בלאט 5 פון 5
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 2:40 pm
דורך יואליש
אה, הקטן, יעצט זעה איך אז די באציסט זיך צו מיין דעפינישאן צו מאראל. מסכים מיטן גאנצן הארץ אז די פיליזאפיע פון דיוויין קאמענד טעאריע, מיט אלע אירע פראבלעמען, נעמט נישט די שטעלונג. דיסרעגארד מיין פריערדיגע תגובה.
קען זיין מיר האבן שוין טאקע געהאט דעם שמועס בעפאר, און כ'האב באמת נישט געוואלט אנקומען אהין (נאכאמאל) מיט דעם שמועס. סאו כ'וועל זיך פארנויגן מיט כבוד.
כ'האב אויך נישט קיין פראבלעם מיט הענרי'ס פאזיציע, אדער דיין פאזיציע. כ'האב זיך באצויגן איבער די לייקליהוד אז דאס איז געווען די אריגינעלע סיבה. ודי בזה.
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 2:48 pm
דורך נהורא נפישא
איז אפשר די תפקיד פון די שווארצע שקלאפן, אויך נאר געווען אנדרעש.
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 4:15 pm
דורך ירא שמים
נהורא נפישא האט געשריבן:1) איז דער יחס פון חז"ל כלפי פרויען געווען ערגער אדער בעסער אדער די זעלבע ווי אנגענומען אין די אלגעמיינע קולטורן ?
2) אויב חז"ל'ס השקפה אויף פרויען זענען היסטאריש געווען אזוי אדער אזוי, מיינט דאס אז דאס בלייבט די השקפה לאורך היסטורית היהדות ?
3) דארפן מען באטראכטן חז"ל אלס א קאלעקטיוו לגבי השקפה, אדער קען מען טראכטן פון פארשידענע מיינונגען.
4) אויב ווייסן מיר קלאר אז סיי וועלכע טראדיציע איז נוגד די היינטיגע השקפה, איז בעסער מבטל צו זיין די מנהג, אדער אנגעבן אפאלאגעטישע הסבר?
5) איז דער מהלך הפרשנות געבויעט אויף נאכגיין די ארגיניעלע היסטארישע באדייט, אדער איז דאס געבויעט אויף די געדאנקענגאנג פונעם מפרש ?
פון וועם פרעגסטו דאס?
נו מיר ווילן הערן אן ענטפער!
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 4:30 pm
דורך פליקער
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס הענרי האט זיך געברויכט ווענדן צי אימקאנווענטיאלע תירוצים, עס איז נישט קיין ספק פאר קיין שום בר דעת פארוואס א מאן מאכט א ברכה בכל יום שלא עשני אשה, ווייל א פרוי איז פטור פון פיל מצות כמו כל מצות עשה שהזמן גרמא, און דעריבער זענען מיר דאנקבאר דערפאר, אזוי איז די פשוטע פשט וואס ווערט געברענגט בשם ר' יה-ודה מסכת ברכות תניא היה ר' יהודה אומר חייב אדם לברך ג' ברכות בכל יום שלא עשני גוי ובור ואשה ורב אחא בר יעקב שמע לבריה דקא מברך שלא עשני בור אמר ליה כולי האי נמי אלא היכי אברך שלא עשני עבד היינו אשה עבד זיל טפי בירושלמי איתא נמי בפרקין ומפרש טעמא אשה לפי שאינה מצווה בכל המצות אזוי ווערט געברענגט להלכה אין טור או"ח סימן מ"ו, מיר האבן במשך הדורות קיין מאל קיין שום קאמפלעקס נישט פארמאגט אז מיר האבן מער מצות ווי א גוי אדער א עבד כנעני אדער א פרוי, יעדער פארשטייט אז מיר ליבן פרויען מער ווי אינז אליין, אן קיין פרוי קען די וועלט גיין בארן קלאפן, יעדער האט זיין תפקיד אויף די וועלט, אבער האט ווער געהאט א הוי אמינא אז מיר מאכן די ברכה ווייל מיר לאכן אפ פון פרויען, איך פאר שטיי נישט די גאנצע מעשה, אולי בבחינת איך בין א מאן האסט א פראבלעם..
איך האב געזען א מעשה געברענגט אז א גלח האט געריפן ר' יונתן אייבשיץ פאר א וויכוח אז אידן האסן גוים, והא ראיה מיר מאכן בכל יום די ברכה שלא עשנו גוי, און מיר נעמען ריבות נאר ביי גוים, האט ר' יונתן גענטפערט אז מיר מאכן דאך אויך יעדען טאג שלא עשני אשה, און קיינער איז נישט חושד אז מיר האב פיינט אינזערע נשים, נאר וואס דען זעיט אויס אז דאס איז א אלטע אנטי שם טענה, אויף די ריבות פראבלעם האט ר'יונתן געפרעגט צי ווען דער גוי בארגט פאר א איד נעמט ער דען נישט קיין דיבות, זאגט ער יא, ני וואס איז דער פראבלעם א איד ביי א איד נעמט דאך אויך נישט קיין צינזען.
נאר עפעס היינט אין א פעמענירטע וועלט, ווען אלעס איז אייניג, יעדער איינער קען אלעס, און איז אויף אלעמען בארעכטיגט, איז עס שוין נישט אקצעפטירט, הלמאי א פרוי איז נישט מחיוב במצות וואס איז זיי קענען עפעס נישט אנטיען קיין תפילין איך וועל דיר ווייזן אז זיי קענען יא, ווייסטו וואס ווער טאקע א מאן און מיר האבן א דיל, פיל טאקע ווערן היינט מענער אדער פרויען און מאך דעם ברכה שלא עשני אקעי.
איך האב זיך טאקע אלעמאל געווינדערט הלמאי מען מאכט די ברכה יעדן טאג, אמער איך בין געבוירן א מאן, וועל איך אלע בלייבן אזוי, פארוואס מיז איך עס יעדען טאג עקסטער זאגן, איך טרעפ די קשיא און די מפרשים, פיל ענטפערן אז די הנאה איז דאך יעדען טאג ממילא מאכט מען די ברכה כסדר, אבער היינט פארשטיי איך עס שוין, ווייל ווער ווייסט צי איין טאג קען איך ווערן א פרוי, עס איז שוין גאר נישט אזוי זיכער.
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 6:02 pm
דורך kliger
אי אפשר לעולם בלא זכרים ובלא נקבות אשרי מי שבניו זכרים ואוי לו למי שבניו נקיבות
מסכת קידושין דף פב, ב
מגילה (כג ע"א): "תנו רבנן: הכל עולין למנין שבעה, ואפילו קטן ואפילו אשה. אבל אמרו חכמים: אשה לא תקרא בתורה, מפני כבוד צבור
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 6:16 pm
דורך קל וחומר
עבד זיל טפי...
נשים דעתן קלות.
אין חכמה לנשים.
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 6:27 pm
דורך נהורא נפישא
שאלה, א הויז ברענט, א מאן און א פרוי זענען פארכאפט, איז דא אין הלכה א כלל וועם מ'דארף פריער ארויסראטעווען.
אויב יא, פארוואס ?
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 6:33 pm
דורך קל וחומר
יא, די הלכה לויטעט מאי חזית דדמי דידך טפי ווען ס'קומט צו עניני נפשות. (גייט ארויף אויף א תינוק משיצא לאוויר העולם, א זיידע פון הונדערט און צוואנציג, און א פרוי צוגלייך)
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 6:38 pm
דורך נהורא נפישא
די הלכה זאגט האיש קודם לאשה להחיות.
פארוואס, ווייל א מאן'ס לעבן איז וויכטיגער דערפאר וואס ער איז מחוייב במצוות.
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 6:54 pm
דורך נהורא נפישא
קל וחומר האט געשריבן:יא, די הלכה לויטעט מאי חזית דדמי דידך טפי ווען ס'קומט צו עניני נפשות. (גייט ארויף אויף א תינוק משיצא לאוויר העולם, א זיידע פון הונדערט און צוואנציג, און א פרוי צוגלייך)
דו ביסט גערעכט לגבי קום ועשה, אז איינער וויל פטר'ן איינעם אנשטאטס א צווייטן דאן מאכט נישט קיין חילוק, מאן צו פרוי צו א עובר שהוציא את ראשו, אין דוחין נפש מפני נפש, א חוץ אויב מ'רעדט פון א גברא קטילא כשבע בן בכרי.
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 7:10 pm
דורך א איד
פליקער האט געשריבן:
איך האב זיך טאקע אלעמאל געווינדערט הלמאי מען מאכט די ברכה יעדן טאג, אמער איך בין געבוירן א מאן, וועל איך אלע בלייבן אזוי, פארוואס מיז איך עס יעדען טאג עקסטער זאגן, איך טרעפ די קשיא און די מפרשים, פיל ענטפערן אז די הנאה איז דאך יעדען טאג ממילא מאכט מען די ברכה כסדר, אבער היינט פארשטיי איך עס שוין, ווייל ווער ווייסט צי איין טאג קען איך ווערן א פרוי, עס איז שוין גאר נישט אזוי זיכער.
מען זאגט נאך פון אר"י הק' די טעם פארוואס מען מאכט א ברכה יעדן טאג, שלא עשני גוי, ווייל אויב מען ווערט אין מיטן טאג אין כעס, ווערט אין עם נתעבר נשמת גוי, אין ווען מען שטייט אויף אינדערפרי, באקומט מען צוריק די נשמת ישראל, וועגן דעם מאכט מען יעדן טאג עקסטער שלא עשני גוי.
עס שטימט מיט פליקערס הנחה
נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 9:37 pm
דורך kliger
א איד האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:
איך האב זיך טאקע אלעמאל געווינדערט הלמאי מען מאכט די ברכה יעדן טאג, אמער איך בין געבוירן א מאן, וועל איך אלע בלייבן אזוי, פארוואס מיז איך עס יעדען טאג עקסטער זאגן, איך טרעפ די קשיא און די מפרשים, פיל ענטפערן אז די הנאה איז דאך יעדען טאג ממילא מאכט מען די ברכה כסדר, אבער היינט פארשטיי איך עס שוין, ווייל ווער ווייסט צי איין טאג קען איך ווערן א פרוי, עס איז שוין גאר נישט אזוי זיכער.
היינט פארשטייט מען שוין בעסער... עני דעי קען איינפאלן א דזוך אין קאפ....
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2016 12:27 am
דורך יודישע שרייבער
אבער, און דא קומט א גרויסן אבער -
און אלע אנדערע ענינים זענען די פאפאנער פונקט אזעלעכע חכמים ווי די סאטמארער. די זעלבע תלמידי חכמים, די זעלבע ביזנעס לייט, די זעלבע פאליטיקאנטן, די זעלבע פארשטייערס, און די זעלבע אלצווייסערס. נאכמער, ווען איר בייסט אריין אין א פאפאנער אויפגעקלערטער, איז ממש א מחיה צו פארברענגן מיט אים. ער האט נישט קיין שום גבולים וואס מאכט די שמועס אומבא'טעמ'ט. ער האט נישט קיין פראבלעם נישט מיט קיין רבי זכרונו לברכה, נישט מיט קיין סיגעטער גזע און אויך נישט מיטן דרך החתם סופר פון התבדלות, א קיצור ער האט נישט קיין שום בלאקדזשעס ער איז אפען צו פירן אן אויפריכטיגע שמועס אין יעדע נושא, און איר ברויכט נישט מורא האבן אז ער וועט זיך אנשטאלפערן אין א נושא ווי ער וועט זיין בלינד און בייעסד נאך פאר איר האט אנגעפאנגן דעם שמועס, און אין דעם הינזיכט איז ער מער אויפגעקלערט און אפענמיינדעד ווי עני אנדערע דורכשניטליכער חסיד אינקלאדינג חב"ד אדער קלוזענבורג (ביודעי ומכירי קאאמינא).
א נביאה פון [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]
(פון דא:
viewtopic.php?f=24&t=4485)