׳ מאטעלע פון וויזניץ, געוועהן זיין ערשטע הויז בחור, פאר דריי יאהר ביז זיין חתונה, ר׳ מאטעלעס רביצין ע״ה פלעגט זאגן פאר מיין מאמע ביי אלע שמחות-איך האב עס אליינס געהערט פון איר מויל ״כהאב במשך פון די אלע יארן נישט געהאט אזא געטרייע מענטש ווי אייער מאן״!.
ווען ר׳ מאטעלע האט געהאט א שריפה בשעת ער האט בר מצוה געמאכט זיין זוהן ר׳ דוד ,און זיין גאנצע הויז האט זיך פארברענט האט מיין טאטע אריינגעשפרונגען די לעצטע סעקונדא אין די הויז אימיטן א שווערע שריפה און געראווועט אלע ווערטפולע ירושה חפצים (אין די ווערט פון שווערע צענדליגע מיליאנען) און געראטוועט רוב פון זיין ירושה חפצים, ר׳ מאטעלע האט ברבים געזאגט שכוח פאר מיין טאטע נעקסטע שבת פאר קריאת התורה.
4)די ריבניצער רבי, מיין טאטע האט אים באדינט פאר צוויי יאהר, געוועהן גאר נאנט מיט אים, געהאט טיפע שמועסן, סאיז דא איבער דריי הונדרעט בילדער פון אים ווי מ׳זעהט זיין משמש בקדשו-מיין טאטע זזג.ער האט יעצט גענדיגט לאזן שרייבן א ס״ת לעילו נשמתו.
די פאלגענע וועל איך שרייבן די פרטים אין די נעקסטע גלעגענהייט- יעצט האב איך נישט קיין צייט.
5) די סקלענער רבי זצ״ל
6)ר׳ יודלע הארוויץ זצ״ל
7)אדמור מסטאשוב הרב אברהם יצחק ווייסבלום זצ״ל פון די איסט-סייט און שפעטער אין ווימסבג, ער האט געקענט גאנץ שס אויפן לשון. ער הא אפילו געקענט זאגן וויפל שורות פון אויבן די און די זאץ שטייט אויף די און די בלאט,געוואוינט א לאנגע צייט אין מיין טאטעס הויז, יר איז געוועהן א בן אחר בן פונעם ר״ר אלימלך, ער האט פארלוירן זיינע קינדער ביי די קריג, און נאכדעם קיינמאל חתונה געהאט געוואוינט עלענד אליין אין די איסט-סייט ביז מיין טאטע זז״ג מיט אנדערע גיטע אידן ווי הרה״ח ר׳ העשרל וועבר מיסד הצלה, האבן אים געברענגט קיין וויליאמסבורג און זיך אפגעגעבן מיט אים.
8)די היינטיגע וויזניצער רבי ״רבן של אלפי ישראל״ הרה״צ הקדוש ר׳ ישראל האגער מווזינץ, פרטים א צווייטע מאל.
9)די היינטיגע בעלזער רב און זיין רביצין, פרטים א צווייטע מאל
10)ר׳ אהרן טייטלבוים מיט זיין רביצין
11) צייסעלהיימער רב זצ״ל
12)הרב שך
די ליסט איז ווייט פון פארטיג, מיין טאטע קען/זאל ארויסגעבן א בוך נאר פון די שמוסן וואס ער האט געהאט מיט די אלע. כהאב אים אפאר מאל שוין געזאגט דעס.
מיין טאטע האט אויך זוכה געוועהן צו זיין די אויסוואל פון ר׳ מאטעלע אלץ פורים רב אין מאנסי-וויזניץ פאר יארן לאנג ביז מיין טאטע האט עס אויפגעגעבן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 11:49 am
דורך אייז קריעם
ווער רעדט פון דיין טאטע! אינז זענען דא אנאנימוס און פון מיין זייט האב איך געמיינט אז די ביסט א גוי וואס קען יודיש.איך רעד סתם פון ליבעראלן!
מיר זעהט אויס אז די חאלישסט אז מען זאל וויסן ווער די ביסט. פארוואס????
עפעס אן אגענדע האסטו אז די שרייסט אזוי. די זיכסט געלט? די ביסט אן אמבולאנס טשעיסער?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 11:51 am
דורך אישתישבי
בעצם באלאנגען אלע חפצים פאר דיין טאטע, ער איז א מציל מזוטו של ים.
בכלל זעה איך נאר א טפשות פין א מענטש וואס איז זיך מוסר נפש פאר יענעמ'ס געלט נאר ווייל ער איז א רבי פין חסידים.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 4:50 pm
דורך קורקלענד
איך בין שטארק נייגעריג וואס די לינקע אינטעלעקטן דא
האלטן אויף דעם.
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 9:19 am
דורך שבת אחים
Billboard Campaign Urges Tesla CEO To Cut Ties With Trump
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2017 9:26 am
דורך שבת אחים
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 3:47 pm
דורך אונטער חכם
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן: למשל קובא איז א סאושליסט לאנד און די זעלבע איז שוועדען אבער ווען מ׳קוקט אויף שוועדן וועט מען זעהן גאנץ א אנדערע בילד ווי קובא.
דער עיקר סבה פאר דעם חילוק טאר מען נישט פארגעסן, די מערדערישע יאך פון די אמעריקאנע סאנקציעס קעגן קובא. פאר צוליב וועלעכע סבה האט דער אנגעפאשטער יענקי אפגעמאכט אז שוועדן מוז נישט דווקא 'גיין אין שפאן' מיט די שיטה, און קובא יא.
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
איינס, ווי שוין דערמאנט, די פאראייניגטע שטאטן דיקטאטורן האבן שוין ארויפגעצווינגן זייערע לאפעס אויף קובא נאך "פאר" די נאציונאליזעשן פון די אמעריקאנע פראפערטיס.
אינטערעסאנט, געווענליך וועלן דיקטאטורן זיך בעסער פארטראגן מיט אנדערע דיקטאטורן ווי מיט דעמאקראטישע מדינות, אבער דא האבן די אמעריקאנער דיקטאטורן גע'רודפ'ט די דיקטאטורישע קובא, בעת וואס זיי האבן צורוה געלאזט די דעמאקראטישע שוועדן.
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2017 3:53 pm
דורך שבת אחים
הגה זאגט די רמא...
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 3:20 am
דורך שבת אחים
Reaganomics killed America’s middle classThis country's fate was sealed when our government slashed taxes on the rich back in 1980
http://www.salon.com/2014/04/19/reagano ... s_partner/
נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2017 10:35 am
דורך שבת אחים
?Why Are Republicans So Relentlessly Cruel to the Poor
http://www.alternet.org/right-wing/why- ... cruel-poor
נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2017 4:10 pm
דורך שבת אחים
Tom Price intervened on rule that would hurt drug profits on the same day he acquired drug stockon the same day the stockbroker for then-Georgia Congressman Tom Price bought him up to $90,000 of stock in six pharmaceutical companies last year, Price arranged to call a top U.S. health official, seeking to scuttle a controversial rule that could have hurt the firms’ profits and driven down their share prices, records obtained by ProPublica show.
http://www.rawstory.com/2017/03/tom-pri ... rug-stock/
נשלח: זונטאג אפריל 30, 2017 3:04 pm
דורך שבת אחים
אט דאס איז א סעמפל פון א ריכטיגע פאליטשאון! אט דאס איז א ריכטיגע סעמפל פון מענשטליכקייט...
דעמקראט סענעטאר עליזבעאט ווארען אין א אינטערוויו מיט בילל מאהר רעדט וועגן איר נייע בוך וויאזוי אמעריקע האט אין די לעצטע פאר דורות טראנספארמירט אלע אינקאום צו די עליטס און די טאפ צעהן פראצענט בשעת די ״מיטל-קלאס״ און די ארימע זענען געווארן ארימער און ארימער און סאיז געקומען צו א פוינט ווי כמעט הונדרעט פראצענט פון אלע היינטיגע נייע פארדינסטן גייען צו די רייכע און די אויבערשטע פונעם שטייסל בשעת ווען רוב אמעריקאנער מוטשענען זיך דורך צושטיפן דעם חודש. מאהר דרוקט איר אביסל צום וואנט אז למעשה אין די זעלבע פירעאד וואס זי טעהנט אז די ארימע זענען בארויבט געווארן איז דאך פונקט אזוי געוועהן דעמקראטישע אדמינסטראציעס אזויווי קלינטאן און אבאמא, איר ענטפער איז אז למעשה זענען די דעמקראטן די בעסערע פון די באונטש און האבן אסאך א בעסערע רעקארד אין יעדע עספעקט ווען סקומט צו פובליק-פאלסי רעגיולירן בענק און קארפעירעשאונס און פראגרעיסיוו טעקס פאליסיס, די דעמקראטן זענען אייביג געוועהן אויף די זייט פון די ״ארבעטס-קלאס״ און די ״מיטל קלאס״ און לויט איר שטיצן רוב אמעריקאנער די ״ליבעראלע פראגרעסיוו״ פאליסיס, און די המון עם דארף קעמפן פאר זייערע רעכטן מיט די קאורפטירטע ריפובליקאנער וואס אלע זייערע פאליסס זענען געווענטליך לטובת די גרויסע קארפעירעשאונס און די רייכע לייט.
Elizabeth Warren: This Fight Is Our Fight | Real Time with Bill Maher HBO
https://www.youtube.com/watch?v=zX099yxeOdI
נשלח: זונטאג אפריל 30, 2017 3:08 pm
דורך שבת אחים
נשלח: זונטאג אפריל 30, 2017 11:52 pm
דורך שבת אחים
קאנגערסמאן קענעדי פון מעסעטשוסעס טרעט ארויס שארף אויפן קאנגרעס פלאר קעגן אפילן אבאמאקעיר, און קעגן די ריפובליקאנער ספיקער רייען וואס האט פרובירט צורופן ׳טראמפקעיר׳ ״אן אקט פון רחמנות״
מיט א בלעכענעם פנים אן קיין שום בושה....
(יונגע קאנגערסמאן קענעדי איז א אור-נעפיו פון JFK)
Kennedy’s response to Speaker Ryan’s claim that the Republican replacement to the Affordable Care Act, which Ryan claimed was an “act of mercy, immediately went viral. In a passionate speech from the house floor, Kennedy exclaimed, “With all due respect to our speaker, he and I must have read different scripture. The one that I read calls on us to feed the hungry, to clothe the naked, to shelter the homeless, and to comfort the sick. It reminds us that we are judged not by how we treat the powerful, but how we care for the least among us,” adding, “This is not an act of mercy. It’s an act of malice.”
Rep. Kennedy Opening Remarks -- ACA Repeal Hearing
https://m.youtube.com/watch?v=LpuiaphRQPA
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 10:43 am
דורך שבת אחים
Richest U.S. Families Paid Lower Tax Rate Than Working Class, Study FindsPresident Donald Trump’s tax cuts for corporations and the rich accelerated inequality, two Berkeley economists write in a forthcoming book.https://m.huffpost.com/us/entry/us_5d9f ... 9da047ac23איך בין דער סאציאליסטישע נער! פרעגטס ר׳ בערל איך בין א קאמוניסט א בולשעוויק! ווען ער וועט זיך אויפוועקן פון זיין חלום וועט ער איינזעהן אז
אמעריקע האט ״בעלי בתים״ פריצים וואס זענען ״בעלבאס״ איבער כמעט אלע פאליטשאונס. זיי זענען וואס רופן אלע שאטס! זיי מאכן אפ וויפל געלט א עוורידזש מענטש זאל אהיימנעמען. וויפל זיי ווילן באצאלן פאר ארבייטארער. וויפל שטייערן זיי זאלן באצאלן. וויפל שטייערן די ארימע זאלן באצאלן. וויפל הילף די גאווערמענט זאל געבן פאר די ארימלייט. ווער ס׳האט די מאה האט די דעה! סאיז נישט קיין ״דעת הקהל״ סאיז אפאר יחידים וואס זענען מחליט אלעס! זייטס מיר מסביר פארוואס און וויאזוי לאביסטן איז נאך אלץ לעגאל? איך וואוט פאר א קאנגערסמאן צי א פאליטשאן זאל מיך פארטרעטן אין וואשינגטאן. קומען די עשירים און די עליטע און רוקן זיי אריין ענוועלאפס מיט טשעקס אז זיי זאלן ארבייטן פאר זיי??? וואס איז אנדערש פון אינטערקויפן א פאליסמאן אז ער זאל ארבעטן פאר פריוואטע אינטערעסן? סאיז ״לעגאלע קארופציע״ מיט סוט און טיי! גארנשיט אנדערש!
The owners of the country האט זיי די רבי גערופן. זיי זענען בעלבאס איבער אלעס! זייטס נישט קיין נערנים!
דאס מיינט ״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין״...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 11:07 am
דורך קורקלענד
ס'זעהט אויס ווי איר לייגט גוט אראפ סאציאליזם......
איך האב אייך שוין מערערע מאל אויפמערקזאם געמאכט אז קארופציע איז איין זאך און קאפיטאליזם/סאציאליזם איז א אינגאנצן א צווייטע נושא. אויב ווילט איר וויסן וועלכע ברענגט מער קארופציע, לכאורה סאציאליזם. ווייל אין קאפיטאליזם איז עס טאקע אזויווי איר זאגט ווער ס'האט די מאה האט די דעה, און די מאה אבער דארף מען פארדינען און ס'קומט נישט אן גרינג. אבער אין סאציאליזם איז די דעה ביי דער וואס האלט די ביקס! דער וואס איז אין פאוער, ער מאכט אפ ווי די מאה זאל גיין. דאס איבעריגע איז זעלבסט פארשטענדליך. אסאך הצלחה מיט אייערע פארדרייטע אידעאלאגיעס.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 11:24 am
דורך קאך_לעפל
די בריטישע פרעימער מיניסטראשע מאַרגאַרעט טאַטשער האט גענאגלט סאציאליזם אין א ווארט: סאציאליזם קען בלויז אנהאלטן ביז יענעמס געלט לאזט זיך אויס! דערנאך גייט עס קראכן און לאזט איבער טויט און פארניכטונג.
סאציאליזם איז באשאפן געווארן צו געוועלטיגן אויף די מענטשהייט מאטיראליסטיש און גייסטיש. א קליינע הייפעלע משחתים כאפן אוועק דיין געלט אויף דו ארבייטס ביטער שווער, און נוצן עס לויט זייער אנטשאונגען, געוואנדן לויט דער צייט און גייסט.
וו.צ.ב.ש. סטאלין האט צוגערויבט יעדעם איינעם פארמעגן און עס גענוצט לויט זיין געשמאק. א טייל האבן די פארטיי שישקעס געפאקט אין די קעשענע און א טייל איז געגאנגן פאר וואפן. און דאס פאלק האט געהונגערט פאר א שטיקל ברויט!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
איז וואס ווילסטו מיט דעם זאגן? אז זיי זענען אויך געווען פארדארבן? בסדר, למעשה איז קאפיטאליזם פרימיטיוו און נישט אויסגעשטעלט פאר די מיטל קלאס מענטשן, די פאקט אז א מענטש אן געלט זאל נישט האבן א ווארט איז א אומדערהערטע זאך, קוק זיך אום וועסטו זען אז אין די סאצעאליסטישע לענדער זענען מענטשן מער צופרידן.
און דאס וואס דו רעדסט זיך אפ אז מענטשן ארבעטן ביטער שווער אויף זייער געלט, קען טאקע זיין, אבער פונקט ווי דו פארשטייסט אז דו מוזט גיין העלפן אן אינוואליד אדער א עלטערע מענטש מוזטו אויך ארויסהעלפן די וועלכע ארבעטן און פארדינען נישט.
די תורה איז אויך גאר סאצעאליסטיש געשטימט אויב קומסטו פון דעם שטאנדפונקט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:33 pm
דורך קורקלענד
קאפיטאליזם איז די מערסט פארגעשריטענע סיסטעם אין די היסטאריע פון די וועלט. קאפיטאליזם האט בייגעשטייערט פיל מער צופרידנהייט, פרייהייט און געלעגענהייט ווי סיי וועלכע אנדערע סיסטעם. די סאציאליסטישע לענדער וואס איר שרייט זענען מער צופרידן, איז אויך נאר אדאנק וואס זיי רייטן אויף אונז. למשל דעפענס איז אונזער גרעסטע קאסט אין די בודזשעט, און אונז צאלן זייער דעפענס, דעריבער בלייבן זיי מיט ריווח.
אויטענטישע קאפיטאליזם גיבט יעדן אייניגע געלעגנהייט מצליח צו זיין, סאציאליזם אנגעבליך דארף אהערשטעלן אייניגע רעזולטאטן. אויב איז דא אייניגע רעזולטאטן, איז נישט דא קיין אייניגע געלעגנהייט. און אז ס'נישט דא די געלעגנהייט לייגט מען נישט אריין קיין האראוואניע. דערנאך איז די סוף גאנץ פארשטענדליך. אמעריקע איז פאר א וויילע געווען קאפיטאליסטיש, און טאקע דאן איז געווען די גרעסטע פארשריט אין מענטשהייט. מיט די צייט איז אמעריקע געווארן מער און מער סאציאליסטיש געשטימט און אזוי ווערט עס דא שוואכער און שוואכער...
איך ווייס נישט וואס איר טוהט פאר א לעבן. אפשר זענט איר אזויווי פילע אנדערע חסידים וואס נעמען וואוטשערס, מעדיקעיד, סעקשאן8, פוד סטעמפס, היעפּ, פאטעיטעס און גרעיפ דזשוס. אבער פאר איינער ארבייט ביטער שווער און ס'גייט אראפ האלב פון זיינע פיזישע ארבייט פאר טרענסגענדער אפעראציעס וכו'... וואספארא אפעטיט בלייבט ער מיט צו אריינלייגן ארבעט? איך קען צענדליגער אינגעלייט וואס האבן דערוועלט די ערשטע מהלך פשוט ווייל ס'איז גרינגער.... וויאזוי קען א לאנד פראדוצירן ווען ס'לוינט זיך מער נישט צו פראדוצירן.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:38 pm
דורך [NAMELESS]
איך נעם גראדע נישט קיינע פראגראמען ווייל איך דארף דאס נישט האבן, שטעל זיך אבער פאר ווען יא, נאך א מזל אז עס עקזיסטירט, און די טרענסדזשענדער אפעראציעס זענען נישט די עיקר מקור וואו אייער טעקס פליסט אריין, עס איז פאר אייער פארזיכערונג און פאר אייערע נאנטע וועלכע מוזן יא נעמען פראגראמען.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 4:44 pm
דורך קורקלענד
מאך זיכער האט געשריבן:איך נעם גראדע נישט קיינע פראגראמען ווייל איך דארף דאס נישט האבן, שטעל זיך אבער פאר ווען יא, נאך א מזל אז עס עקזיסטירט, און די טרענסדזשענדער אפעראציעס זענען נישט די עיקר מקור וואו אייער טעקס פליסט אריין, עס איז פאר אייער פארזיכערונג און פאר אייערע נאנטע וועלכע מוזן יא נעמען פראגראמען.
זעהט אויס אז איר זענט פשוט נישט אזוי אינפארמירט. רוב גייט צו די פארזיכערונג פון אנדערע לענדער און אינטערעסען, און רוב געניסער פון פראגראמען דארפן עס נישט וויכטיג האבן. נישט אומזיסט האט ביל קלינטאן געדארפט שניידן וועלפעיר. רוב געניסער זענען ליבערשט געזעצן אינדערהיים און נישט געארבעט ווי איידער צו גיין ארבעטן. רוב געניסער וואס איך קען וואלטן געקענט לעבן אן דעם אן לכאורה פארדינען מער, אבער זיי ווילן ניטאמאל פרובירן. גאר ווייניג אדער כמעט קיינער וואלט נישט אויסגעגאנגען אן די אלע בענעפיטן.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2019 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
איך אפעליר צו באגרעניצטע וואס ׳קענען׳ נישט ארבעטן.