בלאט 5 פון 5
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:44 am
דורך ביליג
נעכטן נאכט האבן ביידע זייטען אויסגעהאמערט א דיעל.
די גראסעריס גייען מאכן מער פראצענט. דהיינו אז ביז יעצט האבן זיי געמאכט 15% און יעצט גייען זיי מאכן מער.
די צייטונגען גייען נישט (יעצט) ארויפגיין מיט די פרייז.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:45 am
דורך ליפא
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:58 am
דורך [NAMELESS]
טראמפ האט געטוויט אז נאכ'ן זיין זיך אריימישען האבן די צייטונגען געוואנען, ווייל ביי די צייטונגען איז 'אמעריקא פורסט' און זיי האבן נאר היימישע ארבייטער (חוץ פון נאך אפאר איזרעילי'ס), משא"כ אין די גראסערי'ס וואס איז פיל מיט שפאנישער און מעקסיקאנער.
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 12:46 pm
דורך ווייל אזוי
די טריביון האט שוין אן ארטיקל וועגן די מערכה.
צווישן אנדערע שרייבט ער "און האט בלויז געגעבן שטאף פאר די אלץ-ווייסער אין די קאווע שטיבער איבער די מערכה הונטער די קוליסן וואס קומט יא אדער נישט פאָר".
אויך שרייבן זיי דארט אז א דאנק די אחדות פון אלע אויסגאבעס איז די מערכה געקומען צו א שנעלע ענדע.