ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס איז דער גאנצע סאטמארער רב אריין נאר אין די פאר צודרייטע וואס האבען איהם נישט געקענט, און דער וויזניצער רבי טראגט נישט קיין אחריות פאר די מאסען פויערען וואס פאררופען זיך על שם וויזניץ?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווער האט אים נישט געקענט? אלע קנאים האבן אים געקענט, און געלויפן צו אים, פארוואס מיינסטו איז דער עקסטרימיסט ר׳ מאטעלע געווארן זיין חסיד? זיין טאטע און זיין זיידע, זיינע פעטערס זענען געוועהן אגדיסטן, און ער איז געווארן א סאטמורי, ווען די וואלסט וועין געקענט גוט ר׳ מאטעלע וואלסטו זייער גיט פארשטאנען מיין סטעיטמענט, ווער האט אנגעפאנגען מיט די פראטעסטן אין מאנהעטן יהודי לא ציוני וואס די משה בער בעק׳ס פון די וועלט האלט נאך אן ביזן היינטיגען טאג? ווער האט אויסגעלערנט די מענטשען זיך אויפצופירן ווי חיות צו אנדערע מענשטענס מיינונגען אין אידישקייט? ווער האט חרוב געמאכט קלויזנבורגע שול אין וויליאמסבורג? ווער האט געטיילט פעטש? ווער האט גערופן די פייערלעשער ביי שאלישידיעס אויף יעדע רבי וואס האט נישט געדינט סאטמאר אין וויליאמסבורג??? הא??? זאג? דער יואלי ציממערמאן מיט זיינע חברים אין וועמענס ספרים קאכן זיי זיך? אין ויואל משה אדער אינעם אהבת ישראל? וועמעס חסידים פארופן זיי זיך?.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
חוץ מזה שעם דיך אין דיין פנים אריין צוזאגן אויף א עדה אידן ווי וויזניצער חסידים מארמארישע פויערן, סאיז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז דער חבדסקער איז געוועהן די רבי פון אלע פרייע טעקסי דרייווערס אין ישראל ווייל זיי האבן א בילד פון אים, די חבדסקר האט געהאט חסידים וואס זענען געוועהן ריזיגע תלמידי חכמים און ווי אויך האט ער געהאט טויזענטער מעריצים פון אלע אנדערע קרייזן, די זעלבע איז געוועהן מיטן אהבת ישראל, דו הייבסט בכלל נישט אן צו פארשטיין וואס וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן, וויזניץ אינדערהיים און היינטיגע וויזניץ איז צווייי אנדערע זאכן. דער אהבת ישראל האט געהאט טויזענטער חסידים בני עלי׳ פון הרב וויזל דער טערניווער רב זצ״ל וואס טויזענטער אידן אינדערהיים האבן געהאלטן פאר א פועל ישיעות, הרה״ח הצדיק ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל (וואס וואלט פארדינט א אשכול דא אין שטיבל) הרה״ח ר׳ יצחק דוד פוקס זצ״ל מיין זיידע הרה״ח ר׳ אברהם פוקס ז״ל, הרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל, הרה״ח ר׳ משה ראזענפעלד זצ״ל (ר׳ משה טעטשער- א שם דבר אין גאנץ מארמערוש, בוקעווינא) הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל און הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזענבערג זצ״ל. זיינע שפעטערדיגע חסידים וואס א טייל לעבן נאך היינט און קאכן זיך אין אים, איז קודם כל הרה״ח ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, רב בעלז הישן, (וואלט אויך פארדינט א באזונדערע אשכול) הרה״ח ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל מקאסוב-ירושלים, (האט א אשכול דא דאכצעך), הרב שנעבאלג זצ״ל די טאטע פונעם טשערנאוויצער, באלחובער רב, הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ זצ״ל פון בני ברק (פארצייטישע איד וואס פלעגט גיין נאך געלט-האט דאכצעך דא א אשכול), הרה״צ ר׳ משה אליעזר פראמאוויטש זצ״ל אב״ד צייסלהיים, געוועהן א רבי אינדערהיים מיט חסידים, נאך די מלחמה געוואוינט אין וויליאמסבורג (פארדינט אויך א אשכול דא, כהאב אים גיט געקענט), די איד׳ס ווארימע דאווענן און קריאת שמע ליינען ביי שחרית האט אויסגעקוקט ווי ער גייט אויס פאר מתיקות, כהאב נאך אזאנס נישט געזעהן. אט די אויבנדערמאנטע אידן זענען אלע געוועהן אמתע געהויבנע אידן תלמידי חכמים, וואס דאס ריפלעיקט וויזניץ, ווי אויך אז דער אהבת ישראל האט עקסעפטעט און מקרב געוועהן א יעדע איד אפילו די גרעסטע פויערן. אבער ארום דער אהבת ישראל האבן זיך געדרייט גאר חשובע געהויבנע אידן, די ליסט goes on and on.
וויזניץ האט ארויסגעגבען די שענסטע פירות, און האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר דיינע פארביסנע ליטפאקס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פאר ווער ס׳וויל וויסן אביסל מעהר וועגן דעם ״אהבת ישראל״, און וואס די גדולי ישראל האבן געזאגט אויף אים, זאל ליינען די ספר פון ר׳ נתן אלי ראטה ״קדוש ישראל״
בן אדם האט געשריבן:אויך דער טשימפא רב ז"ל בעל ה... (כ'געדענק נישט די נאמען פון זיין ספר) איז געווען א וויזניצער חסיד. ער פלעגט גיין אין גאס פארטראכט אין לערנען, און נישט איינמאל האט ער 'פארגעסן' ווי ער וואוינט.
סמבטיון האט געשריבן:דע האלבע כולל להוראה פון מראה יחזקאל האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטיק אינדעפרי, פון צווישן די רבנים וואס זענען ארויס זענען ר' משה שטעסיל דיין בעלזא 36 ר' חיים יהושע וועטענשטיין דיין בעלזא 15/43 ר' חיים בצלאל וועבער מגי"ש בישיבה ר' סענדער רעכניצער מו"צ אין בעלזא ר' דוד פרענקעל מו"צ אין בעלזא און נאך אנדערע , די קינדער פון באבא קארלסבורג האבן זיך געבעטן זיי זאלן בלייבן זיי האבן געטאנעהט אז זייער טאטע איז נישט געווען אפילו דאהי און סענישט בהסכמתו , למעשה האבן בערך א מנין פון די חשובסטע אין די כולל פארמאכט די גמרות אין ארויס פון דארט.
די מיינסט אוודאי די "צווייטע האלב" כולל, ווייל די ערשטע האלב איז שוין ארויס ביים טיילונג לבית ראטה/רוטה. ליידער ליידער, וועט הגאון רבי יחזקאל ראטה - וואס זיין אמת'ע גרויסקייט וועט נאך איין טאג ארויסשיינען, און מ'וועט וויינען "וואו זענען אונז געווען?"- ענדיגען זיין מלוכה מיט גרויס בזיונות. ממש א ווייטאג, ספר תורה שרוי בצער - און ר' יצחק שטיין וועט נישט האבן וואס איבערצונעמען.
שבת אחים האט געשריבן:חוץ מזה שעם דיך אין דיין פנים אריין צוזאגן אויף א עדה אידן ווי וויזניצער חסידים מארמארישע פויערן, סאיז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז דער חבדסקער איז געוועהן די רבי פון אלע פרייע טעקסי דרייווערס אין ישראל ווייל זיי האבן א בילד פון אים, די חבדסקר האט געהאט חסידים וואס זענען געוועהן ריזיגע תלמידי חכמים און ווי אויך האט ער געהאט טויזענטער מעריצים פון אלע אנדערע קרייזן, די זעלבע איז געוועהן מיטן אהבת ישראל, דו הייבסט בכלל נישט אן צו פארשטיין וואס וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן, וויזניץ אינדערהיים און היינטיגע וויזניץ איז צווייי אנדערע זאכן. דער אהבת ישראל האט געהאט טויזענטער חסידים בני עלי׳ פון הרב וויזל דער טערניווער רב זצ״ל וואס טויזענטער אידן אינדערהיים האבן געהאלטן פאר א פועל ישיעות, הרה״ח הצדיק ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל (וואס וואלט פארדינט א אשכול דא אין שטיבל) הרה״ח ר׳ יצחק דוד פוקס זצ״ל מיין זיידע הרה״ח ר׳ אברהם פוקס ז״ל, הרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל, הרה״ח ר׳ משה ראזענפעלד זצ״ל (ר׳ משה טעטשער- א שם דבר אין גאנץ מארמערוש, בוקעווינא) הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל און הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזענבערג זצ״ל. זיינע שפעטערדיגע חסידים וואס א טייל לעבן נאך היינט און קאכן זיך אין אים, איז קודם כל הרה״ח ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, רב בעלז הישן, (וואלט אויך פארדינט א באזונדערע אשכול) הרה״ח ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל מקאסוב-ירושלים, (האט א אשכול דא דאכצעך), הרב שנעבאלג זצ״ל די טאטע פונעם טשערנאוויצער, באלחובער רב, הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ זצ״ל פון בני ברק (פארצייטישע איד וואס פלעגט גיין נאך געלט-האט דאכצעך דא א אשכול), הרה״צ ר׳ משה אליעזר פראמאוויטש זצ״ל אב״ד צייסלהיים, געוועהן א רבי אינדערהיים מיט חסידים, נאך די מלחמה געוואוינט אין וויליאמסבורג (פארדינט אויך א אשכול דא, כהאב אים גיט געקענט), די איד׳ס ווארימע דאווענן און קריאת שמע ליינען ביי שחרית האט אויסגעקוקט ווי ער גייט אויס פאר מתיקות, כהאב נאך אזאנס נישט געזעהן. אט די אויבנדערמאנטע אידן זענען אלע געוועהן אמתע געהויבנע אידן תלמידי חכמים, וואס דאס ריפלעיקט וויזניץ, ווי אויך אז דער אהבת ישראל האט עקסעפטעט און מקריב געוועהן א יעדע איד אפילו די גרעסטע פויערן. אבער ארום דער אהבת ישראל האבן זיך געדרייט גאר חשובע געהויבנע אידן, די ליסט goes on and on.
וויזניץ האט ארויסגעגבען די שענסטע פירות, און האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר דיינע פארביסנע ליטפאקס.
זיי נישט בייז, אבער א שיינע טייל פון דיין ליסטע האבן נישט געקענט קיין צורת אות.... ווארימע דאווענען יא, אבער א שטיקל האיש מקדש, אדער אפילו ערבי פסחים? זערא.
שבת, די ברענגסט שטארק ארויס די ווילדע שטיק וואס די סאטמערע טעראריסטן האבן אפגעטון קעגן די אלע וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן אבער כמדומה לי אז די וויזניצע זענען בכלל נישט אינטערשטעלונג. קוק וואס זיי האבן געמאכט פון זייער סרולטשע, אויסגעפייניגט און געטרינקן בלוט.
שבת, ביסט אזוי ווילד געווארען ביים זע׳ען דער משל, ביז דער נמשל האסטו נישט געכאפט. אויף דיין רבי זעסטו נאר גוטס, און די שוואכע חלקים פון די חסידות פארקוקסט דו, אז דער רבי איז פאר זיי נישט פאראנטווארטליך. (די משלים וואס איך האב געברענגט זענען דייקא פונדערהיים, נישט פון א"י) אבער סאטמאר ביסטו נישט גרייט אזוי צו טראכטען. קודם זאגסטו נטו"ק, און פון דארט געשפרינגען אויף קלויזענבורג. זאג איך דיר אז סאטמאר רב טראגט אחריות פאר נטו"ק פונקט ווי דער אהבת ישראל אויף יענע פויער אין בוקעווינע. און וויזניץ אונטער דער אהבת ישראל איז גארנישט אונטערשטעליג געווען אין מחלקת, עי׳ ערך נאסויד׳ער רב אדער סיגעט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שבת, ביסט אזוי ווילד געווארען ביים זע׳ען דער משל, ביז דער נמשל האסטו נישט געכאפט. אויף דיין רבי זעסטו נאר גוטס, און די שוואכע חלקים פון די חסידות פארקוקסט דו, אז דער רבי איז פאר זיי נישט פאראנטווארטליך. (די משלים וואס איך האב געברענגט זענען דייקא פונדערהיים, נישט פון א"י) אבער סאטמאר ביסטו נישט גרייט אזוי צו טראכטען. קודם זאגסטו נטו"ק, און פון דארט געשפרינגען אויף קלויזענבורג. זאג איך דיר אז סאטמאר רב טראגט אחריות פאר נטו"ק פונקט ווי דער אהבת ישראל אויף יענע פויער אין בוקעווינע. און וויזניץ אונטער דער אהבת ישראל איז גארנישט אונטערשטעליג געווען אין מחלקת, עי׳ ערך נאסויד׳ער רב אדער סיגעט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וואונדער מיך וויאזוי דו לערנסט אפ א שטיקל גמרא, ווייל לויט דיין שרייבן דא ביסטו נישט capable of critical thinking. ביי דיר צוויי פלאוס צוויי איקוואלס קמח ישן...
דער סאטמארער רב איז דער וואס האט אנגעהויבן די רעיון פון ארויסגיין פראטעסטן אויף די גאסן פון מאנהעטן, ער איז געוועהן א פרעדיגער קעגן ציונית און געהעצט קעגן זיי, ממילא איז ער ריספאונסיבאל פאר די דור וואס ער האט מחנך געוועהן, משא״כ דער אהבת ישראל האט נישט געפרעדיגט קיין פויערשאפט, ער האט זיי נאר מקרב געוועהן פונקט ווי די חבדסקר האט מקרב געוועהן אלע מיני אידן, ע״כ איז ער נישט ריספאונסיבאל פאר די פויער אין באקיווינע, פארקערט ער האט זיי געהאלטן ביי אידישקייט אויב עפעס.
וואס איז געוועהן די מחלוקות מיט סיגעט און מיטן נאסוידעד רב, וואס פארא שייכות האט עס געהאט מיטן אהבת ישראל?, אדרבה פארצייל די מעשה וועט יעדער זעהן ווי לעכעריג סאיז, און וויאזוי קענסטו עס בכלל פארגלייכן צו די צייטן פון ר׳ משהלע ווען מ׳האט געצאפט ר׳ ישראל׳טשע מיט זיינע קינדער די בלוט על לא דבר?.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.
תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.
שוין צום צווייטע מאל וואס דו שיסט פאקטן אן קיין פראוו. ביטע ווייז איבער די פאקטן.
תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.
שוין צום צווייטע מאל וואס דו שיסט פאקטן אן קיין פראוו. ביטע ווייז איבער די פאקטן.
דברים ידועים לכל. מהר"א מבעלזא האט געדינט די עגל, דער בעלער רב האט געהייסען מ,זאל עם קומען מפייס זיין כידוע. חוזק מבעל אגר"מ, לובאוויטש, קלויזענבורג, וכל אחד שלא הלך בדרכו זרקו מוויליאמסבורג. ואכן כמעט כולם ברחו משם.
קיינמאל געהערט אז סאטמר רב זאל זאגן אז בעלזא רב דינט די עגל. נאר וואס דען דו מיינסט א וודאי די באקאנטע דרשה אין אר''י ווי ער האט ארויסגעברענגט אז עס איז נישט א פלא אז א צדיק אמת זאל פארכאפט ווערן און טון א עוולה ווי מען זעהט אז אהרן הכהן האט אנגעפירט די עגל. זהו, שלעכט געזאגט? סאטמר רב האט געהאלטן אז בחירות איז א עוולה און כאטש מען זעהט גרויסע מענטשען זענען עס מתיר איז נישט קיין ראי'.
נאר אזעלעכע שונאים שלעכטע מענטשען ווי דיר האבן זיך ארויפגעכאפט אז סאטמר רב האט געמיינט אהרן אהרן לגזי''ש הגם די מכוון איז די זעלבע אבער דאס ברענגט שוין מער בייז בלוט אין די צייט וואס סאטמר רב פלעגט בכלל נישט זיין די סטייל פון זאגן פורים תורות.
וועגען בעלזא רב'ס בקישת מחילה איז לכאורה נישט ידוע לכל איך האב קיינמאל געהערט דערפון, און בכלל ווי קומט עס אריין דא?
דברי בזיון אויף ר' משה פיינשטיין? קיינמאל געהערט דערפון. נאר געוויסע פסקים פון עם וואס איז לדעתו געווען א חורבן איז ער ארויסגעקומען מיט א שארפקייט. ער מעג נישט?
ליובאוויטש אויך קיינמאל געהערט. קלויזנבורג נישט אריינצוגיין אין זיין גדלות ווס. סאטמר רב. אויך קיינמאל געהערט סאטמר רב חוזק מאכן פון עם. פארקערט גראדע יא... ובגדול..
וועם האט מען געווארפן פון וויליאמסבורג? ר' פישעלע וואוינט נאך היינט אין וויליאמסבורג. די באיאן קלויז איז זייער באקוועם אין וויליאמסבורג פול מיט סאטמערע אידן און מען פארטראגט זיך שיין, עס איז אפילו היינט דא א עירוב אין שטאט.
סאטמאר רב האט אסאך געלערנט וועגן די יסוד פון גיטע מדות צו די תלמידים, עי' בדבריו הק' אויכעט האט מען קיינמאל נישט פארהוילען פון די תלמידים די הייליגע דיבורים מצדיקים הקודמים, כגון
בעיקבתא דמשיחא אז רק היראים אשר יהיה להם אומץ דקדושה לא ישאו פני גדול, ולא יגורו מפני איש אלא יעמדו בתוקף עוז על אמונתם עד ביאת הגואל
הבעל שם טוב עבר פעם ליד אילן עמוס עלים ונענה: פאר משיח'ן וועלן זיין פאלשע רבי'ס אזויפיל וויפל בלעטלאך סאיז דא אויפן בוים
אומרים בשם (הבעל שם טוב זי"ע) שאמר שקודם ביאת המשיח יהיה רבנים ואדמורי"ם שיהיו רשעים גמורים, ועל התמימים שלא יכרכו אחריהם חס ושלום, התפלל דוד המלך עליו השלום שומר נפשות חסידיו מיד רשעים יצילם