בלאט 5 פון 6

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:37 am
דורך [NAMELESS]
ציטירט פונעם וועקער:
דרייט זיך ארום א צובראכענע זלאטע. אן אלמנה שוין נישט צום ערשטן מאל, עלנד ווי א שטיין דרייט זי זיך רוב פונעם טאג אונטער די אויסגעשלאגענע ביימער אין "העסטער פארק" (זעט זייטיגן קעסטל)

צו בארייכערן דעם ארטיקל און אריינצופירן דעם ליינער אין דער דעמאלדס'דיגע תקופה; צו מיט לעבן די שולדערונג מיט לעבעדיגע פארבן, האב איך צוגעלייגט דעם חלק איבער העסטער פארק!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 11:54 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: איך האב שטארק הנאה געהאט פון די פארזעצונג פון די געשיכטע אזוי ווי אייביג. אבער איך האב א פראבלעם צו פארשטיין וויאזוי אזא חשוב'ער רב ווי דער ראדימנער רב הרב שאפירא האטציך געלאזט אריינפיהרן אין אזא פאסטקע וואס די שווינדלערין און עקסטארשיאניסט זלאטע רובין האט פאר איהם צוגעגרייט. לאגיש, וואלט ער זי געדארפט אנכאפן ביים קארג און ארויסווארפן אויף די גאס נאכ'ן ערשטן פראוו ארויסצובאקומען א כתב פונ'ם רב אז ער איז זיך מתחייב חתונה צו האבן מיט איהר. און כש"כ נאכדעם וואס זי האט איהם באשולדיגט אז דאס קינד וואס זי האט אבארטעד איז געווען זיינס...!

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 12:09 pm
דורך נעגעל וואסער
זוחלים ורועדים פון דער נעקסטע ארטיקל @געוואגטער. אין כמוך!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 5:30 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ווען לייגט מען אריין דער פארזעצונג פין וועקער 10 דא אין די שטיבל
איך קען שוין נישט ווארטן..

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
התם ומתמם עם תמימים: דו האסט א ברירה צו קויפן דעם וועקער. ס'קאסט נישט אזוי טייער. א סטעיק אין א רעסטאראנט איז א סאך טייערער. חוץ אויב דו ביסט א קארגער...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 11:30 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
אנטשולדיגט איך בין נישט קיין קארגע
אבער איך האב נישט קיין איבריגע דאללער
אין איך קויף נאר וואס מען דארף וויכטיג נישט קיין איבריגע זאכן

איך האף אז די פארשטייטס מיר
עס איז דא אזעלכע מענטשן אויף די וועלט וואס האבן נישט קיין איבריגע דאללער'ס.....

נשלח: מאנטאג אקטאבער 23, 2017 12:47 am
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:דער געוואגטער יונגל: איך האב שטארק הנאה געהאט פון די פארזעצונג פון די געשיכטע אזוי ווי אייביג. אבער איך האב א פראבלעם צו פארשטיין וויאזוי אזא חשוב'ער רב ווי דער ראדימנער רב הרב שאפירא האטציך געלאזט אריינפיהרן אין אזא פאסטקע וואס די שווינדלערין און עקסטארשיאניסט זלאטע רובין האט פאר איהם צוגעגרייט. לאגיש, וואלט ער זי געדארפט אנכאפן ביים קארג און ארויסווארפן אויף די גאס נאכ'ן ערשטן פראוו ארויסצובאקומען א כתב פונ'ם רב אז ער איז זיך מתחייב חתונה צו האבן מיט איהר. און כש"כ נאכדעם וואס זי האט איהם באשולדיגט אז דאס קינד וואס זי האט אבארטעד איז געווען זיינס...!


מיר האט אויך זעהר געבאדערט דער גאלביליטי פין דער רבי, מיט דער חוצפה פין דער זלאטע, כמעט ווי עס האט מיר געבאדערט דער נאאיווקייט פין דער פריץ אין יוסף מוקיר שבת. אבער אזוי גייט עס, אונז נאאיווע מענטשן ווערען אויסגעניצט דורך די כיטערע חברה.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2017 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
א גוטע וואך. דער המשך פאר דער וועקער איז יעצט פארענדיגט געווארן. עס קומט א שיין ארטיקל.

צו קלארער פארשטיין די גאנצער פראצעס האב איך אין דעם ארטיקל בייגעלייגט א כראנאלאגישער סדר מיט פונקטליכע דאטומען פון אנהייב ביז אהער ווי מען האלט יעצט, כדי אויפצו פרישן די זכרון און קענען קלאר פארשטיין די סדר הדברים אן ווערן צומישט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 10:17 am
דורך סקרן
אבער דו ביסט נישט גערעכט האסט נאכנישט ארויפגעלייגט די לעצטע פארזעצונג

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:16 pm
דורך הוגה
[justify]כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און ווי אלעמאל האב איך באלד געליינט די נייע קאפיטל אינעם שפאנענדע געשיכטע. דאס שפראך איז צו ארים. איך קען נאר זאגן WOW!!! ביזט א געוואלדיגע שרייבער. וויפיל איך פרוביר נאר צו כאפן ביי א טעות גייט עס מיר נישט. אלע דעטאלן שטומען. February 28 איז יענע יאר טאקע געווען סוף חודש אדר, כ'האב עס אויסגעטשעקט. אגב, ווער איז געווען דער סאסובער פון אמעריקא? כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אים? וואו איז ער באגראבן געווארן?


.[/justify]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:03 pm
דורך סקרן
ביזט אונז נאך שולדיג פון לעצטע מאהל

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 10:22 pm
דורך [NAMELESS]
דער 'ראדימנער' פאר דער פסח'דיגער וועקער איז שוין מער ווייניגער פארטיג.

איך וועל ענק נישט אנטוישן!

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 8:27 pm
דורך סקרן
סקרן האט געשריבן:ביזט אונז נאך שולדיג פון לעצטע מאהל

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 11:57 pm
דורך וואלווי
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער 'ראדימנער' פאר דער פסח'דיגער וועקער איז שוין מער ווייניגער פארטיג.

איך וועל ענק נישט אנטוישן!


דאבעל טשעק אז אלעס קלאפט ווייל [tag]הוגה[/tag] האט שוין גרייט די אלטע קאלענדער ביכער פון אנהייב פונ'ם 20'סטען סענטורי...

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 1:18 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך בין זייער אנטוישט ...

איך האב נישט קיין איבריגע געלט צו קויפן דער וועקער.. אין זייער שטארק געווארט צו זעהן די פארזעצונג דא אין שטיבל... אין ואינינו.....

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 3:34 am
דורך berlbalaguleh
התם ומתמם עם תמימים: איך גיי שוין אויפמאכן פאר דיר א גאו-פאנד-מי פעידזש כדי דו זאלסט דיך קענען ערלויבן צו קויפן דעם וועקער. נעבעך שעפעלע. אדער אפשר גאר וועל איך גיין אין שומרי שבת קאלעקטן געלט פאר דיר. נאר אפשר אין איינווגס קען איך דיר ערלעדיגן א פעקל ביי תומכי שבת. און א פאר מאות אויף דיין קארטל ביים וואוילן פעטער שמואל זז"ג. איך קען אויכעט רעדן צו דזשי. ענד דזשי. אדער איינער פון די אנדערע היימישע סוחרים אז זיי זאללןן דיר געבן א טיש בעקישע פאר פרי. וועלכע סייז ביסטו...לאל...!

זאג נאר. דו האלטסט אונז טאקע פאר אזעלכע תמימים און לעמעטשקעס אז אונז זאללן מיר גלייבן אפילו איין ווארט וואס דו זאגסט. האא. דו קענסט אויפפיקן דעם וועקער ביי בינגא פאר העלפט פרייז. און דו קענסט עס סווייפן אויף דיין פיי סאמעך קארטל. איך 'עלל ערלעדיגן. נעבעך שעפעלע. ר'איז אזוי אונטערדריקט...!

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2018 4:39 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
berlbalaguleh האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים: איך גיי שוין אויפמאכן פאר דיר א גאו-פאנד-מי פעידזש כדי דו זאלסט דיך קענען ערלויבן צו קויפן דעם וועקער. נעבעך שעפעלע. אדער אפשר גאר וועל איך גיין אין שומרי שבת קאלעקטן געלט פאר דיר. נאר אפשר אין איינווגס קען איך דיר ערלעדיגן א פעקל ביי תומכי שבת. און א פאר מאות אויף דיין קארטל ביים וואוילן פעטער שמואל זז"ג. איך קען אויכעט רעדן צו דזשי. ענד דזשי. אדער איינער פון די אנדערע היימישע סוחרים אז זיי זאללןן דיר געבן א טיש בעקישע פאר פרי. וועלכע סייז ביסטו...לאל...!

זאג נאר. דו האלטסט אונז טאקע פאר אזעלכע תמימים און לעמעטשקעס אז אונז זאללן מיר גלייבן אפילו איין ווארט וואס דו זאגסט. האא. דו קענסט אויפפיקן דעם וועקער ביי בינגא פאר העלפט פרייז. און דו קענסט עס סווייפן אויף דיין פיי סאמעך קארטל. איך 'עלל ערלעדיגן. נעבעך שעפעלע. ר'איז אזוי אונטערדריקט...!


חבר הכבוד!!

די ווילסטו חוזק מאכן פין מיר פיין... קענסט גיין דורך געלט ווי די ווילסט זאלסט מצליח זיין.. קענסט רעדן צו אלע סוחרים וועסט קענען מקיים זיין מתן בסתר מיט אלע הידורים, ווייל קיינער וועט נישט וויסן ווער עס וועט באקומען, אפי' איך אויך נישט... (בינגא איז נישט אין וויליאמסבורג)

אבער זיי נישט אזוי זיכער מיט זיך אז איך זאל זאגן ליגענט, אין איך האלט קיינען נישט פאר קיין תמימים, איך פראביר קיינעם נישט אריין צו רעדן..
וועל איך איך דיר קלאר מאכן, ב''ה איך דאנק די באשעפער אז אויף וואס איך דארף לעבן האב איך פונקט וויפיל איך דארף אויף ברויט אין מלבושים נאר וויפיל עס פעלט אויס, אבער איבריג געלט דאס נישט, איך וועל אפי' צולייגן, אז ב"ה איך האב נישט קיין קאר, ווייל אויב עס פעלט נישט אויס, דארף מען נישט אויסגעבן אויף דעם, איך בין א מענשט וואס לעבט מיט א חשבון, וואס מען דארף יא אין וואס נישט נישט, איך מיטשע ב''ה גענוג על המחי' ועל הכלכלה, אין די השי''ת העלפט וויפיל עס פעלט אויס, דאס האב איך.

יעצט לגבי דער וועקער, בעצם האב איך נישט אזוי פיל צייט צו ליינען הגם איך האב מורא'דיג ליב צו ליינען אין וויסן, ע"כ איז מיר נישט ווערד צו קויפן אלע מאל, עס איז מיר נישט גרינג, אבער עכ"פ דא אין די שטיבל, ווען איך וויל מיר אביסל זיך אויפרישן קוק איך דא אדורך, אין די מעשה איז מיר מורא'דיג ציענד אשר ע"כ האב איך אזוי שטארק געווארט אז מען זאל די ממשיך זיין אין איך ווארט אויף דעם גאר שטארק, ממילא בין איך אנטוישט...

איך האף אז די פארשטייט'ס גענוג

אין האב הצלחה

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2018 8:46 pm
דורך berlbalaguleh
התם ומתמם עם מימים: איך מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן אדער שפעטן פון קיינעם'ס מצב. זיכער. פאר מיר איז אויכעט נישט גרינג. איך האב אויך נישט איבעריג. נאר די אייבישטער געט ב"ה לכל גויה וגויה די מחסורה...! אבער אכט דאללער אינמאל אין 2 חדשים קען איך נאך אראפרייסן. ווייל סוכ"ס. א יעדער מענטש דארף האבן עפעס וואס זאלל בארואיגן די נערוון פון די טעגליכע אנגעשטרענגטקייט. ווען אונז וואלטן מיר געווען גרויסע בעלי מדריגה. וואלטן מיר זיך אריינגעווארפן אין לערנען בכל רמ"ח איברנו ושס"ה גידנו. אזוי ווי די גרויסע צדיקים און גאונים. זיי האבן געקענט לערנען 22 שעה אין מעת לעת. און פארגעסן פון אלע דאגות אויף די וועלט. אבער אונז פשוטי עם זענען נישט אויף די מדריגה. ממילא דארפן מיר עפעס א לייכטע זאך וואס זאל אונז בארואיגן און אינטערהאלטן. און אין די זעלבע צייט זיין שטארק אינפארמאטיוו. און דאס איז דער וועקער... הצלחה רבה. בשורות טובות...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 7:46 am
דורך הוגה
[justify]גאר שפאנענד און אינטערעסאנט באגלייט מיט ארומיגע פאקטן (ביכער, שטייגער פראצעס וכדו') און אפילו בילדער. די עיקר שטוין איך א יעדעס מאל באזונדער וויאזוי דער שרייבער לייגט אראפ די מעשה אויף א געוואלדיגע הויכע פראפעסיאנאלע שטאפל.

איך האב שוין געפרעגט איין מאל, ווער איז געווען דער סאסובער רבי פון אמעריקא? וואס איז געווען זיין ייחוס און וואס איז געווען זיין השפעה אין די נו יארק פון יענע צייטן?


.[/justify]

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 5:48 pm
דורך סקרן
איז היינט זיין יארצייט?

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
ניין. אינמיטן חודש שבט.

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2018 12:01 pm
דורך סקרן
איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2018 2:55 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
איך האב שוין עטליכע מאל געבעטן אבער מען מאכט זיך נישט וויסענדיג