בלאט 5 פון 15

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 8:21 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:צאנזער רב


ליעב געהאט יודישע קינדער, אזוי פארציילט מען.

זי"ע

מחוצף איינער! נאר דער ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער מעג שמ׳ן אלס איינער וואס האט ליעב אידישע קינדער. דער וואס דערמאנט א צווייטען איז א שייגעץ און ס׳איז א מצוה איהם פיינט צו האבען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


וואס פארא פארגלייך איז דער ״אהבת ישראל״ צו א ״קנאי״ און א ״נוקם ונוטר״ וואס מזעהט עס נאך היינט ביי אלע זיינע אייניקלעך! יעדע זאך פון וואס ער האט נישט געהאלטן איז עס פלוצלינג געווארן א ״הלכה למשה מסיני״!

איך האלט נאר פונעם אהבת ישראל מיט זיינע קינדער, אז ס׳געפעלט דיר נישט קענסטו לעקן מיין לאלי! אונז וויזניצע חסידים האלטן אז משיח גייט אויסקוקן פונקט ווי דער אהבת ישראל! און אז זייט משה רבינו איז נישט געוועהן אזא ריינע מענטש!

Re: יארצייט'ן

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 8:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 9:30 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער איז דאך געוועהן אין הימל און גערעדט פנים אל פנים מיטן אייבערשטן!

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 9:34 am
דורך שבת אחים
די איינציגסטע נארמאלע צאזנער אייניקלעך וואס איך האב געקענט איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע, פארפאלן זיי זענען יא געוועהן וואוילע מענטשען...

אפילו ר׳ מאטעלע וואס פארגינט כמעט קיינמאל נישט קיין קאמפלימענט אויף קיינעם (חוץ אויפן זיידן) האט געזאגט אויפן וועג אהיים פון ר׳ נפתלי׳טשעס לוי׳ ער איז געוועהן א צדיק אמת!

Re: יארצייט'ן

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 9:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שבת אחים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער איז דאך געוועהן אין הימל און גערעדט פנים אל פנים מיטן אייבערשטן!

אפיקורס! און וויזניצע רבי נישט?

איך מוז דיר אויסלערנען דיין אמונות טפלות. אין יעדער דור איז פארהאנען איינער וואס הערט תורה פון דער רבש"ע אליינס פונקט ווי משה רבינו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 10:10 am
דורך שבת אחים
ליטוואק, שטייט אין די תורה אז אזא נביא וואס האט גערעדט ״פנים אל פנים״ מיטן אייבערשטען וועט קיינמאל נישט זיין! קען איך מיך נישט וואגן צוזאגן אז דער אהבת ישראל איז גרעסער ווי אים.

חוץ מזה משה רבינו איז געוועהן א עכטע רבי לויט די תורה, ער האט זיך געזארגט פאר ״כלל ישראל״ און געבעטן ביים אייבערשטען פאר די אידנ׳ס וועגן, אויך אזוי דער ״אהבת ישראל״ זיך געזארגט פאר יעדע ארימאן און פאר יעדע שלעפער און פלעגט בעטן דעם אייבערשטען ער זאל אים באשטראפן און נישט כלל ישראל כיודע.

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2017 4:53 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועלכע ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער איז אן אייניקעל פון צאנזער רב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר' ישראל פון ב"ב, זיין מאמע איז געווען א שינאווער אייניקל

נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:26 pm
דורך סקרן
ה' תמוז
רבינו תם זי"ע

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 4:27 pm
דורך סקרן
י"א תמוז
ר' צבי הירש ב"ר יצחק אייזיק מסאפרין זי"ע
ה'עטרת צבי'
נסתלק שנת תקצ"ג לפ"ק

ר' אלחנן בונם וסרמן זי"ע הי"ד
ה'קובץ שיעורים'
נהרג שנת תש"א לפ"ק

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 4:30 pm
דורך [NAMELESS]
לייג אויך צו סיפורים

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 4:35 pm
דורך סקרן
דאס לאז איך פאר דיר
כידוע די מעשה ווען די תלמידים פונעם חוזה זענען געגאנגען זוכען א רבי
האט מען זיך באגעגענט מיטען הייליגער זידיטשובער
האט ער געפרעגט ווי גייט מען האט מען אים פארציילט
האט ער ווייטער געפרעגט און וואס פעלט ענק ביי מיר
און ער האט אנגעהובען אויסרעכענען זיינע מעלות פאר צוויי שעה נאכאנאנד
דערנאך האט מען געדאווענט מנחה
ראפשיצער רב האט אויף דעם געזאגט דאס אויסרעכענען צוויי שעה מעלות האב מען שוין געהערט אזאנס אבער מיט אזא שברון לב דאס איז א חידוש
און ער איז געווען זייער נתפעל פונעם מנחה
זי"ע

Re: יארצייט'ן

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 4:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ׳וויל א סיפור, הרב אלחנן וואסערמאן פלעגט זיצען אין דער בעק פון ביהמ"ד ביים דאווענען, נישט ביים מזרח.
ר׳ משה מידנער האט איהם אמאל געזידעלט "וואס איז בעסער, שטייען אין דער בעק און וועלען שטייען פון פראנט, אדער שטייען פון פראנט און וועלען גייען צום בעק? דער מחשבה איז דאך דער עיקר, נישט דער גוף. בעסער שטייען פון פראנט און דער מחשבה זאל זיין אין דער בעק"

האט ר׳ אלחנן איהם גע׳ענטפערט "יא, דאס איז ריכטיג. אבער נאר די ערשטע פאר טעג. נאך דעם איז ער א מזרח איד און ער א מערב איד" וש"י!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 12:35 pm
דורך סקרן
ר' חיים בן עטר-תק"ג
ה'אור החיים' הק'
מחלו' אם הניח זש"ק
החיד"א בשם הגדולים מביא שנתפרסם בארץ פולין ע"י ר' ישראל בעל שם

ר' ארי' ליבוש מטארניגרוד
אביו של ה'דברי חיים'

ר' יצחק טובי' רבין ב"ר מאיר מגלאגוב
חתן ה'דברי חיים' אשתו היתה הרבנית נחמ'לה הידוע

ר' אלעזר מרישא ב"ר אלימלך מרודניק-תר"ע
לא הניח זש"ק

ר' יעקב משה מקאמארנא-תרפ"ט
חותנו של המנחת אלעזר בזוו"ש

ר' דוד משה מקרעטשניף-תשכ"ט
אביו של האדמורים מרחובות קרית גת פרעמישלאן ביטשקוב ועוד
נסתלק על קבר זקינו בקרעטשניף בעומדו בתפלה

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 1:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר' עמרם בלויא ט"ו תמוז תשל"ד

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:43 pm
דורך סקרן
ר' הירשלי ליסקא זי"ע
'אך פרי תבואה'
תלמיד ה'דברי חיים' ורבו של ר' ישעי'לה מקערעסטיר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:23 am
דורך סקרן
ט"ו אב
ר' מאיר נתן ה"ש זי"ע
בן ה'דברי חיים' זי"ע
אביו של ר' שלמה הראשון מבאבוב זי"ע
נפטר במגיפה בצעירותו שנת תרט"ו לפ"ק

ר' אשר מסטולין זי"ע
בן ה'בית אהרן' זי"ע
נפטר שנת תרל"ג לפ"ק

ר' יעקב מאיזביצה זי"ע
בן ה'מי השילוח' זי"ע
בעמח"ס בית יעקב
נפטר שנת תרל"ח לפ"ק

ר' צבי הירש מרודניק זי"ע
בן ר' ברוך מגארליץ זי"ע
אביו של ר' יקותיאל יהודה מקלויזענבורג זי"ע
נפטר שנת תרע"ח לפ"ק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 12:07 pm
דורך סקרן
ט' אלול
ר' צדוק הכהן ב"ר יעקב זי"ע
מחבר ספרי פרי צדיק, צדקת הצדיק. רסיסי לילה, שיחת מלאכי השרת. תקנת השבין. ישראל קדושים, דברי סופרים, מחשבות חרוץ,דובר צדק, ליקוטי ענינים, ענייני הלכה . שו"ת תפארת צבי ועוד הרבה שאיני זוכר לכשעכשיו
נסתלק שנת תר"ס לפ"ק
כ'האב אמאל געהערט פון מיין ראש ישיבה ר' אליעזר געלדצעהלער זצ"ל אז זיין טאטע ר' אלי' יהושע האט געהערט פון א איד וואס האט געזעהן פאר'ן קריג
א צימער פול מיט ספרים פון ר' צדוק אבער אלעס איז ארויף אין פייער אין קריג
די ספרים פרי צדיק על התורה איז פון איין יאהר ער פלעגט זאגן א שבת 10 מאהל תורה 3 פרייטיג צו נאכטס 3 צופרי 3 מאהל של"ס און נאך איינמאהל דורך אויס שבת
ער האט געענדיגט יעדן וואך צו שבת מס' שבת און צו מלוה מלכה מס' עירובין
ער איז געווען א גאון עצום און אן עילוי ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער נאך זיך

Re: יארצייט'ן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 12:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
סקרן האט געשריבן:ט' אלול
ר' צדוק הכהן ב"ר יעקב זי"ע
מחבר ספרי פרי צדיק, צדקת הצדיק. רסיסי לילה, שיחת מלאכי השרת. תקנת השבין. ישראל קדושים, דברי סופרים, מחשבות חרוץ,דובר צדק, ליקוטי ענינים, ענייני הלכה . שו"ת תפארת צבי ועוד הרבה שאיני זוכר לכשעכשיו
נסתלק שנת תר"ס לפ"ק
כ'האב אמאל געהערט פון מיין ראש ישיבה ר' אליעזר געלדצעהלער זצ"ל אז זיין טאטע ר' אלי' יהושע האט געהערט פון א איד וואס האט געזעהן פאר'ן קריג
א צימער פול מיט ספרים פון ר' צדוק אבער אלעס איז ארויף אין פייער אין קריג
די ספרים פרי צדיק על התורה איז פון איין יאהר ער פלעגט זאגן א שבת 10 מאהל תורה 3 פרייטיג צו נאכטס 3 צופרי 3 מאהל של"ס און נאך איינמאהל דורך אויס שבת
ער האט געענדיגט יעדן וואך צו שבת מס' שבת און צו מלוה מלכה מס' עירובין
ער איז געווען א גאון עצום און אן עילוי ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער נאך זיך
ביי דע וועי @סקרן, פארוואס האסטו נישט געמאלדן ג' אלול די יארצייט פון ירושלימ'ר רב זצ"ל, מ'קען עס נאך משלים זיין ווייל דער רב זצ"ל האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון רבי צדוק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 4:50 pm
דורך סקרן
איך וואלט כ'האב פשוט פארגעסן און ער איז געווען יפו רב

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 5:06 pm
דורך מיר'ער בחור
סקרן האט געשריבן:איך וואלט כ'האב פשוט פארגעסן און ער איז געווען יפו רב

אין Wikipedia שטייט אז ער איז אויך געווען רב אין ירושלים

Re: יארצייט'ן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 7:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סקרן האט געשריבן:איך וואלט כ'האב פשוט פארגעסן און ער איז געווען יפו רב
מיינסט אוודאי בויסק. נאר מ׳רעדט פון פארשידענע תקופות. פון בויסק איז ער געפארען קיין יפו, פון דארט קיין לונדון ביים וועלט׳ס קריג. נאכ׳ן קריג האט מען איהם אויפגענומען צום פאסט׳ן פון הרב שמואל סאלאנט, איבער צונעמען זיין ב"ד וכו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: יארצייט'ן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 7:35 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
מיר'ער בחור האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:איך וואלט כ'האב פשוט פארגעסן און ער איז געווען יפו רב

אין Wikipedia שטייט אז ער איז אויך געווען רב אין ירושלים
ער איז אויפגענומען געווארן אלץ דער ערשטער ירושלימער רב אום תר"פ און איז געווען דער אשכנזי'שער רב פון ירושלים עיר הקודש

Re: יארצייט'ן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 8:21 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:איך וואלט כ'האב פשוט פארגעסן און ער איז געווען יפו רב
מיינסט אוודאי בויסק. נאר מ׳רעדט פון פארשידענע תקופות. פון בויסק איז ער געפארען קיין יפו, פון דארט קיין לונדון ביים וועלט׳ס קריג. נאכ׳ן קריג האט מען איהם אויפגענומען צום פאסט׳ן פון הרב שמואל סאלאנט, איבער צונעמען זיין ב"ד וכו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פון יפו קיין שווייץ און נאכדעם קיין לונדון, און לונדון איז ער געווען רב אין מחזיקי הדת.