בלאט 5 פון 7

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:24 pm
דורך שבת אחים
ריכטיג האט געשריבן:איך גיי דאס נישט מסביר זיין מער, ניטאמאל דערהערסט עס אפילו. למשל דו פרעגסט:
שבת אחים האט געשריבן: דו ווייסט וואס מ׳האט געטוהן מיט פרויען און קנעכט??? סאיז נישט אז מ׳האט געמאכט פאר זיי אבער קליינע באשלוסן, מ׳האט זיי געהריג געהאלטן ווי א חפץ.
.

ניטאמאל האסטו פראבירט צו פארשטיין וואס איך זאג אויבן:
ריכטיג האט געשריבן:, די פראבלעם איז נישט געווען אז די פרויען און קנעכט האבן נישט געהאט קיין רעכטן נאר אז די מענער און הארן האבן אביוזט דעם סיסטעם.

דו פארשטייסט ניטאמאל וויאזוי ס'איז מעגליך צו טראכטן אנדערש ווי דאס וואס דו גלייבסט, ס'האט נישט קיין זין דיר דאס מסביר צו זיין. בעצם איז דיין מהלך מלא סתירות, דו בעטסט מיר איך זאל דיר מסביר זיין וויאזוי ס'איז מעגליך אז דער אביעקטיווע מאראל זאל זאגן אנדערש, דו גלייבסט דען אין אביעקטיווע מאראל? דיין חתימה שרייט דאך 2016 מיט א קוועסשן מארק? און טאמער נישט וואלסטו דאך שוין לאנג געדארפט וויסן אז מיין מהלך מוז נישט זיין אפגעפרעגט?

אנטשולדיגט, אבער איך וויל רעדן בלויז צו מענטשן וואס פארשטייען מיין חתימה.


דהיינו? וואסערע סתירות?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:33 pm
דורך שבת אחים
איך וועל עס איבערזאגן נאכאמל, סאיז ממש נישט צום גלייבן ווי געוויסע אידן האבן נאך אזעליכע צוריקגעשטאנענע מיינונגען אזש אז זיי זענען גרייט צו רעדן אזעליכע שטותים מיט הבלים פון בארעכטיגן אונזער נידערטרעכטיגע עבר פון סעקסיזים און בארבאריזים אפילו נאר למחצה ולשליש. און ער האט נאך די חוצפה צו טעהנן אז ער איז גערעכט! דו ווייסט אז אלע דיקטעטארס האבן געהאלטן אז זיי זענען גערעכט? וואס איז דיין פוינט אפילו? האסט דיך אנגעקלעיבט צוויי ווערטער ״אביעקטיווו מאראל״ און מיט דעם בארעכטיגסטו טויזענטער יאהרן פון רציחה? ווי איז דיין שכל?? וואס פונקטליך רעדסטו? רעדסט פון היץ?

שרעקליך! אפשר ביסטו נישט שולדיג ביסט למעשה אויפגעוואקסן אין א פרימיטווע קולט וואס בארעכטיגט טאקע סעקסיזים און געט נישט פאר פרויען און גוים קיין גלייכע רעכטן ליידער ליידער.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:48 pm
דורך שבת אחים
לעצטענס איז דא אסאך רעדע׳ס און פארשידנע מיינונגען הלמאי סאיז לעצטענס גאר שטארק נתרבה געווארן ספסלי ה׳אטדי״ס. מיין מיינונג איז אז די פרומע סעקסיט סאסייעטי און אונזערע רעטאריק פון איינרעדן אלע אונזערע קינדער אז גוים זענען סתם פרעסערס און שיכורים, אט דאס איז איינע פון די הויפט גורמים, ספעציעל פאר מיידלעך.

כפירה איז נישט ערלויבט!

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 8:56 pm
דורך שבת אחים
איקוואל רייטס פאר פרויען און מינארטיס איז נישט נעגאושעבעל אויף קיין שום אופן אין אמעריקא אין 2016, און אויב דער ימח שמו׳ניק טראמפ געווינט די עלעקשאונס און פירט איין סעקסיסט געזעצן, קומסטו זיין זיכער אז איך גיי ארויסגיין אין די גאסן און זיך שלאגן ביזן טויט פאר איקוואל רייטס פאר יעדעם איינעם. אדער גיי איך אפפיצן קיין קאנאדא אדער אייראפע, איך גיי נישט לעבן אין א טראמפ פרימיטוו סאסייעטי ווי רעסיזים און סעקסיזים איז א נארמאלע ערשיינונג. היל״ת.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:32 pm
דורך [NAMELESS]
שבת, איך האב פארשטאנען פון דיין חתימה אז דו מיינסט צו טענה'ן אז איך טראכט נישט ווי די פארגעשריטענע מהלך פון 2016, אבער לויט די פארגעשריטענע עקזיסטירט דאך נישט קיין אביעקטיווע אמת אלזא וואס שרייסטו? ע"ז התכוונתי בסתירות. שו"ר אז דו האסט גאר מורא אז דאס איז די טראמפ מהלך שנשרש ב2016 .
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ר' [tag]ריכטיג[/tag], וואס מיינסטו אז עס איז בעסער פאר פרויען ווען מענער מאכן פאר זיי החלטות? אז זיי וועלן לעבן לענגער האבן מער געלט? א מענטש וואס האט נישט אייגענע פרייהייט האט כמעט נישט קיין לעבן אפי' אויב ער האט געלט מיט עסן, עס איז קעגן די עצם מענטשליכע נאטור און געפיל צו לעבן אינטערדריקט, איז ווי איז שייך צו זאגן אז עס איז באמת בעסער פאר זיי צו לעבן אינטער אן אנדערען'ס בעלות?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

קודם דארף מען וויסן וואס איז די גדר פון אונטערדריקט, איינמאל מען נוצט דעם ווארט איז שוין שווער זיך צו טענה'ן. ווייל צו בן אדם'ס תגובה איז סארקאסטיש צו נישט האט ער למעשה א שטיקל נקודה. ס'איז דא פונקט אזוי א פארקערטער געפיהל פון אונטערגעדריקט וואס דאס איז פארלוירנקייט, א דירעקטע תוצאה פון צופיהל חירות. איינער וואס זיין ביזנעס גייט שווער לוינט זיך ער זאל דאס גיבן אין די האנט פון א בעסערן ביזנעסמאן ער זאל דאס פיהרן עד יעבור זעם כאטשיג ס'איז דאך זיין אייגענע ביזנעס, איינער וואס זאכן אין לעבן קומען איהם אן שווער לוינט זיך לטובתו אז א צווייטער זאל איהם פיהרן, מען קען אין דעם א סך מאריך זיין, עכ"פ דאס אנצורופן אינטערדריקט איז סעמענטיקס. לעניננו, פרויען אפראוטשען דאס לעבן שווערער ווי מענער, ווי החלטות לדוגמא, און יא, ס'הערשט א געוויסע רואיגקייט ביי א פרוי ווען זי ווערט געפירט דורכן מאן.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:55 pm
דורך ליפא

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 9:57 pm
דורך איך אויך
שבת'ל ק''ש ארבייט אין קאנאדא ווי אויך אין יוראפ, כ'האב שוין פראבירט ביידע.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:59 pm
דורך ליפא
IMG_20160530_225313.jpg

חוצפה מ'הארגט א גרילע כדי צי ראטעווען א מענטשליכע קינד!

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:30 am
דורך ירא שמים
שבת אחים האט געשריבן:איך וועל עס איבערזאגן נאכאמל, סאיז ממש נישט צום גלייבן ווי געוויסע אידן האבן נאך אזעליכע צוריקגעשטאנענע מיינונגען אזש אז זיי זענען גרייט צו רעדן אזעליכע שטותים מיט הבלים פון בארעכטיגן אונזער נידערטרעכטיגע עבר פון סעקסיזים און בארבאריזים אפילו נאר למחצה ולשליש. און ער האט נאך די חוצפה צו טעהנן אז ער איז גערעכט! דו ווייסט אז אלע דיקטעטארס האבן געהאלטן אז זיי זענען גערעכט? וואס איז דיין פוינט אפילו? האסט דיך אנגעקלעיבט צוויי ווערטער ״אביעקטיווו מאראל״ און מיט דעם בארעכטיגסטו טויזענטער יאהרן פון רציחה? ווי איז דיין שכל?? וואס פונקטליך רעדסטו? רעדסט פון היץ?

שרעקליך! אפשר ביסטו נישט שולדיג ביסט למעשה אויפגעוואקסן אין א פרימיטווע קולט וואס בארעכטיגט טאקע סעקסיזים און געט נישט פאר פרויען און גוים קיין גלייכע רעכטן ליידער ליידער.

ליידער ליידער שרעקליך שרעקליך… נאך אפאר יאר ווען די פארשאלטענע פעמענאציזים וועט אונטערגיין און יעדער וועט צוריק אנערקענען אין די ריכטיגע צוגאנג צו א פרוי… וועט די דעמאלסדיגע שבת אחים שרייבן מיטן זעלבן לשון קעגן די צוריקגאשעטאנענע פעמענאציס…

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 3:03 am
דורך שבת אחים
ירא שמים כהאב א פילינג אז דו זאגסט עס סתם זיך צו רייצן, אין עני קעיס אויב גייט מען צוריק צו וועגס ווי נישט יעדער האט גלייכע רעכטן, קענסטו זיין זיכער אז דו אלץ איד און נאכדעצו אלץ א ירא שמים גייט מען אריינלייגן אין אויווען אריין, נישט קיין גלייכע רעכטן פאר פרויען און נישט קיין גלייכע רעכטן פאר אידן, איז געוועהן אין די זעלבע דור דיעה.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 7:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שבת'ל האסט געשריגען און געשימפט און קיין ווארט נישט געזאגט. ריכטיג קלערט אז פרויען ווילען אז א מאן זאל זיי פיהרען, און דו זאגסט אז ס'איז נאך אלס נישט אויסגעהאלטען. קענסט אויפווייזען? אז דו ביסט אזוי זיכער ביז 'זיך צו שלאגען ביז'ן טויט', מוזטו האבען שטארקער אויפווייזונגען.

אין פאפולארע ליטעראטור, זוכט אן איידעלע פרוי א שטארקער מאן איהר צו נעמען אונטער'ן פליגעל. ער מוז זיין פלינק געזונט און פעסט, מיט א קליינע ווייכע ארט אין הארץ פאר איהר. ווארשיינדליך איז דער ליטעראטור, ובפרט דאס וואס איז געווידמעט צו פרויען, אביסל אונטערשטעליג כלפי דיין ווירדען

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:19 am
דורך [NAMELESS]
,

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:29 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ר' [tag]ריכטיג[/tag], וואס מיינסטו אז עס איז בעסער פאר פרויען ווען מענער מאכן פאר זיי החלטות? אז זיי וועלן לעבן לענגער האבן מער געלט? א מענטש וואס האט נישט אייגענע פרייהייט האט כמעט נישט קיין לעבן אפי' אויב ער האט געלט מיט עסן, עס איז קעגן די עצם מענטשליכע נאטור און געפיל צו לעבן אינטערדריקט, איז ווי איז שייך צו זאגן אז עס איז באמת בעסער פאר זיי צו לעבן אינטער אן אנדערען'ס בעלות?

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

קודם דארף מען וויסן וואס איז די גדר פון אונטערדריקט, איינמאל מען נוצט דעם ווארט איז שוין שווער זיך צו טענה'ן. ווייל צו בן אדם'ס תגובה איז סארקאסטיש צו נישט האט ער למעשה א שטיקל נקודה. ס'איז דא פונקט אזוי א פארקערטער געפיהל פון אונטערגעדריקט וואס דאס איז פארלוירנקייט, א דירעקטע תוצאה פון צופיהל חירות. איינער וואס זיין ביזנעס גייט שווער לוינט זיך ער זאל דאס גיבן אין די האנט פון א בעסערן ביזנעסמאן ער זאל דאס פיהרן עד יעבור זעם כאטשיג ס'איז דאך זיין אייגענע ביזנעס, איינער וואס זאכן אין לעבן קומען איהם אן שווער לוינט זיך לטובתו אז א צווייטער זאל איהם פיהרן, מען קען אין דעם א סך מאריך זיין, עכ"פ דאס אנצורופן אינטערדריקט איז סעמענטיקס. לעניננו, פרויען אפראוטשען דאס לעבן שווערער ווי מענער, ווי החלטות לדוגמא, און יא, ס'הערשט א געוויסע רואיגקייט ביי א פרוי ווען זי ווערט געפירט דורכן מאן.


א) עס איז נישט ריכטיג צו ציען מסקנות באזירט אויף דיין פערזענליכע עקספיריענס, מען דארף קוקען אויף די ברייטע וועלט, און ווי ווייט היסטאריע ווייזט זענען פרויען ארויסגעקומען פאר זייערע רעכטן ווי זיי האבן נאר געקענט, זיי האבן פארלאנגט א רעכט צו שטימען און צי זיין אין די רעגירונג, (ובעיקר קען מען נישט אויפווייזן פון אונזער קאמיוניטי ווי די חינוך הבנות פון קליין ביז גרויס אעז געשטעלט אריינצוהאקן אז מען דארף זיך מכניע זיין און דינען די מאן, און דאס איז בכח אויסצורייסן יעדע נאטורליכע געפיל,)

ב) אפי' אויב דיינע פאקטן איבער די ווילן פון די פרוי איז ריכטיג, מיינט עס נאכנישט אז זי וויל באמת זיין אונטער א צווייטנס בעלות, ווייל 1) זי וויל האבן די בחירה ווער און אויף וואס עס זאל זיין בעלות און 2) דאס וואס זי וויל א צווייטער זאל באשלוסען פאר איר איז בדרך כלל נושאים וואס זענען נישט באמת וויכטיג פאר איר, ווי וויפול געלט מען זאל געבן פאר די צדקה פארטי אדער צו ווען מען זאל גיין פאר וועלכע סעודה, וואס דארט איז באמת נישט קיין גרויסע חילוק און באשלוסען איז סתם קאפוויי, פרוביר אבער איינציטיילן וואס אין ווען זיל זאל עסן פרישטאג וכדומה, איך גלייב נישט עס וועט איר אזוי שמעקן,

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:06 am
דורך שאולדיספריםפאקער
...

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:42 am
דורך לך לך
KolHao3m3 lam ‏@Kol Haolam: Trump on killing of Ohio Zoo Gorilla "I think it was a though call, i don't think they had a choice," they had to save the boy

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:47 pm
דורך שבת אחים
ס׳געפעלט מיר ווי די צוריקגעשטאנענע בהמות וואס ווילן טעהנ׳ן אז סאיז בעסער פאר די פרוי׳ס וואוילזיין צו זיין א שפחה פאר די מאן איגנארירן די פאקט אז סאיז דא הונדרעטער עגונות וואס זענען סטאוק אין די באבל און דער מאן האלט נישט ביים געבן א גט סתם איר צו פייניקן, דעס איז אויך בעסער פאר די פרוי??? הא??? @ריכטיג?

דער אמת איז אז רעליגע אן סעקסיזים איז אזויווי א קאץ אן קיין וויידל. דאס איז פונקטליך וואס ענק ווילן, מענער זאלן מיניפיעלעיטן די פרויען,
------------
כפירה איז נישט ערלויבט!

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:48 pm
דורך געוואלדיג
ווער רעדט דא אז די פרוי זאל זיין א שפחה פאר די מאן, מען רעדט פון א געוויסע איינגעהאלטענע סארט אטאריטעט.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 12:57 pm
דורך טאמבל סאס
יא, דער איינגעהאלטענע סארט אויטאריטעט וואס בענעפיטירט א קאנסארוועטיווע פאמיליע סטרוקטור, וואס בעניפיטירט סוקסעספולע אויטאריטעט.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:03 pm
דורך טאמבל סאס
בכלל, דער מושג פון איך מאכן בעסיק החלטות פאר יענעם איז אדער פאר עמיצען וואס קען נישט, כגון א קינד אדער א יוטעליטערי מהלך. וואס לוינט זיך פאר'ן מחליט ביזנעסווייז.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 1:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[tag]שבת אחים[/tag] האסט נאך אלס קיין ווארט שכל נישט צו זאגען? נאר אנרופען נעמען און זיך באציען צו די צוקונפט פון דער רעליגיע?

ער טענה'ט עפעס, ענטפער איהם, ווייז איהם אויף אנדעריש. ווייל זיין מיינונג איז פארצייטיש מיינט נישט בהכרח אז ס'איז אומריכטיג. ווייז אויף דיינס און פון דארט וועט מען זע'ען. אזוי בילסטו ווי א דיין ביי שבת שובה.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 2:41 pm
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:ווער רעדט דא אז די פרוי זאל זיין א שפחה פאר די מאן, מען רעדט פון א געוויסע איינגעהאלטענע סארט אטאריטעט.

לאמיר זיך קודם באציען צו די איין פונקט,
א עגונה איז בעסעקלי א שפחה צי איר מאן זי קען נישט באפרייט ווערן נאר אז איר ״האר״ איר ״בעל הבית״ לויט איר גיין, און אויב נישט איז זי סטאוק, און פארלירט אירע שענסטע יאהרן אן קיין מאן, יא אדער ניין?

וויפל מאהל האסטו שוין געהערט אין דיין לעבן פון די עגונה פראבלעם? איך האב שוין געהערט פון דעם אלץ קינד,

א פרוי פון תורה׳ס שטאנדפונקט איז דער מאנ׳ס חפץ.

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 2:51 pm
דורך געוואלדיג
שבת אחים האט געשריבן:
א פרוי פון תורה׳ס שטאנדפונקט איז דער מאנ׳ס חפץ.


שקר!!!

ער מעג איהר פארקויפן? פייניגן? הרג'ענען? לאזן א צוווייטער איהר בועל זיין? איהר אוועק ווארפן אן קיין סיבה? נישט געבן צו עסן? נישט אנטוהן?

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 2:56 pm
דורך בת קול
אז דער מאן זאל זיין געגט מוז עס די פרוי אננעמען. נישט אזוי?
ער קען טאקע חתונה האבן אן דעם, און זי נישט, אבער נישט ווייל זי איז זיין חפץ.