בלאט 5 פון 8
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 12:41 am
דורך איסר האטלקי
קורקלענד האט געשריבן:די אמאליגע גאלדבערג'ס גראסערי פלעגט זיין פון די ביליגסטע אין בארא פארק! זייט דער בעל ה'בינגאו האט עס אפגעקויפט זענען פרייזן געשטיגן און געשטיגן און געשטיגן וחוזר חלילה...... ס'האלט שוין אזוי טייער אז זיינע פרייזן זענען שוין העכער די דורכשניטלעכע וויליאמסבורג גראסערי פרייזן!
משא"כ זיין שותף פון ארץ ישראל אושר עד איז ברייט באוואוסט אין ארץ ישראל אלס די ביליגסטע געשעפטן איבערן לאנד. און נישט ווייל ער איז די גרעסטע איז ער די ביליגסטע, עס זענען פארהאן גרעסער פון אים דארט, דאס איז בלויז זיין ציל.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 12:50 am
דורך קורקלענד
כ'בין נישט באקאנט מיט זיין געשעפט מעבר לים כ'האב געהערט אזוי און אזוי.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 8:10 am
דורך קאווע טרינקער
אין ארץ ישראל איז נישט קיין קונץ צו זיין ביליג, ווייל די יוצרים האבן אסאך קאמפעטישען. יעדע צווייטע מזרחי פראדצירט פיקעלס. משא"כ דאהי, נאר איינס אדער צוויי קאמפאניס פראדיצערן כשר'ע עסן.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:07 am
דורך איסר האטלקי
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז נישט קיין קונץ צו זיין ביליג, ווייל די יוצרים האבן אסאך קאמפעטישען. יעדע צווייטע מזרחי פראדצירט פיקעלס. משא"כ דאהי, נאר איינס אדער צוויי קאמפאניס פראדיצערן כשר'ע עסן.
יא קונץ נישט קונץ, דאס איז געווען זיין ציל דארט, קיינער האט דאס נישט געטון בעפאר אים אויף אזא פארנעם, און ער איז דער סאמע ביליגסטער נאך היינט. אט דאס פלאנט ער צו טון דא. שווער צו גלייבן אז ער וועט זיך לאזן פון זיין שותף ארויפצושפאצירן מיט די פרייזן אין א יאר צוויי.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:13 am
דורך כלבאשבוע
איסר האטלקי האט געשריבן:אושר עד איז ברייט באוואוסט אין ארץ ישראל אלס די ביליגסטע געשעפטן איבערן לאנד.
פון די ביליגע אבער נישט די ביליגסטע, ער איז ארויף מיט די פרייזן נאכן עפענען.
איסר האטלקי האט געשריבן:נישט ווייל ער איז די גרעסטע איז ער די ביליגסטע, עס זענען פארהאן גרעסער פון אים דארט, דאס איז בלויז זיין ציל.
seriously? זיין בלויזע ציל?
כהאב דיר עטליכע בריקן צו פארקויפן!
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 2:01 pm
דורך החוקר
כלבאשבוע האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:נישט ווייל ער איז די גרעסטע איז ער די ביליגסטע, עס זענען פארהאן גרעסער פון אים דארט, דאס איז בלויז זיין ציל.
seriously? זיין בלויזע ציל?
כהאב דיר עטליכע בריקן צו פארקויפן!
לויט ווי איך האב געליינט האטלקי'ס ווערטער, מיינט ער פשוט צו זאגן אז זיין ציל אין ביזנעס איז צו זיין די ביליגסטע און אזוי מאכן געלט. ער וויל שטיפן אסאך פאר ביליג, נישט אז ער ארבייט לשם שמים.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 3:14 pm
דורך אישתישבי
געווען אין בינגא, ממש א נחת איינצוקויפן, אכצען אייער פאר א נישטיגען דאלאר, 24 לעבענס פאר 17, און די פורים נאש, פארגעס, ביליג ווי בארשט. זאכען וואס אין די קליינע חשובע שכנים גראסערי קאסט פינף זעקס דאלאר קאסט אין בינגא צוויי דאלאר. כ'האב געקויפט צען שטיק, שוין איינגעשפארט דרייסיג דאלאר.
צווישען די לעבענס אייער און נאש, האב איך שוין איינגעשפארט א פיפציגער, וואס די מלמדים וועלען באקומען א גרעסערע טיפ, ךקיים דברי הראסליוויצער, צו געבען צדקה דורך בינגא.
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 5:11 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
אישתישבי האט געשריבן:געווען אין בינגא, ממש א נחת איינצוקויפן, אכצען אייער פאר א נישטיגען דאלאר, 24 לעבענס פאר 17, און די פורים נאש, פארגעס, ביליג ווי בארשט. זאכען וואס אין די קליינע חשובע שכנים גראסערי קאסט פינף זעקס דאלאר קאסט אין בינגא צוויי דאלאר. כ'האב געקויפט צען שטיק, שוין איינגעשפארט דרייסיג דאלאר.
צווישען די לעבענס אייער און נאש, האב איך שוין איינגעשפארט א פיפציגער, וואס די מלמדים וועלען באקומען א גרעסערע טיפ, ךקיים דברי הראסליוויצער, צו געבען צדקה דורך בינגא.
זאג נאר ווען האסטו אמאל אין דיין לעבן געטראכט פין קויפן 24 לעבען אפי׳ סאיז ביליג.
זייער אסאך מענטשען קויפן זאכן וואס זיי דארפן נישט אדער אסאך ווייל סאיז ביליג
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 5:25 pm
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:געווען אין בינגא, ממש א נחת איינצוקויפן, אכצען אייער פאר א נישטיגען דאלאר, 24 לעבענס פאר 17, און די פורים נאש, פארגעס, ביליג ווי בארשט. זאכען וואס אין די קליינע חשובע שכנים גראסערי קאסט פינף זעקס דאלאר קאסט אין בינגא צוויי דאלאר. כ'האב געקויפט צען שטיק, שוין איינגעשפארט דרייסיג דאלאר.
צווישען די לעבענס אייער און נאש, האב איך שוין איינגעשפארט א פיפציגער, וואס די מלמדים וועלען באקומען א גרעסערע טיפ, ךקיים דברי הראסליוויצער, צו געבען צדקה דורך בינגא.
מיין רעגולער געשעפט האט מזמן לזמן א סעיל 12 לעבעןס פאר 7.99
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 6:15 pm
דורך קורקלענד
צו דערגרייכן פופציג דאלער אין סעווינג'ס פון די דריי זאכןהאסטו געדארפט קויפן גאר אסאך אייער. בד''וו אפעטייזינג פלאס האט צוויי דאזען אייער פאר א דאלער. אין בינגאו האט שוין געהאט אכצן אייער פאר א דאלער פופציג.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 9:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
אפעטייזינג פלאס אוועראל איז לכאורה די ביליגסטע גראסערי אין בארא פארק (ראזנערס איז אויך ביליג, אבער קוואליטי שוואכער) חסרון איז זיי האבן נישט קיין פרוכט, גרינצייג, פלייש און פיש. דעליווערי האבן זיי אויך נישט.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 9:44 pm
דורך איש את רעהו
זעה איך יעצט אז אויף בלויז עטליכע שטיקער טשאקלאד האט מען אין בינגא געקריגן באלד "6 דאלער ביליגער"
האמיר שוין פון ווי צו נעמען פארן וועקער..
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 9:51 pm
דורך ליפא
וואס רעדסטו.. דער וועקער קאסט בלויז 2 דאלער אין בינגאו
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 9:55 pm
דורך קומזיץ
וואס מיינט קוואליטי שוואכער?? זיי האבן די זעלבע גאלדען פלא מילך , די זעלבע אייער , טונא , די זעלבע snacks ,פעפער גאדס, און אלעס איז ביליגער , די פרוכט און גרינצייג איז יא שוואכע סחורה און די סערוויס איז חארא קענסט רעדן צום וואנט דארטן ,און זיי האבן נישט די גרעסטע אויסוואל פון אלעס ווייל מ'קויפט דארט ווי מ'האט א גיטע דיעל
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:10 pm
דורך איסר האטלקי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אפעטייזינג פלאס אוועראל איז לכאורה די ביליגסטע גראסערי אין בארא פארק .
הונדערט פראצענט. אין בינגאו איז אכצן אייער פאר א דאלער? אין עפעטייזינג איז עס אפטמאל צוויי דאזען פאר א דאלער. יאגאורטס פאר 50 צענט (נארמאל 89), קאווע - גרויסע טעסטערס טשויס - 6.99) און אזוי ווייטער...
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:11 pm
דורך קורקלענד
ס'טאקע געווען א תקופה דארט אן גאלדען פלאו מילך. פעיפער גודס איז טאקע נישט פערישעיבל אבער ס'קען זיין פון גאר שוואכע קוואליטעט אדער אפילו געדעמידזשט אזוי אז מען זאל נישט קענען ניצן א האלבע פעקל. אוודאי קען מען דארט טרעפן דא דארט פרישע סחורה אויכעט. סנעקס זענען אפט אלט און עקספייערט. בנוגע סערוויס איז ראזנער נישט הונטערשטעליג פון גאלדבערג'ס.
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:52 pm
דורך קאווע טרינקער
ברעיקינג: בינגאו ברענגט אריין מגילות! צוויי פאר פופציג דאללער!
נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:57 pm
דורך ליפא
ס'נישט המלך מגילות
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:00 am
דורך איסר האטלקי
וויפיל קאסט אויב דארף איך נאר איינס?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 12:13 am
דורך קורקלענד
קאווע טרינקער האט געשריבן:ברעיקינג: בינגאו ברענגט אריין מגילות! צוויי פאר פופציג דאללער!
סקרין פּרינטעד?
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 2:05 pm
דורך קאווע טרינקער
פארשטייסע, יעצט קומען צו לויפן אלע אלטע געגענט קאסטומערס, און ליידיגען אויס די שאפעס פון ברויט, אייער און מילעך....
אנטשולדיגט, זיי מוחל, זעצט אייך אריין אין אייער קאר, און פאר צו קיין ביגאו פאר דיין 18דאזענדיגע ביצים, און לאז איבער די פשוטע 12דאזענדיגע פאר די נעבעכדיגע שכנים וואס צאלן אזוי טייער יעדע וואך.
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 2:18 pm
דורך קלוגע יודל
קאווע טרינקער האט געשריבן: 18דאזענדיגע ביצים, און לאז איבער די פשוטע 12דאזענדיגע פאר די נעבעכדיגע שכנים וואס צאלן אזוי טייער יעדע וואך.
דאזען מיינט 12, עס איז נישטא אזא זאך ווי א 18 דאזענדיגע דאזען...
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:00 pm
דורך אישתישבי
דעת תורה
ווי איז דיין גראסערי, ביסט א תלמוד חכם,כ'וויל דיר שטיצען.