בלאט 5 פון 8

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 8:34 pm
דורך קורקלענד
טרויבן88 האט געשריבן:אבער ביסיידס דעט קומט לעצטענס פאר א נייע פראבלעם און פון איין זייט איז עס מוראדיגע פראבלעם, עס איז אין א געוויסע זין געלונגען פאר די טאליבאנער ארויסצונעמען די נארמאלע חלק פון אידן און זיי אויפרעגן, און די נארמאלע חלק פון פאלק שרייט קזק הנגזל רבותי עס קומט פאר א געפערליכע פראבלעם אז מען ברעינוואשט די קינדער ארויסצוקוקן אויף די וועלט מיט א בליק וואס איז נישט אמת, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אויפקומען מיט א קילערע און בייסיגערע מהלך, ווייל אז עס וועט פארן ווייטער אזוי וועט די טאליבאן בלייבן טיילן די קארטלעך וואס איז ווי פארשטענדליך נישט א נארמאלע זאך, און די קארטלעך איז אן אויפגעבלאזענע העצערישע וועג אפצימאלן א מציאות מיט שווארצע פארבן, וואס איז פאראן פלעין נישט אמת, אפילו עס האט א פונק פון אמת, אויפבלאזן אסאך הונדערט מאל מער איז די ריכטיגע אפטייטש פון א ליגנט, די שומרים אנפירער פירן א האס קאמפיין אויף א האסערישן אויפן וואס מיט די צייט וועט עס זיכער ברענגן געפערליכע חרבנות אבער סתם אראפרייסן די קארטלעך וועט נישט העלפן.

אפשר זאל מען דריקן היסטאריע קארטלעך מיט אמתדיגע פאקטן פון רבנים וויפיל זייער קאר קאסט א חודש, וויפיל זייער חודש'ליכע ביל איז, וויפיל זייער וואקעשאן קאסט וכו'... אין עס אויסטיילן פאר די קינדער... כ'מיין מ'זאל עס מאכן מיט די זעלבע גראפיקס וויאזוי מענטשן מוטשענען זיך מיט פרנסה און רבי'ס פרעסן און וואקעשינען...

ביסיידס וואס איך האלט אז ס'איז ווערט א שטויס... יעדער פון די קינדער וועלן עלטער ווערן און אראפקילן פון די טאליבאניזם פון וואס יעדע קינד ווערט אריינגעפרעגלט וועט די קארטלעך אויך מיטפליען...


און א מעסעדזש צי די טאליבאן, געדענקן זאלט איר א טרעינירן קינדער און בחורים צי זיין סאלדאטן פאר אן עקסטרעמיסטישע צוועק האט נישט פראדעצירט קיין גוטע רעזולטאטן, מיר אינטערסירט גאנץ ווייניג ענקער קינדערישע מערכה פאר מיינע קינדער וועט עס עניוועי נישט ארבייטן אין אונז זענען נישט אינטערעסירט אין די קאנטראל פון א קהילה אבער די קארטלעך וועט מאכן מער און מער מענטשן זאלן זיך אפשיידן פון אזאנע פארשוינען ווי ענק, די נעקסטע דור וועט האבן אזא עקל פארוואס זיי זענען געווארן אזוי אויפגעצויגן אז זיי וועלן נישט זיין אינטערעסירט אין וואס די רבנים וועלן האבן צי פארקויפן, אויב די דיוועליועשיאן פון די רבנים און הלכה'אישע אויטאריטעט איז נאך נישט גענוג נידריג...


שוין לאנג נישט געהערט אזאנע דברי הבל.

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 8:54 pm
דורך גר ותושב
ליפא האט געשריבן:
קומזיץ האט געשריבן:בדידי הוה עובדא טאקע היינט , איינע פון די עוולות וואס די שומרים ווען טוט, איז זיי שפילען ניגונים וואס רייצט אן קינדער צו טוען ווילדע שריט , ווי למשל תשועתם ..לנצח -כאפט די סעלפון און געב עס א צוקראך , איך ארבעט און א מוסד און איך הער ווי א קליינע יונגל זינגט זיך אינטער די גראם מיט גרויס אייפער , פרעג איך עם מ'מעג צוברעכן איינעם זאך?? ענטפערט ער יא!! די שומרים ווען זאגט אפילו אז מ'מעג און ער גייט צוברעכן מיין סמארטפון , פרעג איך עם דיין טאטע האט א סמארטפון זאגט ער ניין אבער מיין מאמע האט און ווען איך קום אהיים גיי איך עס צוברעכן , פרעג איך וועם דארף מען מער פאלגן דיין טאטע מאמע אדער אפאר נארישע מענטשן וואס זינגען פון א ווען? און די ווייסט אז דיין טאטע מאמע האבן דיך אזוי ליב און זיי ווייסן אוודאי וואס איז גיט ,
אבער ער בלייבט ביי זיינס "די שומרים ווען זאגט אז מ'מעג", ע"כ המעשה,
ס'איז נישט קיין גוזמאות עס נעמט אוויר די גאנצע רעספעקט פון עלטערן און מאכט זיי פאר חיות וואס זענען גרייט צו מזיק זיין ..

פארוואס נעמען זיך נישט צוזאם אפאר מענטשן און מאכן אן אנדערן ווען מיט עפעס א פארקערטע מעסעדזש?

נו קריינא דאיגרתא .....

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 8:57 pm
דורך ליפא
איך וואלט צושטייער געגעבן

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 8:58 pm
דורך גר ותושב
וויפיל קאסט שוין א שווארצער

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://cloud.tapatalk.com/s/58bf5d1ed1d69/VID-20170307-WA0000.mp4

יא, יא. יעצט זעט מען ווער די אנשי הסמאטפאון זענען. זיי שרייען חוצפה אבער צו די זעלבע צייט ווייזן זיי זיך ארויס מיט זייערע זעלטענע איידעלע מידות, ווארפן, שטויסן, כעס, גניבה, אבער קיין גלייך ווארט קען ער נישט ארויסגרעפצן פון זיין מויל סאו מוז ער נעבעך גיין מיט הענט אין פוס (שוין אפגערעדט וויפיל שכל ער האט) צו ארגיוען מיט די שליחי דרבנן וואס ווייזן אונז את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון. מ'זעט בחוש און אן קיין פירושים דעם 'הקול קול יעקב והידיים ידי עשיו'.

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:21 pm
דורך לא ימלט
יא סמארטפון, נישט סמארטפון, איך גיי נישט זאגן קיין דיעות, אויף אזויפיל איז זיכער, מענטשן כאפן נישט, מצות כיבוד אב האם איז א מצות עשה דאורייתא פינקט ווי שמירת שבת און עסן מצה אום פסח,

ווען איינער וואלט פריבירט אויסצורייסן שמירות שבת אדער מצה בפסח, און אריינגעברענגט ביים עולם חילול שבת, און חמץ בפסח, וואלט מען אים פארשטיינערט?!, די זעלבע ברויך מען צו טוהן מיט די בעלי השומרים קארטלעך, עס איז די זעלבע מצוה...

Sent from my SM-G930T using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:48 pm
דורך קורקלענד
@לא ימלט ווען איינער זאל קאמפיינען אז מ'דארף מחלל שבת פאר פיקוח נפש וואלסטו גאנץ פיין פארשטאנען.
א פיזישער מחלה הארגעט די גוף אבער אינטערנעט הארגעט די נשמה!

נ.ב. איך האלט נישט אזוי. איך וויל נאר פארשטיין געבן וואס יענע חברה שרייען...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:05 am
דורך כלבאשבוע
בן אדם האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://cloud.tapatalk.com/s/58bf5d1ed1d69/VID-20170307-WA0000.mp4

יא, יא. יעצט זעט מען ווער די אנשי הסמאטפאון זענען. זיי שרייען חוצפה אבער צו די זעלבע צייט ווייזן זיי זיך ארויס מיט זייערע זעלטענע איידעלע מידות, ווארפן, שטויסן, כעס, גניבה, אבער קיין גלייך ווארט קען ער נישט ארויסגרעפצן פון זיין מויל סאו מוז ער נעבעך גיין מיט הענט אין פוס (שוין אפגערעדט וויפיל שכל ער האט) צו ארגיוען מיט די שליחי דרבנן וואס ווייזן אונז את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון. מ'זעט בחוש און אן קיין פירושים דעם 'הקול קול יעקב והידיים ידי עשיו'.


סדרייט זיך ארום א אודיאו קליפ פון דעם בעל המעשה, ער זאגט אז ער האט טאקע אפשר געטון עפעס וואס איז נישט ריכטיג אבער ער איז מסביר די סיטואציע באריכות, רעדט זייער געלאסן און צום דבר

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:11 am
דורך ליפא
איך האב דאס געהערט און גראדע דיסאגרי, ער האט גאר גוט געטון מיט'ן זיי אוועקשטויסן. 100 פראצענט ריכטיג געטון

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:49 am
דורך טרויבן88
איך זייער הנאה צי זען א פארשטעלונג פון נייע קארטלעך אלץ ענטפער צי די שומרים קארטלעך, אבער ברויכט זיין מער בייסיג, אויסרעכנען אז שמונים אחוז רבי'שע ווערן אויסגעהאלטן דורך סמארטפאון מענטשן וכו'

IMG_20170309_164303.jpg

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:55 am
דורך דעת תורה
זייער א פאסיגע קארטל פאר סאטמארע תלמידים וואס זענען אויפגעצויגן אויף דעם יסוד פון כח הפועל בנפעל, א ענין וואס דער מחדש דערפון, דער בני יששכר שרייבט - נישט אויף ציונות נאר - אויף קינדער וואס עסן פון גע'גנב'טע געלטער.

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:56 am
דורך דעת תורה
אויך קען מען מאכן א ללמדו אומנות קארטל, קינדער זאלן וויסן צו פארלאנגען פון די עלטערן דער חיוב ללמדם אומנות.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:06 am
דורך ליפא
IMG_0836.JPG

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:14 am
דורך אברעימל
ס'פעלט נאר אויס אז איין מענטש זאל טרענסלעיטן פאר די שווארצע וואס ס'שטייט אויף די העמדער, אדער גאר גיין צו די אלע אנטיסעמיטישע גרופּעס וואס פירן מערכות מיט אונז און ס'וועט אנקומען צו די מידיע און מאכן א שרעקליכן חילול השם. ס'וועט פראוון די באשולדיגונגען אז מיר זענען אומסענסיטיווע קאלטבלוטיגע מענטשן וואס מיינען נאר זיך.


פון ווי איז דער מעסעדזש?
ווייל אויב קומט דאס נישט פון ערגעץ דארף מען עס אראפנעמען כדי עס זאל נישט אנקומען צי פרעמדע אויגן. וד"ל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 11:19 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ווער ס'האט צייט ווערט געבעטען צו מאכען א קול קורא מיט בערך אזא נוסך

קול קורא
לשלומי אמוני ישראל די בכל אתר ואתר הי''ו
היות שנתפרתם בעוה''ר חילול ש''ש גדול ע''י ''שומרים קארטלעך''
שמשריש חוצפה גדולה בצאן קדשים ובבחורים צעירים
וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן וכו' וכדי שלא יבואו אחרים ללמוד מזה
באנו למחות ולהוקיע ברבים פירצה חמורה זו
החותמים בצער רב
קענסט לייגען אלע רבנים (איך האב גערעדט מיט זיי)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 8:43 pm
דורך החוקר
ווער עס קען דורך קוקן די נוסח און מיר לאזן וויסן אויב עס איז אריינגעפאלן א טעות, ביטע אויפמערקזאם מאכן אין אישי. ווי שנעלער מען איז דאס מגיה, אלס שנעלער קען עס גיין צום בחור הזעצער.
לשלומי אמוני ישראל די בכל אתר ואתר הי''ו, הגיע לאזנינו שהרוחות המושבות ברחוב הקלקול, אשר אבותינו ורבותינו עמדו כחומה בצורה לעכבם מליכנס למחנינו, חותרות מתחת כותל ההתבדלות לטמא ולפגוע בנו ובנעורנו, באשר עד עתה ידענו ולמדנו שדעת תוה"ק היא העיקר, והיא העומדת בינינו לבין אומ"ה.
אמנם על של עתה באנו, אשר יצאו מתוכינו בני בליעל, פורקי עול המסורה מעליהם, וחכמים בעיניהם, אשר מלאים חוצפה יתירה לעמוד על רבנים גדולי תורה ,כותבים המה את הגיגי כרסם, על כרטיסים שנקראו שומרים קארטלעך, שמשריש חוצפה גדולה בצאן קדשים ובבחורים צעירים, וסותרים את אשר בנו הראשונים בקלות הדעת ותאוות ההרס, הם כותבים ומכריזים ברחובות, ואין איש שם על לב כי ארסם ארס ברזל בתוך פיהם לחלק וללהב נגד כל הקדוש והיקר לנו מדור דור, מתוך חיים ריקים ופוחזים באו לדון בדיני נפשות, לא ידעו גבולות ואיש לא יעמוד לפניהם.

וכ"ז ברור בעינינו כי כוונתם להזיק, באשר בחרו ילדים קטנים וצעירים אשר אין דעתם מיושבת, ולא יכלו לבקר בין טוב לרע ובכך ניפול לפח זבליהם. וכחזיר פושט טלפיו מפרסמים המה כאילו אין כוונתם אלא לפרסם דעת תורה ופסק הלכה של גדולי ומאורי ישראל, וכאילו איכפת להם תורתינו הק'.

וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן וכו' וכדי שלא יבואו אחרים ללמוד מזה ,באנו למחות ולהוקיע ברבים פירצה חמורה זו להציבור הרחב שומעי קולינו וחרדים על דברו אשר:
איסור גמור לקנות להכניס ולהחזיק הכרטיסים המכונים "שומרים קארטלעך" אשר תפקידו להרבות חוצפה וגס רוח נגד הורים
וכן איסור גמור לתתם לילדים ובחורים, או לפרסמם בבתי מדרשים וברחוב העיר, והרואה כרטיסיהם כתבי הבל ושטות עליו לקרעו ולשרפו ולהאבידו מו העולם.
באופן כללי יש לחזק גדרי הכנעה ודרך ארץ להורים בכל זמן, ולבדוק בשבע בדיקות כל כתב הנכנס לבית, ולא לסמוך על דברים שנכתבו "מטעם ובסמך רבנים".

ובזכות הכנעתינו ומסורתינו הטהורה נזכה להרמת קרן התורה וישראל בביאת גוא"צ בב"א

החותמים בצער רב

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 10:35 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
החוקר האט געשריבן:ווער עס קען דורך קוקן די נוסח און מיר לאזן וויסן אויב עס איז אריינגעפאלן א טעות, ביטע אויפמערקזאם מאכן אין אישי. ווי שנעלער מען איז דאס מגיה, אלס שנעלער קען עס גיין צום בחור הזעצער.
לשלומי אמוני ישראל די בכל אתר ואתר הי''ו, הגיע לאזנינו שהרוחות המושבות ברחוב הקלקול, אשר אבותינו ורבותינו עמדו כחומה בצורה לעכבם מליכנס למחנינו, חותרות מתחת כותל ההתבדלות לטמא ולפגוע בנו ובנעורנו, באשר עד עתה ידענו ולמדנו שדעת תוה"ק היא העיקר, והיא העומדת בינינו לבין אומ"ה.
אמנם על של עתה באנו, אשר יצאו מתוכינו בני בליעל, פורקי עול המסורה מעליהם, וחכמים בעיניהם, אשר מלאים חוצפה יתירה לעמוד על רבנים גדולי תורה ,כותבים המה את הגיגי כרסם, על כרטיסים שנקראו שומרים קארטלעך, שמשריש חוצפה גדולה בצאן קדשים ובבחורים צעירים, וסותרים את אשר בנו הראשונים בקלות הדעת ותאוות ההרס, הם כותבים ומכריזים ברחובות, ואין איש שם על לב כי ארסם ארס ברזל בתוך פיהם לחלק וללהב נגד כל הקדוש והיקר לנו מדור דור, מתוך חיים ריקים ופוחזים באו לדון בדיני נפשות, לא ידעו גבולות ואיש לא יעמוד לפניהם.

וכ"ז ברור בעינינו כי כוונתם להזיק, באשר בחרו ילדים קטנים וצעירים אשר אין דעתם מיושבת, ולא יכלו לבקר בין טוב לרע ובכך ניפול לפח זבליהם. וכחזיר פושט טלפיו מפרסמים המה כאילו אין כוונתם אלא לפרסם דעת תורה ופסק הלכה של גדולי ומאורי ישראל, וכאילו איכפת להם תורתינו הק'.

וכדי שלא יאמרו מדשתקי רבנן וכו' וכדי שלא יבואו אחרים ללמוד מזה ,באנו למחות ולהוקיע ברבים פירצה חמורה זו להציבור הרחב שומעי קולינו וחרדים על דברו אשר:
איסור גמור לקנות להכניס ולהחזיק הכרטיסים המכונים "שומרים קארטלעך" אשר תפקידו להרבות חוצפה וגס רוח נגד הורים
וכן איסור גמור לתתם לילדים ובחורים, או לפרסמם בבתי מדרשים וברחוב העיר, והרואה כרטיסיהם כתבי הבל ושטות עליו לקרעו ולשרפו ולהאבידו מו העולם.
באופן כללי יש לחזק גדרי הכנעה ודרך ארץ להורים בכל זמן, ולבדוק בשבע בדיקות כל כתב הנכנס לבית, ולא לסמוך על דברים שנכתבו "מטעם ובסמך רבנים".

ובזכות הכנעתינו ומסורתינו הטהורה נזכה להרמת קרן התורה וישראל בביאת גוא"צ בב"א

החותמים בצער רב

זייער שיין געשריבען. לייג נאר צו די נעמען פון די אלע רבנים וואס האבען זיך אראפ געצויגען די הויזען ביים בעלזער קול קורא די וואך.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 11:01 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 12:33 am
דורך אישתישבי
וואס איז פשט אז איי-וועלט לאזט שרייבן קעגן די קארטלעך?

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 12:41 am
דורך קורקלענד
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז פשט אז איי-וועלט לאזט שרייבן קעגן די קארטלעך?

די קארטלעך זענען נישט קיין חלק פון דעם אזוי גערופענע 'סיסטעם'. ס'איז סך הכל א פועל יוצא פונעם 'סיסטעם'. די סיבה פארוואס קיין איין מעסיגע רב איז נישט ארויסגעקומען אקעגן איז צוויי פאכיג. א' זיי האבן נישט קיין סמאַרטפאָנעס ממילא האלטן זיי אז ס'העט נישט האבן קיין אפעקט אויף זייער כיבוד אב. ב' זיי ווילן זיך נישט פאראמפערן מיט די ראדיקאלן און וועלן זיך ליבערשט צו זיין פאליטיקאל קערעקט.

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 12:50 am
דורך קאצקע ציקער
איך בעט נישט זיי זאלן ארויסקימען אקעגן אבער כאטשיג זאלן זיי עס נישט שטיצן

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 12:55 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
Link?

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2017 12:36 pm
דורך טרויבן88
איינער שיקט מיר אריין די קארטל אין אישי. איך מיין אז מען זאל אנפאנגען א ערענסטע זאך מיט די נייע קארטלעך.

בילד

אבער די קארטלעך ברויכן זיין מער בייסיג