בלאט 5 פון 16

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:33 pm
דורך יידל
אגב, וואס זוכט דיין תגובה אינעם איד אשכול? עס פארדינט אן אשכול פאר זיך!

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 9:23 pm
דורך זר זהב
ענדליך איז דעם "איד" בייגעפאלן אזא אבוויעס איידיע אז זיי קענען איבערדרוקן אינטערעסאנטע ארטיקלן וועלכע זענען געלאפן אין די לעצטע 40 יאר. די וואך לויפט אן ארטיקל פון 25 יאר צוריק וואס סענדער דייטש האט געשריבן: "דער קליינער יתום פון פוילן". ס'איז א לענגערער ארטיקל, נישט אין פארזעצונג. איך האף זיי וועלן אנהאלטן!

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 9:35 pm
דורך משה רוקח
אר יו קידדינג מי? ביל קלינטאן וועט אפשיקן אבאמא'ס נאמען? אזוי טייטשט מען איבער דעליווערן א דרשה?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 11:15 pm
דורך זר זהב
זעהט אויס זיי האבן זיך דערשראקן פון 'עס עפעס'ס קריטיק וועגן שרייבן אין ענגליש...

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:29 pm
דורך עס עפעס
משה רוקח האט געשריבן:אר יו קידדינג מי? ביל קלינטאן וועט אפשיקן אבאמא'ס נאמען? אזוי טייטשט מען איבער דעליווערן א דרשה?


דאס איז פשוט נאך אן עקזעמפלאר פון שרייבערס וואס טייטשטן איבער ווארט ביי ווארט פון ענגליש, אן אריינקלערן אז ס'מאכט נישט קיין שום סענס.

אגב איז די וואך דא א שטארקע טעות, ביי די נייעס אז אבאמא האט געגעבן געלט פאר זיין אייגן קאמפיין, שטייט אז ער האט געגעבן פינף דאלער, ווען אין רעאליטעט האט ער געגעבן 5000 דאלער. כ'וואלט ווען געזאגט אז ס'איז א טעות הדפוס, אבער ס'שטייט עטליכע מאל און דער שרייבער מאכט נאך צימעס אז ס'איז א קליינע פיצעלע סומע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 12:31 pm
דורך זר זהב
איך האב זיך אויך געוואונדערט אויף דעי 5 דאלער.... העי אויב איינער פון איד אפיס ליינט דא, איך בין אוועילעבל צו טון מגיה ארבעט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:10 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:איך האב זיך אויך געוואונדערט אויף דעי 5 דאלער.... העי אויב איינער פון איד אפיס ליינט דא, איך בין אוועילעבל צו טון מגיה ארבעט.


אקעי, וויפיל נעמסטו א שעה?

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:11 pm
דורך זר זהב
15

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:15 pm
דורך קליינע רעבעלע
וואס נאך קענסטי ביסייד מגיה זיין
ביי אינז אין געשעפט זיכט מען איינעם זייער נייטיג .אפשר ביסטי א פאסיגער קאנדידאט פאר דיעם

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:16 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:15

צו טייער... איך האב געמיינט אז איר נעמט $5 א שעה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:17 pm
דורך זר זהב
וואס איך קען קען איך נישט זאגן. איך קען דיר זאגן וואס איך קען נישט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:19 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:וואס איך קען קען איך נישט זאגן. איך קען דיר זאגן וואס איך קען נישט.

אהא... דאס מיינט אז דו קענסט נישט מגיה זיין, ווייל דו זאגט נאר וואס דו קענסט נישט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:19 pm
דורך זר זהב
גוט... איך האב אבער געמיינט מכאן ולהבא

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:22 pm
דורך שמואל הלוי
חסורי מיחסרא והכי קתני..

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:34 pm
דורך שמעקעדיג
שמואל הלוי האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:15

צו טייער... איך האב געמיינט אז איר נעמט $5 א שעה.


אין רעאליטעט האט מען געמיינט צו זאגן 5000 דאלער א שעה, נאר א טעות הדפוס פון דער איד האט געשריבן בלויז 5.

זר, אויב גייסטו ארבעטן ווער וועט אונז דא מהנה זיין טעגליך?

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:35 pm
דורך זר זהב
ווער? און אז איך גיי ארבעטן וואס האט דאס מיט מיין אנדערע ניק?...

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:53 pm
דורך קליינע רעבעלע
פאר איך פארגעס מיין בעה"ב לאזט נישט אריין אין קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:31 am
דורך גדעון
א באזונדערע ביילאגע, ווערן די צוויי חסידות נענטער?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:35 am
דורך שמואל הלוי
פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א איז די לעצטע יארן געשטיגן צו הגה"ק, אצינד שוין נאך גרעסער אז מ'שרייבט שוין ארויס מיט קידוש לבנה אותיות "הגאון הקדוש".

מאנכע זאגן אז נישט 'דער איד' מאכט אים גרעסער, נאר פשוט ר' מאטעלע שטייגט אין עבדות ה' טאג טעגליך, ממילא שטייגן אויך די טיטלען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 11:49 pm
דורך קלאר
גדעון האט געשריבן:א באזונדערע ביילאגע, ווערן די צוויי חסידות נענטער?


די גאנצע ביילאגע
איז א סעמפל אין הלכות לעקעריי ווי דער איד פראבירט צו לעקן ר' מאטעלע
זייער אינטערסאנט ווי די לעקעריי ארבעט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:51 pm
דורך עס עפעס
אינעם "איד" די וואך האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, וואס האט מיר קלאר איבערגעצייגט אז דער שרייבער האט פשוט איבערגעטייטשט פון ענגליש אויף אידיש ווארט ביי ווארט.

אינמיטן א פאליטישע נייעס איז געשטאנען "אבאמא איז געפארן קיין קאלאראדא צו מאכן זיין קעיס פאר די וויילער".

עמיצער וואס ליינט נישט קיין ענגליש, קען זיכער קלערן אז דער שרייבער האט דא איינגענומען עפעס קטורת צו וואס...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:57 pm
דורך שעפטל
גדעון האט געשריבן:א באזונדערע ביילאגע, ווערן די צוויי חסידות נענטער?

שטייט אויך די סיבה פארוואס ער איז ארויסגעלאפן ביי די פראטעסט...?
מ'האט טאקע נישט געטראפן מער קיין היימישער נאנטער וואס זאל אראפלייגן די גרויסקייט און איטערסאנטע זאגן פונעם סאטמאר'ע רב זצ"ל? (אפשר נישט גענוג קיין גוטע טענה, אבער דא ליגט עפעס מער ווי דעם...)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:59 pm
דורך שעפטל
קלאר האט געשריבן:
גדעון האט געשריבן:א באזונדערע ביילאגע, ווערן די צוויי חסידות נענטער?


די גאנצע ביילאגע
איז א סעמפל אין הלכות לעקעריי ווי דער איד פראבירט צו לעקן ר' מאטעלע
זייער אינטערסאנט ווי די לעקעריי ארבעט

פארדעם האט מען אים שוין געמאכט אלס גרויסן קנאי א זוהן פון די גרעסטע קנאים בדורינו... (נישטא ווער ס'זאל לאכן!) ע"ע סיום הש"ס