בלאט 5 פון 6

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 1:05 am
דורך גר ותושב
קיינער וויל זיך נישט ארויס געיבן און ארום גיין צו געשעפטן זיי זאלן דאס פארקויפן עס דארף זיין איינער וואס קען זיך מיט א דיסטריביטער וואס זאל עים אריין שלעפן און דעים

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 1:49 am
דורך שלי שלך
ווייט צו איבערגעטריבן מיינט אז איינער וואס דרייט זיך נישט ביי אונז און שטיבל, קען אזא סארט וועקער נישט וועקן, ווייל די רגע ער הויבט עס אן ליינען ווארפט ער עס גלייך אוועק צוליב וואס ער איז נישט היימיש מיט אזא סארט השקפה. אדרבה וואלט דען נישט נאך אפאר ארטיקלען אזוי ווי געוואגטע אינגלס צוויי נייע ארטיקלען פיל מער אויפגעטון ווי א הדרכה צום אינטרנט אדער די אויפטו פון פעריסקאפ?

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 2:22 am
דורך וכדומה..
איך מיין אז דער פראבלעם פון שלי שלך האט אסאך צוטוהן מיט די נאמען "דער וועקער" און נאכמער די סוב-סלאגען 'עורו ישנים משנתכם' וואס שרייט ארויס אן אגענדע.

קיינער האט נישט ליב צו ווערן מיסיאנעזירט און צו ליינען מאטריאל וואס איז דא דיך צו טוישן אדער איבעררעדן נישט קיין נ"מ רעכטס צו לינקס. א מאגאזין ליינט מען ווייל ס'איז געשמאק און מ'וויל הנאה האבן פון די תוכן וואס זיי פארקויפן, די רגע ס'שמעקט פון א אגענדע ווערט מען פארעקלט דערפון. פאר די זעלבע סיבה וואס א באצאלטע עדווערטאריול ארטיקעל איז אומפאפיולער צו ליינען.

איך מיין אז די 'עורו ישנים' זאל אראפ גיין פונעם דעקל באצייטנס.

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 2:27 am
דורך שלי שלך
שש האט דאך קלאר געשריבן אז דאס איז דער ציל און מען האלט עס אינאיין זעהן צווישן די שורות

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 8:38 am
דורך קאמענטירער
איך כאפ טאקע נישט פארוואס דארף דאס זיין א ציל?

וואס איז דער ציל מיטען ארויסגעבן א זשורנאל? צו קענען ליינען געשמאק ארטיקלען וואס זענען אינטערסאנט? אדער אויפקלערן די מענטשהייט? פארוואס דארף מען ארבעטן צו מאכען א ויפוצו? איך מיין מ'זאל עס לאזען פאר די חבד''סקער, און אונז זאל מיר פאוקעסן צו מאכען א בא'טעמ'טע מאגעזין וואס האלט די עולם?

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 8:52 am
דורך שלי שלך
איז אויב אזוי וואס איז פשט פון אזא מאדנע נאמען ווי דער וועקער? ס'דאך נאר געמאכט פאר אונז מ'זאל האבן וואס צו ליינען שבת נאכמיטאג? ניין? נו אונז זעמיר שוין אויף!
צווייטנס פארוואס פרובירט מען עס אפי' צו פארקויפן אין די געשעפטן?
פארוואס האט שש געשריבן אז די ארבעט צאלט זיך נאר אויס אויב ס'גייט ווי ווייטער? נו האט נאך איינער א ספק וואס די ציל איז דא?
נו אויב דאס איז דער ציל איז לייג מיר נישט אריין קיין ארטיקלען פון א פעריסקאפ!

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 9:40 am
דורך הקטן
וכדומה.. האט געשריבן:איך מיין אז דער פראבלעם פון שלי שלך האט אסאך צוטוהן מיט די נאמען "דער וועקער" און נאכמער די סוב-סלאגען 'עורו ישנים משנתכם' וואס שרייט ארויס אן אגענדע.

קיינער האט נישט ליב צו ווערן מיסיאנעזירט און צו ליינען מאטריאל וואס איז דא דיך צו טוישן אדער איבעררעדן נישט קיין נ"מ רעכטס צו לינקס. א מאגאזין ליינט מען ווייל ס'איז געשמאק און מ'וויל הנאה האבן פון די תוכן וואס זיי פארקויפן, די רגע ס'שמעקט פון א אגענדע ווערט מען פארעקלט דערפון. פאר די זעלבע סיבה וואס א באצאלטע עדווערטאריול ארטיקעל איז אומפאפיולער צו ליינען.

איך מיין אז די 'עורו ישנים' זאל אראפ גיין פונעם דעקל באצייטנס.

מען דארף באהלטן די אגענדע

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 9:44 am
דורך שלי שלך
גוט געזאגט!
אבער די אגענדע דארף בלייבן פאר די אויגן.

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 5:59 pm
דורך א איד
פארוואס זעה איך נישט פון די ווערטער עורו ישינים משינתכם עפעס אן אגענדע?

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 6:11 pm
דורך טאמבל סאס
טעות

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 8:18 pm
דורך פיקאסא
מעשי ידי להתפאר.. ארויסגעפרינט ביי א פראפעשענעל פרינטער אויף א שיינע גלאססי פאפיר, פול קאלאר. זייער שיין אויסגעקומען ב"ה.

בילד

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 11:38 pm
דורך פליקער
וואס זאל איך זאגן ס'טוט מיר לייד אז פון מיין ניקים פיגערירט נישט גארנישט אינעם וועקער, אולי וויל קיינער נישט איך זאל אויפשטיין, איז טאקע גארנישט געווען אינטער מיין ניק וואס אריין צי לייגן, האב איך טאקע גארנישט געזאגט נאך דא, איך מיין אז דאס איז דער ערשטע מאל וואס איך האב נישט פיגערירט, חבל.

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 11:41 pm
דורך ליפא
פליקער איך וועל דיר טרייסטן, מען האט גענומען אן ארטיקל דיינע און געמאכט דעם ביקורת הגהה געפיקסט יעדע ספעלינג און מ'האט זיך געטראפן מיט א boring ארטיקל...

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 1:33 am
דורך ירא שמים
קטלא קניא
‏רחש לבי דבר טוב-דער ערשטער פאויסט חרדישע זורנאל, דער ווקער אויף יידיש! מיינע 3 טעג יו"ט מיטן תיקון זענען שוין באזעצט ⁦‪scribd.com/mobile/doc/314…‬⁩

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 5:38 am
דורך פיקאסא
צוליב טעכנישע סיבות וועט "דער וועקער" זיין אויף עמעזאן הערשט אין א פאר טאג ארום. יישר כוח @ליטוואק דמן בודאפעסטא פארן צו העלפן מיט דעם.
לכאורה איז דאס נאר פון די טיזינג פראבלעמען, נעקסטע מאל וועט עס אי"ה זיין צו באקומען גלייך ווען דאס קומט ארויס.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 5:43 am
דורך פיקאסא
איך האב באקומען אין אישי עטליכע הצעות אויף דיסטריביושען. אבער די ערשטע זאך וואס מ'דארף דערפאר איז איינער וואס האט קאנעקשענס מיט א פרינטינג קאמפאני, וואס וועט מסכים זיין צו דרוקען די זשורנאל פאר א ביליגע פרייז, וכוליה האי ואולי וועט מען קענען דעקען די קאסטן.
ווער עס קען צו העלפן מיט פרינטינג אדער דיסטריביושען בעצה ותושיה זאל זיך אנרופען ווארעם, ויהי חלקו ממזכי הרבים.

יישר כחכם
ידידכם עוז
פיקאסא

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 9:55 am
דורך ברסלבער
א הערליכע ארבעט!
א גרויסן דאנק פאר די ארויסגעבער און צוהעלפער.

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 12:48 am
דורך נולד מאוחר
פיקאסא האט געשריבן:איך האב באקומען אין אישי עטליכע הצעות אויף דיסטריביושען. אבער די ערשטע זאך וואס מ'דארף דערפאר איז איינער וואס האט קאנעקשענס מיט א פרינטינג קאמפאני, וואס וועט מסכים זיין צו דרוקען די זשורנאל פאר א ביליגע פרייז, וכוליה האי ואולי וועט מען קענען דעקען די קאסטן.
ווער עס קען צו העלפן מיט פרינטינג אדער דיסטריביושען בעצה ותושיה זאל זיך אנרופען ווארעם, ויהי חלקו ממזכי הרבים.

יישר כחכם
ידידכם עוז
פיקאסא

וואס מיינט קאנעקשענס? אז צילוב די קאנעקשען זאל ער פרינטען ביליגער ווי מארקעט פרייז?

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:34 am
דורך קלוגע יודל
פיקאסא האט געשריבן:איך האב באקומען אין אישי עטליכע הצעות אויף דיסטריביושען. אבער די ערשטע זאך וואס מ'דארף דערפאר איז איינער וואס האט קאנעקשענס מיט א פרינטינג קאמפאני, וואס וועט מסכים זיין צו דרוקען די זשורנאל פאר א ביליגע פרייז, וכוליה האי ואולי וועט מען קענען דעקען די קאסטן.
ווער עס קען צו העלפן מיט פרינטינג אדער דיסטריביושען בעצה ותושיה זאל זיך אנרופען ווארעם, ויהי חלקו ממזכי הרבים.

יישר כחכם
ידידכם עוז
פיקאסא

צו דריקען קען מען ג'יין צו עני דריקער וואס דריקט offset, און עס וועט קאסטן באר בוליג, אויב די ווילסט נישט דריקען ביי א יוד, קענסטו עס אפילו דריקן ביי א גויעשע פרינטען.

נעם quotes פון א פאר דריקערס, וזהו. קאנעקשאנס וועט גארנישט העלפן

עס גייט אנקומען און ארץ ישראל?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 12:11 pm
דורך מישו מאוד מעניין
לעצטנס איז דא אלע אידישע צייטונגען און ארץ ישראל ווי דער מומנט,דער בלאט,דער איד
איך ווארט עס זאל שוין אנקומען קיין ארץ ישראל
יישר כח

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 12:19 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז שוין ב"ה אריבער דעם נומער 'טויזנט' דאונלאודס!

[מיר ווייסן פון נאך אפא טויזנט דאונלאודס אויף טעלעגראם און וואטסצעפ].


#דער-וועקער-וועקט.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:21 pm
דורך קל וחומר
וויפול מאל האסטו עס געדאונלאוד...?

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
צו דו גלייבסט מיר צו נישט: איך האב עס קיין איינמאל נישט דאונלאודעד [איך האב שוין געהאט מיין קאפיע בעפארן עולם...].