בלאט 5 פון 12

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 10:54 am
דורך קאצקע ציקער
שאלעם אפשר וועקסטו אויף קיווע ער וועט דיר העלפן מיטן וועקער...

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 7:03 pm
דורך א איד
קאצקע ציקער האט געשריבן:שאלעם אפשר וועקסטו אויף קיווע ער וועט דיר העלפן מיטן וועקער...

ער איז גוט אין גראפיקס

נשלח: זונטאג יולי 24, 2016 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
[center]ערשטע אפדעיט איבערן וועקער נומער דריי:[/center]


1. עס ליגט שוין ביים גראפיקער אויפן טיש, נישט ווייניגער פון 10 ארטיקלען!!!

2. פינף ארטיקלען, זענען פון מדור 'מן הגנזים', וואו די גדולי החכמים וידענים: [tag]יידל[/tag], [tag]הערשי[/tag], און [tag]ממי שאמרו[/tag], זכר כולם לברכה, האבן געשריבן מעכטיגע ארטיקלען אין סייענס, היסטאריע, דאקטאריי, ועוד. רוב פון די ארטיקלען זענען גאר גאר לאנג, טיף, און באמת מעכטיג.

3. נאך דריי ארטיקלען, זענען פון מדור 'חדשים גם ישנים'.

4. עס איז אריינגעקומען איין 'בריוו צום רעדאקציע', פון גאס. עס איז אויך דא איין עקסקלוסיוו ארטיקל צום 'וועקער' [דערווייל געהאלטן געהיים]. אפאר אנדערע חברים האבן געזאגט אז זיי וועלן אריינשיקן זייערע עקסקלוסיוו ארטיקלען.


מיר בעטן די חשוב'ע חברים, צו שרייבן שיינע ארטיקלן, ומזרזים למזורזים עס צו שרייבן וואס שנעלער. מיר האבן דערווייל ערהאלטן גאר ווייניג נייע ארטיקלען, און עס איז נאר בידכם אריינצושיקן פרישע סחורה.


ידידכם,
אדנירם.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: דינסטאג יולי 26, 2016 11:51 pm
דורך א איד
איך שטעל זיך פאר אז מען דאדף עס נישט שרייבן, אז די פארזעצונג פון דער ראדימנער פראצעדור, גייט ווייטער אן.

נשלח: מיטוואך יולי 27, 2016 12:16 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:נו?

איך בין א דיין, צו מיין פיהל טאלאנטען, און איך פאסקען אז דו זאלסט צוריק באקומען דיין געלט וואס דו האסט אויסגעגעבען דערויף

ליטוואק פון בודאפעסט: צו דיינע אלע מעלות, ביסטו אפשר אן עניוו אויך...?!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 4:50 am
דורך [NAMELESS]
מיינע אויגן קלעבן שוין, און כ'האב נישט קיין צייט צו געבן אן אויספירליכן באריכט וואו מיר האלטן יעצט מיטן קומענדיגן וועקער. א לענגערע אפדעיט וועט אי"ה נאכפאלגן מיטוואך דורכן טאג.

אזויפיל יא, אסאך אסאך ארטיקלן זענען ערשינען, הגם ס'רוב זענען נישט עקסקלוסיוו ארטיקלן. דער הויפט עקסקלוסיוו ארטיקל איז שוין יא ערשינען און געפונט זיך שוין ביי פיקאסא.

גלייכצייטיג דערמאנען מיר אלע חברים, צו שרייבן עפעס גוט פארן וועקער. און אזוי אויך אלע וואס האבן זיך אונטערגענומען, זאלן שנעל פארענדיגן צו שרייבן, ווייל ר"ח דערנענטערט זיך שוין!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 7:02 pm
דורך [NAMELESS]
[center]פרישע אפדעיט איבער "דער וועקער" #3.[/center]

מיר קענען דא מעלדן פארן עולם, אז דער קומענדיגער "וועקער" רוקט זיך פאראויס מיט גיגאנטישע טריט. מיר האבן א ריזן אויסוואל פון ארטיקלן, הערליך שיינע אינהאלטסרייכע סחורה, הגם מיר האבן נאכנישט קיין פונקטליכע פלאן וואס צו לאזן פארן דריטן וועקער, און וואס איבערצולאזן אויף א קומענדיגע געלעגענהייט. די פאלגענדע רשימה איז נאר בערך'דיג, געוויסע פרטים קענען זיך נאך טוישן:


1. מיר האבן דערווייל ערהאלטן גאנצע 16 ארטיקלען, פון איין בלאט ביז זעקס און צוואנציג בלעטער... [בפשטות וועלן געוויסע ארטיקלן פון מדור 'מן הגנזים' אריינגיין אינעם קומענדיגן וועקער].


2. פארן מדור 'מן הגנזים', האבן מיר דערווייל גאנצע זעקס ארטיקלן! וואס רעדן פון אלערליי אינטרעסאנטע זאכן, פון סייענס ביז היסטאריע, פון רפואה ביז ביאגראפיע.
צוויי זענען פון החכם [tag]יידל[/tag] ז"ל, איינס איז פון החכם [tag]הערשי[/tag] ז"ל, צוויי זענען פון החכם [tag]ממי_שאמרו[/tag] ז"ל, און איינס איז פון החכם [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] שליט"א.


3. פארן מדור 'חדשים גם ישנים' האבן מיר אריינבאקומען פינף ארטיקלן. צוויי פון החכם [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag], און איינס פון החכם [tag]רויטע וואנצעס[/tag], החכם [tag]געוואלדיג[/tag], און אני הקטן.


4. פארן מדור 'חדשות אני מגיד' האבן מיר אריינבאקומען פינף עקסקלוסיוו ארטיקלן. לאמיר זיי אויסרעכענען אין קורצן:
א' - קורצע בריוו צו די רעדאקציע, באקומען בליץ-פאסט פון גאס.
ב' - הומאריסטישע ארטיקל מיט מוסר השכל, א טיפישע שטיקל פון החכם [tag]שטילע אינגערמאן[/tag].
ג' - א טיפע שטיקל שמועס וואס החכם [tag]אבטולמוס[/tag] האט אפגעהאלטן מיטן העלד פונעם פריערדיגן וועקער - דר. ירמיהו ענגלאנד.
ד' - א לענגערע ארטיקל דורך אני הקטן.
ה' - מאסיווע לאנגע, מעסער-שניידנדע 'הויפט ארטיקל', באקומען פון א חכם גדול פון גאס, וואס וועט האפנטליך אויפשאקלן די גאס.


5. מיר האבן נאכנישט ערהאלטן אלע ארטיקלן וואס חברים האבן געזאגט זיי וועלן אריינשיקן. מיר אפעלירן דא פאר יעדן איינעם צו פארענדיגן זייערע ארטיקלן היינט-מארגן. די צייט לויפט אויס, און עס פעלן נאך אסאך עקסקלוסיוו ארטיקלען פארן וועקער. אזוי אויך בעטן מיר ווער עס קען נאך אפשרייבן אן ארטיקל, זאל דאס טון.


6. אית דפרע בגופיה ואית דפרע בממוניה. אונזער חשוב'ער גראפיקער החכם [tag]פיקאסא[/tag], ארבעט שעות ארוכות אנע ווערן באצאלט נארמאלערהייט. די מינימאלע הכרת הטוב וואס מיר קענען ארויסווייזן פאר אים, איז דורך שיקן אפאר דאלער [אפילו קליינע סכומים, ע"ע בערני סענדערס...] צו זיין פעיפעל אקאונט: info@derveker.com, ייש"כ. (אגב, דארט קען מען אויך איבערלאזן הערות והארות, און אריינשיקן ארטיקלן פון גאס).


7. א ספעציעלן דאנק פאר די חברי המערכת, ספעציעל החכם [tag]שלום שטיסל[/tag], החכם געוואלדיג, און פארשטייט זיך - החכם פיקאסא, פאר זייער אומערמידליכער ארבעט לשם ותפארת להצלחת ה'זשורנאל.


דברי ידידכם,
אדנירם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 8:30 pm
דורך דער דאס
כ'קען שוין נישט ווארטען!!!!

באמת א גרויסן יישר כח!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:43 pm
דורך [NAMELESS]
איינס צוויי... די מייק ארבעט? וואן טו וואן טו... דער עולם הערט? ס׳ארבעט פיין....

[tag]אדנירם[/tag] איז פארנומען רעדאגירן און אויסהערן פארשידענע הצעות וואס איז פארגעלייגט געווארן פאר די מערכת האט ער מיר מכבד געווען צו זיין די ספאוקעסמאן און רעדן אפאר ווערטער צום עולם. הערט און האט הנאה. (מיר ערלויבן נישט צו מאכן קאפיס)

די רעדאקציע איז זייער פארנומען מיט פארשידענע הצעות וואס ליגן אצינד אויפן טיש בנוגע דער עתיד אין די פארברייטערונג פונעם וועקער, מ׳איז דן בכובד ראש פארשידענע מיטלן וואס וועט בעזר השם ארויפברענגן די ניווא פונעם וועקער, שש מאכט זיכער צו בלייבן מיט די לעצטע ווארט אבער דאנט-ווארי איך לאז מיר הערן איך ווארף אריין מיינע צוויי צענט, די צוזאמארבעט פון שש מיטן ספאדיק און ישיביש היטל אין די וואכן, מיט שטיסל וואס רייכערט סיגריות אין די זכרון משה שטיבאלאך, געוואלדיג מיט אירע קענטעניסן, און פיקאסא וואס נוצט נאך גוגל טרענסעלעיט צו איבערטייטשן פון פראנצוזיש צו אידיש צו קאמיוניקירן מיט די מערכת גייט געבן א קאלירפולע בליק פאר אונזער מאגאזין. איך קען נאכנישט מיטיילן אלע נייעס וואס גייט געשעהן אבער אזויפיל קען איך יא זאגן, ס׳קומט פאזעטיווע נייעס, ווען שש וועט ערלויבן וועט עס נתגלה ווערן. (באמערקסט אז איך זאג נישט גארנישט דא? וואס זאל איך טוהן אס שש האט געהייסן מעקן האלב פון די תגובה)

ס׳קומט אריין אסאך בריוו צו די מערכת, ס׳איז כדי צו באמערקן אז דאס רוב איז פאזעטיווע. די גאס איז זייער איבערגענומען פון אונזער מאגאזין, אסאך מענטשן שרייבן מיט עכטע נעמען, ס׳איז זייער איבעראשענד ווי ווייט אונזער מאגאזין דערגרייכט און דאס געבט א געוואלדיגער שטופ אויף פראנאויס, בעיקר איז דער עולם זייער איבעראשט פון די סארט ארטיקלן וואס דער וועקער ברענגט צום טיש, רוב פון די סאבדזשעקטס איז נאך נישט בארירט געווארן אין די היימישע מאגעזינען א שטייגער ווי אסטראנאמיע פסיכלוגיה ועוד, די גאס פארלאנגט מער און מ׳וועט עס אי״ה צושטעלן. מצד שני באקומט די הנהלה פארשידענע בריוו׳לעך מיט געוויסע קריטיק, טייל שארף טייל מילד און טייל פארביסען פון וואס מ׳וועט נאך איינטאג מאכן א באזונדערע ארטיקל פון די אלע בריוו, דער עולם וועט וויינען פאר געלעכטער אין דער כותב ה׳בריוו וועט לאכן פאר געוויין.

(דא ווערט אויסגעלאזט צוויי ענינים וואס שש לאזט מיר נישט אויסלופטערן. איך שעלט, :oops: :oops: נעקסט....)

ס׳קומען אריין ארטיקלן פאר די וועקער, אסאך אינטערסאנטע און אסאך זייער אינטערסאנטע, אבער באס שש לאזט נישט אויסגיסן די גאנצע פרישע ווארע אין איין אויסגאבע, ער ארבעט זייער אויף די מיזוג פון די אויסגאבע ס׳זאל האבן פון אלע מיני נושאים און זיין א דבר השווה לכל מ׳זאל קענען זאגן דערביי מתוך. דערווייל איז נאך דא פלאץ פאר צוויי געזונטע ארטיקלן פאר די קומענדע אויסגאבע, [tag]פיקאסא[/tag] האט פארשפראכן אז ער גייט עס נאך גרעפיקירן (נאך פילע הפצרות פון [tag]געוואלדיג[/tag], אונזער וואטס אפפ גרופע האט זיך צוקלעמט פון די פולע דריק וואס מ׳האט געלייגט אויף אים) עטליכע חברים האלטן שוין אינמיטן די עבודת הכתיבה, סאיז צום האפן אז ס׳זאל זיין נאך זיין גרייט פאר די רעדאקציע לאזט אראפ די גראטעס און שפארט דעם טויער פארן וועקער נומער דריי.

געדענקט, פיקאסא בעהט זייער טייער פאר אווער-טיים, און טראץ די רייכע קאסע וואס די רעדאקציע פארמאגט איז אבער געמאכט געווארן א שטרענגע באשלוס דורך די אקאונטינג דעפארטמענט פון די וועקער (נאך א געמיינזאמע מיטינג צווישן אקאונטס פעיעבעל און אקאונטס רעסיוועבעל) אז מיר צאלן נישט קיין אווער-טיים. וואס דאס מיינט פאר אונז איז אז אויב שיקט איר אריין שפעט אייער ארטיקל וועט זיך עס געבן א האק אפ אינדערמיט, און דער לעצטער בלאט אין דער וועקער וועט זיין א מודה במקצת אדער גאר א חצי נזק, כדי דאס זאל נישט פאסירן בעטן מיר נישט מער ווי ענדיגט צו אייער ארטיקל און שיקט עס אריין בעוד מועד.

נאך דא אסאך וואס איך וויל רעדן מיטן עולם, איך בין געווארן ממש אדיקטעט צו רעדן אויף א מייק אבער איך קריג אויך נישט קיין אווער-טיים, וועל איך ענק אצינד איבערלאזן מיט די צונג אינדערויסן און אי״ה מארגן זייגער צעהן (מיין זייגער) וועט קומען א מער דיטאלירטע באריכט, (אויב שש וועט לאזן דערציילן מער סודות)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
סארא לעינגוויטש דאס... wow!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:58 pm
דורך געוואלדיג
שלום שטיסל האט געשריבן:געוואלדיג מיט אירע קענטעניסן,


נישט מיר געדאכט, מיט א הינף יד מיר פארוואנדלט אין א פרוי ה"י.

שלום שטיסל האט געשריבן:(נאך פילע הפצרות פון [tag]געוואלדיג[/tag], אונזער וואטס אפפ גרופע האט זיך צוקלעמט פון די פולע דריק וואס מ׳האט געלייגט אויף אים)


יעצט פארשטיי איך, מען פארציילט אז מען האט פאר'מסר'ט פאר הרה"ק ר' דוד'ל טאלנא'ער א חסיד זיינער אז ער פייניגט זיין ווייב, האט ער איהם אריין גערופן און געזאגט "איך הער אז דו דריקסט דיין חיבור" דער חסיד האט זיך נישט פארלוירן, נאר גלייך געענטפערט "ווען דער רבי זאל ווען זעהן מיין חיבור וואלט ער געגעבן אן הסכמה"...

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:02 pm
דורך קל וחומר
קיינמאל נישט געהערט דעם סיפור, אשפגתי.
קריעיטיוו, הומאר און שארף! ריין כשרון.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 10:59 pm
דורך סמבטיון
רב שלום, אב ומחנך שליט"א, איך האף אז דו גייסט אונז מזכה זיין מיט א מעכטיגע ארטיקעל, איך ווער צידרייט פן דיין שפראך און הומאר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:03 pm
דורך ווייל אזוי
לויט ווי די חברה לייגן עס אראפ קומט פיינע סחורה.
קוקן מיר שוין ארויס אויף דעם....

ש'כח פאר אלע וואס העלפן ארויס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:25 am
דורך שמעקעדיג
Wow שטיסל כ'האב הנאה פון דיר און דיין שפראך...

די מערסטע ציעט מיר טאקע צו ליינען די אלע בריוו, בעד אדער נגד.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 6:59 am
דורך פיקאסא
@שטיסל די ביזסט פיינע נייעס און דיין מייק ארבעט ב"ה פיין...

כ'מיין מ'קען דיר ערלעדיגן א הומער קאלום אינעם וועקער, דער עולם וועט זיכער הנאה האבן..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 7:59 am
דורך הוגה
שלום שטיסל האט געשריבן:(דא ווערט אויסגעלאזט צוויי ענינים וואס שש לאזט מיר נישט אויסלופטערן. איך שעלט, :oops: :oops: נעקסט....)


שוק אין אישי ביטע, הוגה@ק"ש.קאם אדער הוגה@קאוועשטיבל.קאם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:09 am
דורך איך אויך
איז טאקע דא א וואסטוטזיך גרופע ווי די גרויסע שישקעס קאמיוניקירן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו האסט דאך מער ווי פיהר טויזענט תגובות דא. ווען דו ווייסט נישט דערפון, מיינסט ס'איז דא?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:(דא ווערט אויסגעלאזט צוויי ענינים וואס שש לאזט מיר נישט אויסלופטערן. איך שעלט, :oops: :oops: נעקסט....)


שוק אין אישי ביטע, הוגה@ק"ש.קאם אדער הוגה@קאוועשטיבל.קאם

אדער קאוועשטיבל@הוגה.קאם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 6:04 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]זעץ ענק אראפ... אראפגיין פון די בענק... נישט שטיין אויף די טישן... איז אזוי, עטס הערטס? איך טרייב נישט קיין שפאס, אז איך האב געזאגט אז ס׳קומט נאך א אפדעיט וועט עס קומען.

פאסירט האט אז כ׳בין נישט געשלאפן דאס רוב פון די נאכט, באס שש האט אנגעלייגט מיין דעסק מיט הויפענעס פון ארבעט, נאכן ארבעטן האב איך אנגעהויבן ליינען א ארטיקל וואס איז אריינגעקומען צו די מערכת און כ׳האב נישט געקענט סטאפן. נאכן ענדליך טרעפן דאס זעקל געביין איינגעוויקלט אינעם פעדער׳נע דאכענע בין איך געווארן עקסייטעד צו רעדן אויפן מייק נאכאמאל. אנטשולדיגט פארן שפעטיגן באט נעווער טו לעיט.

צופיל פרישע אפדעיטס וואס איז ליגאל מיטצוטיילן האב איך נישט, אין די זשורנאליסטישע וועלט וואלט איך אצינד געשטאנען אין די הייעך און געזאגט ׳נאו קאמענד׳, אבער פאר ענק טייערע ברודער אחים לדעה וועל איך יא אביסל מגלה טפח זיין, אבער ס׳זאל בלייבן צווישן אונז היימישע, נישט שיקן ווייטער.

די חודש גייט מען געבן פארן עולם צו פארזוכן פארשידענע נייע נושאים און לויט די פידבעק וועט מען וויסן וואס דער עולם גלייכט און אויף וועלעכער דירעקציע צו גיין, ס׳קומט הייסע ווארע, דער עולם וועט זיך פארברענען די צונג אויב מ׳וועט כאפן צו שנעל, ליינען געמיטלעך. (שיץ... די קעצליך דא אין מאה שערים לאזן נישט נאך) טו מעיק א לאנג סטארי שארט ( ;) ) קען איך אייך זאגן אז ס׳קומט א היט. רוהט אויס די אויגן וואשט אויס די בריללן און שטייטצעך זיין אויסגערוהט.

([tag]אדנירם[/tag] דרייט זיך דא אינטער די פיס מיט דריי פייל׳ס, כ׳האף ס׳קומט נישט אן צו מיין דעסק, אלקא דמאיר... ...בן יוסף) וואס נאך זאל איך מיטיילן? איך מיין אז דאס איז עס דערווייל, אההה נאך איין זאך, [tag]געוואלדיג[/tag] האלט אין איין אנצינדען ספירה מוזיק דא אין אפיס, שש שעלט, ער טענהט אז ס׳ברענגט אריין א לאו ענערדזשי אטמעספארע, יעדע מאל ער הערט ווי שירה ברומט אין די בעקראונד רייסט ער זיך די בארד, ס׳גייט אים אויף די נערווען.

איין מינוט, איינער באמערקט אז דא איז נישטא קיין שום אפדעיט אין די גאנצע באריכט? איך גיי בעטן שש ער זאל מיר לאזן רעדן אביסל מער, כ׳קום שוין צוריק צום מייק.

אוקעי... דא בינעך, ס׳איז אנגעקומען א פרישער פעקס מיט א פערטיגע ארטיקל, די פעקס קומט פון אזוי ווייט ווי בודאפעסט, ס׳איז עטליכע דפים, ווען סאיז אריינגעקומען בין איך פונקט געוועהן אויפן טעלעפון מיט [tag]פיקאסא[/tag], די ליין האט זיך אפגעהאקט. היות אונזער אפיס האט נאכנישט קיין לאנג דיסטענס אפציע דארף מען יעדע מאל אריינלייגן א קאלינג קארד, עטס קענסט ענק פארשטעלן די סענזאציע וואס דאס האט אנגעמאכט. כ׳ווייס נישט פארוואס דער קאלטער [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] קען זיך נישט שאפן אימעיל. כ׳מאך דא א אפיעל, דער עולם זאל בעטן געוואלדיג ער זאל צושטעלן א לאנג דיסטענס טעלעפוין סיסטעם.

אונזער חבר [tag]קל וחומר[/tag] נעמט אונז אויף א פרישע חינוך רייזע, זעהט צו קויפן אייערע קינדער בלעכענע משפטים הויזן.... נישט ממש, קל איז מער פארגעשריטן ווי דעם, ער איז זייער אויסגעקאכט אין די היינטיגע מעטאדן און רעדט דברים של טעם, איינטאג וועט נאך הענגן פלאקאטן איבער חינוך שיעורים וואס המחנך נפלא קל גייט געבן, פאר די נישטיגע סכום פון $360 קענט איר זיצן ביי די שיעור. ווען כ׳האב ווען די מעטאדן מיט א זעקס יאר צוריק וואלט מיין קיווע געוועהן א פיינע כולל אינגערמאן אין תולדות אהרן. (קל לייג אוועק די זאץ פאר דיין מארקעטינג)

[tag]שטאפענע קאפעליטש[/tag] (וואט עי נעים)האט אריינגעשיקט א פילאנטראפישע נדבה, די סטאקס פון די וועקער איז פאראויסגעשאצט ארויפצוגיין מיט דריי א׳האלב פוינטס. דאס וועט אויפשאקלן די פראנצוזישע מארקעט דארט ווי די גלאבעל אפיסעס פון גראפיקער פיקאסא איז סטאנציאנירט.

דער אדמדם [tag]רויטע וואנצעס[/tag] (ביי ענק אין מגושם׳דיגע אמעריקא רופט מען דאס דזשינזשי) האט אויך גענומען דאס ווארט, כדרכו של רויטע איז עס זייער לאכעדיג און טיף געשניטן. חדודים חדודים פלעגט דער מלמד שרייען ווען מ׳פלעגט נישט אנהייבן וויסן פארוואס איינמאל טייטש עס אזוי און איינמאל אזוי (וואלט די קלאס נישט אזוי געשטינקן פון די קנאבל׳דיגע פרישטיג וואס דער מלמד האט געקנאקט וואלטן די תלמידים געוועהן מער דערביי. אמת קל? דו פארשטייסט דאך צו חינוך.)

איך ריפרעש מיין אינבאקס יעדע פאר מינוט צו זעהן צו כ׳האב שוין געקריגן א אימעיל פון הוגה@קאוועשטיבל.קאם מיט א ארטיקל פארן וועקער. ער גייט נישט פעקסן ווייל ער האט מורא מ׳וועט אפשניידן דאס בוים פארענט פון זיין הויז, ([tag]הוגה[/tag] אויב די ווילסט קען איך שיקן א מעסענדזשער עס אפנעמען ביי דיר. דאנט ווארי מיט א ענרדזשי-פרענדלי סמארט קאר)

ווי ס׳קוקט אויס באקום איך א מעסעדזש תיקף ווען די הודעה ווערט געליפטערט לייוו וואס גייט זאגן איינס א וויץ צוויי א... און איך גיי מער נישט באקומען רשות צו שטיין דא אויף די סטעידזש. אדער יא אדער נישט פלעגן זיי זאגן, דערווייל בום איך אוועק, זאג נאר ווילסט זיין גוט מיר?

פיקאסא באזזט מיין אימעיל צום דריטן מאל, ער שרייבט מיר יעצט אז ער זעהט אז כ׳בין אנליין, (זאג נאר, כ׳מוז דיר ענטפערן אין די רגע? א קראנקע וועלט) עניוועי כ׳מוז לויפן. צום ווידערזעהן מארגן זייגער צעהן.

נ.ב. אויב איז דא סיי וועלעכער ספעלינג אדער גרעממער מיסטעיק אין די תגובה טייטלט די פינגער אויף שש, דאס קומט פון זיינע רעדאגגירוג. ער איז א מומחה אין מאכן מסתעיקס.[/justify]

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 6:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שטיסל, ביסט טאטאל משוגע, איך האב דיר אבער ליעב עניוועיז.

לאודועי בעלמא, איך האב גענוצט א קאמפיוטער מיט א טווין פלאפי ווערזיע פון ווארדפערפעקט, און דאס. איך האב נישט קיין פעקס, נאר פעקס עניווער אויפ'ן אינטערנעט.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 6:31 pm
דורך קל וחומר
ש*ט! פונקט ביי מיין הספד האט זיך די מייק גענומען פייפן ווי משוגע (כאדער שוין צעהן מאהל געזאגט נישט צו גיין דערמיט אזוי נאנט צום ספיקער!).
דעס איז נישט פעיר. מיין גאנצע מארקעטינג שטיקל איז פארוואסערט געווארן פונעם גרידשע. ביי קיווע וואלט אזאנס קיינמאל נישט פאסירט!