בלאט 5 פון 5

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 20, 2021 11:55 pm
דורך היסטאריע
עס שטייט אז משה האט פארגעסן דאס לערנען וואס דער אויבערשטער האט געלערנט מיט אים, ביז דער אויבערשטער האט עס אים געגעבן א מתנה. זעהט אויס ער איז געוועהן א ליטוואק.
אבער יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די מורה הוראה רעדן אייביג מיט א לשון נקיה. ביי א דרשה לעצטענס האט איינער געהאקט אויף פיצא און דיפס, האט ער עס גערופען מילכיגע ברויט, און אלע ערליי כריין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 12:40 am
דורך הקטן
נפה האט געשריבן:ר׳ בערל במחילה מכבודך זע איך נישט וואס דו שרייבסט מער פון הקטן, עכ״פ די רש״י איז זיכער שייך אויך פאר דיין תגובה

רש"י אין ערבין דערמאנט נישט לשון נקיה וואס דאס איז די גמרא אין פסחים

מגונה קען מיינען נישט לשון נקיה און קען אויך מיינען נישט לשון צח - דאס זענען אבער נאך אלץ צוויי באזינדערע באגריפן

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 12:59 am
דורך נפה
האסט פארזען די רש״י פסחים דף ג עמוד ב ד״ה וכל היכא וכו׳

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:13 am
דורך berlbalaguleh
עמיר נאכקוקן...אויסער אז דו ווילסט בטובך הגדול אונז דערציילן איבער וואס די גמ' און רש"י רעדט זיך דארט...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 12:07 pm
דורך נפה
בעסער אז דו קוקסט נאך וכבר אמרו ז״ל אותיות מחכימות אבער פאר די וואס זענען צוגעוואוינט צו מובאות התוספות וועל איך מסביר זיין,
עס איז געווען א דיון צו די גמרא אין עירובין און אין פסחים רעדן פון דער זעלבע זאך, און צו לשון מגונה און נישט לשון נקיה איז דער זעלבע האב איך צוגעצייכענט אז רש״י אין פסחים זאגט אויך לשון מגונה אזוי ווי אין עירובין.
ותו לא מידי

Re: 'לינקע' שטיקלעך אין 'רעכטע' ספרים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 2:13 pm
דורך תוהו ובוהו
נפה האט געשריבן:דער גמרא עירובין דף נג סוע״א האט געהאט א הו״א אז די תורה האט זיך נישט געהאלטן ביי די בני גליל וועגן זיי האבן נישט מקפיד געווען אויף לשון נקיה (עיין רש״י) זאגט די גמרא מידי בקפידא תליא מילתא.
באמערקונג: אין מסכת פסחים דף ג עמוד ב איז יא אביסל אזוי משמע ואינו מוכרח

כ'הייב נישט אן צוכאפן די צושטעל צו די גמרא אין פסחים, ס'איז פשוט אז דארט דארף עס צו ווייזן אויף אצילות'דיגע תכונות הנפש צו וואס, וואס די רבי האט געהאלטן וועט אים ברענגן גאר ווייט, און ס'האט גארנישט צוטוהן מיטן מיטאס אז 'רעדן מיאוס מאכט פארגעסן'.

(ער רעדט בכלל נישט פונעם צווייטן תלמיד, ס'קען זיין ער איז אויך געווארן א מורה הוראה בישראל, נאר אויף אים איז ער נישט געווען ''מובטח'')

בכל אופן איז דאס נישט לינק צו רעכט, נאר א טעכנישע אמונה טפילה וואס איז נאכנישט אריין בימי חז''ל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 3:23 pm
דורך נפה
גערעכט פארדעם האב איך געשריבען ואינו מוכרח,
היינט צוטאגס קען מען זיין א מורה הוראה אן קיין אצילות׳דיגע תכונת הנפש

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 4:16 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו און נפה: אבער די גמ' דארט (פסחים) מאכט דעם פאוינט (פון אנדערע מעשיות אויך וואס די גמ' ברענגט דארט) אז מ'דארף רעדן שיין. און, קאנווערסלי, נישט געמיין...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:36 pm
דורך נפה
לכבוד י״ט כסלו.
גיי דערצייל פאר א דורעכגעווייקטער סאטמארע חסיד א מעשה פון א צדיק וואס האט זיך אויסגעדריקט אז תורת החסידות שטייט אויף א העכערע מדרגה וואו תורה שבכתב, זיין רעאקציע קענסטו זיך אליין פארשטעלען…
יעצט גיי מיר לערנען א שטיקעל ויואל משה סוף סימן קפ ,כפי הנראההי' כן מן השמים שישאר דרך זה בתושבע"פ.ועי' מ"ש בסידור התניא בענין ההקפות. עכ״ל
יעצט לאמיר מקיים זיין זיין ציווי און מעיין זיין אין סידור התניא
וזהו הטעם שמצות ניסוך המים דחכמה לא נתפרשה בתורה שבכתב לפי שהוא למעלה הרבה מתורה שבכתב. עכ״ל ועיין שם שמאריך בזה

א גוט יום טוב