בלאט 5 פון 7

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 2:33 pm
דורך [NAMELESS]
סמבטיון האט געשריבן:פון וואספארא פילם רעד מען דא? קען איינר אריינקומען מיט דעטאלן?

איך ווייס אויך נישט פונקטליך, אבער ס'איז עפעס א פילם בנשיאות די סקווערער רבי און ליפא שמעלצער.

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 2:47 pm
דורך סמבטיון
איז עס שוין ארויס געקומען אדער זיי ארבעטן אויף דעם ?

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 4:19 pm
דורך טרויבן88

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 4:54 pm
דורך קאצקע ציקער
פארוואס ריפט ער זיך מנשה?

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 5:48 pm
דורך שושן פורים
בן אדם האט געשריבן:וואס איז פשט אז מנשה ארבעט צוזאמען מיט אזא באוואוסטער ברעסלעווער חסיד ווי ליפא שמעלצער? האט די רבי דאס געהייסן טון?

ליפא איז א שוואגער מיט מנשה, די ערמאנטע רעביצין איז זיין שוועסטער

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 6:09 pm
דורך ישראל גלויבער
דאס הייסט אז זיי האבן געארבעט צוזאמען אויף דעם? אדער ער האט נאר געהאלפן מנשה'ן. אדער אפילו דאס אויך נישט.
נו ווער ווייסט עפעס פרטים, ווייל דער מנשה רעדט נישט

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 6:57 pm
דורך קאצקע ציקער
קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס ריפט ער זיך מנשה?

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 9:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'מיין מ'זאל אפטיילן די "מנשה פילם" חלק אין א באזונדערע אשכול. דא איז א שיינע אינטערוויו מיט די דירעקטאר און מנשה.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Hw7Zg8sMOa8[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 9:55 pm
דורך ישראל גלויבער
עפעס קוקט דא אויס מאדנע, ווי קומט ער אן צו קריס קלאמבוס פון הארי פאטער?
http://deadline.com/2017/01/chris-colum ... 201887807/

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:17 am
דורך נולד מאוחר
yatzmachp האט געשריבן:

צווייטנס, איז סתם א געלעכטער פון ליפא'ס גיין אין קאלעדזש. קודם זעה איך נאך נישט וואס ער האט זיך דערלערנט. איך האף אז ער וועט נישט צום סוף אויסקוקן ווי פרימט גאלדבערגער וואס נאכן זיך דערלערנען און באקומען א קאלעדזש דעגרי האט זי גענומען איר מאמע'ס אומנות און אנגעהויבן צו פארקויפן קאקאש קעיק. אדער פרידא וויזל וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש און צום סוף מוז זי מאכן פרנסה פון ארימטראגן מענטשן אויף טורס אין וויליאמסבורג. און די חסידים זענען נעבעך אן עדיוקעישן. נישטא ווער עס זאל לאכן.

איך ווייס נישט ווער די צוויי זענען , אבער זענען טאקע דורכגעפאלן, וואס איז דו געלעכטער ?

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 1:51 am
דורך קלוגע יודל
פרעזידענט טראמפ מאכט נאך די "סטראטעגיע" פון די לוחמי חירות!
טראמפ מיט זיין ווערסיע פון שני וחמישי.... גערופן The Weekly Address.
נאדיר די ערשטע אדרעס זיינע.
https://m.youtube.com/watch?v=hG-boxVJq_s
The Weekly Address 01/28/2017

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:50 am
דורך יהודי פשוט
ליפא׳ס פאלשע איינזעצונג אינעם לא שינו את לבושם איז אויפן שטייגער ווי איינער באט אמאל געטייטשט: ובמושב לצים - אז די זעהסט א מושב לצים, לא - די האסט נישט וואס צו טוהן, ישב - זעץ דיך צו

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 3:58 pm
דורך יהושע חיים

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 4:38 pm
דורך moshav zekeinim
נאר צו טראכטן וואס די מאמע גייט דורך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 5:21 pm
דורך יואב
יהושע חיים האט געשריבן:https://vimeo.com/201738099

ס'רייסט! כ'האלט עס נישט אויס. רשעות!

אפשר איז צייט צו מאַכן א ניגון "א מאמע בלייבט א מאמע."

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 5:26 pm
דורך ישראל גלויבער
ווילאנג זי גלייבט אין גאט, און איז מתפלל, קומט איר אלעס

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:25 pm
דורך יהודי פשוט
איך בען נייגעריג צו מושב זקנים וואלט ווען געוועהן אזוי באזארגט פאר די מאמע ווען די מעשה וואלט געוועהן פארקערט אז די מאמע וואלט געווארן פרומער פון די גאנצע משפחה און לכבוד דעם באקומען א גט און שי קינדער וואלטן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט איר און איר נישט גע׳לאדענט צו שמחות, דעמאלטס וואלט מושב זקנים אויך אזוי שטארק מיט געשפירט די צער, און וואלט ווען דעמאלטס ליפא שמעלצער אויך אזוי מיט געשפירט די צער... אדער פשוט מען נעמט זיך אן פאר דער וואס איז אוועק געגאנגען פון די מסורת האבות אוועק געגאנגען פונעם בורא כל עולמים וכו׳ וכו׳, איך זאג נישט אז מען איז גערעכט פארן איר נישט רופן צום חתונה אבער מען דארף קודם וויסן וואס דארט גייט פאר, וואס איז מיט די קינדער, אפשר קענען זיי זיך מיט א מאמע וואס קוקט אזוי אויס, ווער ווייסט וויפיל בזיונות זיי האבן געליטן א גאנץ לעבן א דאנק דעם וואס דאס איז זייער מאמע, און יעצט אין די נאכט פון די חתונה זענען זיי מחוייב ווייטער צו ליידן, ווער האט דאס אפגעמאכט, פארוואס דארף דאס אזוי זיין, ווער זאגט אז די מאמע׳ס צער איז מער פון די צער פון די קינדער????

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:25 pm
דורך יהודי פשוט
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:49 pm
דורך יואב
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו מושב זקנים וואלט ווען געוועהן אזוי באזארגט פאר די מאמע ווען די מעשה וואלט געוועהן פארקערט אז די מאמע וואלט געווארן פרומער פון די גאנצע משפחה און לכבוד דעם באקומען א גט און שי קינדער וואלטן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט איר און איר נישט גע׳לאדענט צו שמחות, דעמאלטס וואלט מושב זקנים אויך אזוי שטארק מיט געשפירט די צער, און וואלט ווען דעמאלטס ליפא שמעלצער אויך אזוי מיט געשפירט די צער... אדער פשוט מען נעמט זיך אן פאר דער וואס איז אוועק געגאנגען פון די מסורת האבות אוועק געגאנגען פונעם בורא כל עולמים וכו׳ וכו׳, איך זאג נישט אז מען איז גערעכט פארן איר נישט רופן צום חתונה אבער מען דארף קודם וויסן וואס דארט גייט פאר, וואס איז מיט די קינדער, אפשר קענען זיי זיך מיט א מאמע וואס קוקט אזוי אויס, ווער ווייסט וויפיל בזיונות זיי האבן געליטן א גאנץ לעבן א דאנק דעם וואס דאס איז זייער מאמע, און יעצט אין די נאכט פון די חתונה זענען זיי מחוייב ווייטער צו ליידן, ווער האט דאס אפגעמאכט, פארוואס דארף דאס אזוי זיין, ווער זאגט אז די מאמע׳ס צער איז מער פון די צער פון די קינדער????

קומסט יעצט מיט דער All Lives Matter לאָגיק, צו בארעכטיגן דיינע מחשבות וואס האלטן אז אזוי ברויך זיין. און נניח מושב זקנים וואלט נישט אזוי געהאלטן, מינימיזירט דאס די עוולה דא? מושב זקנים איז דא דער אישו?

און ניין, ס'איז נישט דא קיין שום סיבה די מאמע זאל נישט מעגן קומען. סארא שטותים רעדטסטו דא פון בושות. אויב האבן זיי איר פיינט בלויז צוליב רעליגיעזע סיבות, קומט דאס לכאורה נישט מחמת דעם אהבי ה' שנאו רע.

בד"וו ס'איז זייער שווער צו קלערן פונעם אזויגערופענעם פארקערטן סינעריו. אין אנדערע ווערטער זאגסטו אז דו מאמע אקצעפטירט דעם מהלך החיים פון אירע קינדער? פאר וועלכער סיבה זאלן נארמאלע קינדער נישט לאָזן קומען אַ מאמע וואס וויל קומען?

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 8:09 pm
דורך moshav zekeinim
עס איז קיינעם'ס געפילן נישט חשוב'ער פון א צווייטנס. דא האט פאסירט א שרעקעדיגע מעשה, א פירוד לבבות ודרך חיים צווישן צוויי וואס נפשם קשורים זה בזה. אזא פירוד לבבות שאפט נאטורליך שרעקליכע יסורי נפש, ווער עס גייט דאס נישט א דורך אדער ווער עס האט נישט קיין גאר נאנטער וואס גייט דאס אדורך וועט נישט באגרייפן וויפיל כוואליעס יסורים עס קען זיך אנפילן אין א מענטשנס הארץ, און דאס לויפט נאך א גאנץ לעבן נאכט נאך נאכט טאג נאך טאג.

דער אזוי שרעקעדיגער פירוד לבבות ותרבות צווישן א עלטערן און א קינד איז פארמיידבאר ברוב המקרים, נאר דא קומט אריין די הויכע פענסטער און אנשטאט שטיפן צו א שלום און א פשרה, מאכן זיי גאר דעם פירוד גרעסער.

טייערע מאמע/טאכטער, איר זענט ביידע קרבנות פון א שווערער סיסטעם. א סיסטעם וואס האט שוין אזויפיל מענטשן אומגליקליך געמאכט על לא דבר.

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:05 pm
דורך יהודי פשוט
מושב זקנים: עס איז אביסל שווער מסביר צו זיין פאר איינעם ווי די וואס איז שוין נישט קיין יוד, וואס דאס מיינט פאר אן ערליך חסיד׳יש מיידל צו האבן א מאמע וואס האט אוועק געווארן א האלב אדער א דריי פערטל אדער פיר פערטל פון איר אידישקייט, דאס איז פאר זיי יסורי הנפש ממש, ביודעי ובמכירי קאמינא, איך האב מיט אסאך בחורים גערעדט דערוועגן, עס איז מער בזיונות ווי ווען דער טאטע אדער מאמע זענען חלילה נישט ביים דעת, די קענסט דאס נישט פארשטיין ווייל די וואונטשסט זיך אז דיינע קרובים זאלן אזוי אפלאזן אידישקייט למחצה לשליש ולרביע, ממילא וועסטו קיינמאל נישט פארשטיין וואס דאס מיינט פאר אן ערליך חסיד׳יש קינד וואס שטרעבט צו זיין מער ערליך און מער נאנט צו אידיש קייט און צום בוכ״ע וואס איז די דריטע שותף אינעם מענטש (כמובא בדרשת ליפא שמעלצער במאמרים של ימי שני וחמישי) דאס איז א געפערליכע צער און אויב א קינד מאכט אפ אז זי וויל נישט האבן אזא מאמע ביי איר חתונה, איז שטארק יתכן אז על פי תורה איז זי גערעכט (איך פסק׳ן נישט נאר איך זאג וואס איך קלער).
בנוגע די ווארימע טרייסט ווערטער וואס די שיקסט פאר די מאמע מיט איר טאכטער זאג דיג אז זיי זענען קרבנות פונעם סיסטעם איז אזוי, קודם בנוגע די טאכטער זי איז א קרבן פון איר מאמע, און בנוגע די מאמע זי איז א קרבן פון אירע אייגענע מעשים אזוי ווי קלוגע אידן האבן שוין געזאגט מעשיך יקרבוך וכו׳.
און בנוגע די סיסטעם עס האט טאקע געברענגט אסאך קרבנות אבער פאר אסאך מענטשן איז עס געוועהן א ישועה

Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:14 pm
דורך יהודי פשוט
יואב: ווען די קומסט מיר זאגן אז דע קענסט די מעשה פונדערנאנט און די ווייסט קלאר אז די רבנים, עסקנים וכו׳ האבן דאס מסדר געוועהן אז זי זאל נישט קענען קומען דעמאלטס קען זיין אז אפשר איז דא א שטיקל טענה אבער דאס קינד האט אפגעמאכט אז זי וויל נישט איר מאמע׳ן ביי די חתונה איז גארנישט ראנג דערמיט.
און בנוגע די מאמע, א מאמע וואס קען טוהן אזא זאך און גיין וואכן אירע שמוץ וועש ברבים און דורך דעם גורם זיין אז אלע ליידיג גייערס (ואולי גם אני הקטן בתוכם) זאלן זיך זעצן אדורך טוהן די מעשה און בארעדן איר אייגענע טאכטער איז איינער פון צוויי זאכן אדער האט זי נישט קיין איין טראפ שכל אדער (וואס איז מער מסתבר) איז זי פשוט א שלעכטע מאמע, און נאר דער ווידיאו אליינס איז גענוג א סיבה אז א קינד זאל נישט וועלן האבן די מאמע ביי איר חתונה, ומדי דברו בו איז הוא הדין ליפא שמעלצער וואס פאר זיינע אייגענע אינטערעסן וואשט ער יענעם׳ס שמוץ וועש ברבים, ליידער ליידער אזוי זעהט מען אויס ווען מען קריכט אוועק פון די תורה הקדושה די מוח ווערט פארקרימט און מען קען נישט דן זיין מיט שעל הישר נאר מיט נגיעות און אינטערעסן נישט אומזיסט האבן די קלוגע אידן געזאגט אז דעת בעל הבית איז דער היפך דעת תורה

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2017 10:20 pm
דורך איש את רעהו
נעמען א אידישע טאכטער און איר פארשעמען אין פאבליק איז געניג סיבה קלארצושטעלן
ווער עס איז דא דער קרומער קאפ און זיכט צו אויסגעבן זיין ווייטאג אויף די אידן וועם זיי האסן.