בלאט 5 פון 8

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:26 pm
דורך געוואלדיג
נאר איין קליין פראבלעם מיט דיינע ברענענדיגע ערד, ווייל די אלע פאקטן זענען ריין פראפאגאנדע.

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:30 pm
דורך געוואלדיג
נאר פארט איז די כינוס א פאזעטיווע זאך אויב וועט עס פארמינערן כאטש עטוואס פון דעם שטרייט צווישן די צוויי סאטמארער פארטייען.

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז מ׳וויל פאקטען וואס מ׳קען פון דארט ציען א מסקנא.

א. א גרופע מענטשען אין א"י שפירען באקריוועדעט ווען זיי האבען פארלוירען זייער מאכט און צייטונג.

ב. די מענטשען זענען פלוצלונג געווארען גאס קנאים, א זאך וואס זיי האבען אלע יארען פארדאמט.

ג. די מענטשען פארשטייען גוט וויאזוי צו דרוקען א צייטונג און פארשפרייטען באקוועמער פאקטען און אויפבלאזען וואס איז זיי וויכויג, שכך היא דרכם של פארטיי דזשורנאליסטען.

ד. זיי האבען זיך אנגעטראפען מיט א ציבור אין אמעריקא וואס האלט זיך פאראנטווארטליך אויף יעדער זאך וואס טוט זיך אין א"י, און זיך באנוצט מיט זייערע שוואכקייטען און אגענדעס זיי איינצורעדען זייער צייטונג פאקטען.

ה. פון דעם האבען א נייע שטאב עסקנים געצויגען א חיונה, דורך עפענען ׳הייליגע מוסדות׳ וואס נעמען נאר געלט אין לינקע טאש נישט אין רעכטע טאש, און אזוי מאכט מען דאפעלט פון תמימי לב אין אמעריקא.

ה. תמימות׳דיגע יונגעלייט גלויבען ארטיקלן אין צייטונג, ווען ס׳שטימט מיט זייער פריערדיגע גלויבונגען, אן ערשיינונג וואס רופט זיך אויף ענגליש confirmation bias און אזוי שטייט א מערכה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:40 pm
דורך גאנצל
אדער איז עס ריין פראפעגאנדע און איר זענט גערעכט אדער זענט איר מיסאינפארמירט און די עסקנים זענען גערעכט

פון ווי גייט מען זיך איבערצייגן וואס עס איז טאקע די מציאות ?

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:46 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:אדער איז עס ריין פראפעגאנדע און איר זענט גערעכט אדער זענט איר מיסאינפארמירט און די עסקנים זענען גערעכט

פון ווי גייט מען זיך איבערצייגן וואס עס איז טאקע די מציאות ?

זייער פשוט איך האב דיר איין קשיא וואס איך פרעיג שוין צום דריטן מאל און איך האב נאך נישט קיין תשובה.
וויפיל בחורים פון דיי וואס זענען זיך יא געגאנגען שטעלן צום לשכת הגיוס זיצן אין תפיסה?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:53 pm
דורך גאנצל
זייער ווייניג

אבער פון די אנדערע זייט האבן זייער אסאך נישט באקומען קיין פטור און זיי פלאגן זיך טאקע

און אנדערע האבן גענומען דחוי'ס וואס דערווייל איז עס נאך פארהעלטענסמעסיג

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:53 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז שמעקעדיג איז נישט ריכטיג אינפארמירט און קויפט אפ די הוילע בלאף פראפאגאנדע.

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 12:59 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:זייער ווייניג

אבער פון די אנדערע זייט האבן זייער אסאך נישט באקומען קיין פטור און זיי פלאגן זיך טאקע

און אנדערע האבן גענומען דחוי'ס וואס דערווייל איז עס נאך פארהעלטענסמעסיג

קומט דאך אויס אז די עקסטרימיסטן זיי זענען די גורמים פון רוב ארעסטן און קומען קיין אמעריקע צו שנארן מלבושי ישע געלט.
איך זעי נישט די מצב זאל זיין אזוי שווער עס זאל זיך אויספעילן א כינוס סך הכל דארף מען עפענען א נייע ארגון וואס זאל הייסן אדער רופא כל בשר אדער הבטלה מביא לידי...... וואס זאל צושטעלן דאקטורים און ארבייט פאר די ליידיגייערס און פאר די ישיבה בחורים איז די עצה מען זאל זיך יא שטעלן צום לשכת הגיוס און נעמען א פטור און אויב עס גייט נישט דעמאלט גייט אין ישיבה לערנען וומ א מענטש און נעמט א דחוי והכל על מקומו יבוא בשלום.

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:03 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

דא אין מאנסי האבן מיר אויך א community outreach center עס איז פשוט שתדלנות און עסקנות ווי קומט דא אריין הפגנות כינוסים אפשפארן גאסן און נישט לאזן די בחורים גיין צו לשכת הגיוס און גורם זיין דורך דעים תפיסה פאר בחורים ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גאנצל האט געשריבן:זייער ווייניג

אבער פון די אנדערע זייט האבן זייער אסאך נישט באקומען קיין פטור און זיי פלאגן זיך טאקע

און אנדערע האבן גענומען דחוי'ס וואס דערווייל איז עס נאך פארהעלטענסמעסיג

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

וואס דען זאל ער זאגען? אז ער שימעלט פון ליידיגייען? אז ער פיהרט צען אנדערע צדקה ארגאניזאציעס פון דער זעלבע סעלפאון? אז אינדערזייט איז ער א ראש ישיבה און אן עגזעקיוטיוו אין א גרויסע קאמפאני? ער האט גרויס ארבעט באארבעטען די אמעריקאנער תמימי לב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:05 pm
דורך גאנצל
לגבי די עקסררעמיסטן ביסטו גערעכט

און לגבי די לאנג ראן איז א פראבלעים

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:07 pm
דורך גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:זייער ווייניג

אבער פון די אנדערע זייט האבן זייער אסאך נישט באקומען קיין פטור און זיי פלאגן זיך טאקע

און אנדערע האבן גענומען דחוי'ס וואס דערווייל איז עס נאך פארהעלטענסמעסיג

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

וואס דען זאל ער זאגען? אז ער שימעלט פון ליידיגייען? אז ער פיהרט צען אנדערע צדקה ארגאניזאציעס פון דער זעלבע סעלפאון? אז אינדערזייט איז ער א ראש ישיבה און אן עגזעקיוטיוו אין א גרויסע קאמפאני? ער האט גרויס ארבעט באארבעטען די אמעריקאנער תמימי לב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך האב גערעדט מיט אים פרעזענליך ער זעיט אויס זייער א נארמאלע מענטש זייער א ערליכער ער זעיט ניט אויס א סיקריק.... (אוי ברוך שם........

אבער ווי געזאגט דו מוזט אים נישט גלייבן

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:08 pm
דורך גאנצל
גר ותושב האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

דא אין מאנסי האבן מיר אויך א community outreach center עס איז פשוט שתדלנות און עסקנות ווי קומט דא אריין הפגנות כינוסים אפשפארן גאסן און נישט לאזן די בחורים גיין צו לשכת הגיוס און גורם זיין דורך דעים תפיסה פאר בחורים ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?


כינוסים איז אויף די להבא

אפשפארן גאסן ביסטו 100 % גערעכט

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:08 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:לגבי די עקסררעמיסטן ביסטו גערעכט

און לגבי די לאנג ראן איז א פראבלעים

די איינציגסטע פראבלעים וואס איך זעי פארן "ר"אנג ראן איז די אונטער האקן די פיס פון די חברי הכנסת וואס זיי זענען די איינציגסטע צום פארדאנקן פארן צוריק דרייען די מצב פונעם לפיד צייטן.

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:11 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

דא אין מאנסי האבן מיר אויך א community outreach center עס איז פשוט שתדלנות און עסקנות ווי קומט דא אריין הפגנות כינוסים אפשפארן גאסן און נישט לאזן די בחורים גיין צו לשכת הגיוס און גורם זיין דורך דעים תפיסה פאר בחורים ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?


כינוסים איז אויף די להבא

אפשפארן גאסן ביסטו 100 % גערעכט

ווער האט אייך שווארץ נביאות געזאגט אויף להבא אז מדארף יעצט מאכן די כינוס?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:14 pm
דורך גאנצל
אויף ווען דען זאל מען ווארטן ? אויף לאחר המעשה ?

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:20 pm
דורך גר ותושב
גאנצל האט געשריבן:אויף ווען דען זאל מען ווארטן ? אויף לאחר המעשה ?

וועלכע מעשה ווער רעדט פון א מעשה בכלל?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:21 pm
דורך גאנצל
שווער איבער צו זאגן צוויי מאל איטליכע תגובות ארויפצו האבן מיר עס אויסגעשמועסט

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 1:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קודם כל, אז מ׳האט נישט וואס צו טוהן, טוט מען גארנישט. דערנאך זאל מען קומען מיט א פלאן וואס קען העלפען, און אז נישט זאל מען זאגען תהלים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 3:00 pm
דורך איש את רעהו
גר ותושב האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט


ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?


עס זענען דא רבנים וואס זענען בעלי אחראים דערויף
ס'געפעלט דיר נישט זייער נעמען אחריות, נעם דו פון דיר אראפ דעם אחריות, ואתה את נפשך הצלת.

Re: וואס גייט מען שרייען?

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2017 3:01 pm
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:
גר ותושב האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט


ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?


עס זענען דא רבנים וואס זענען בעלי אחראים דערויף
ס'געפעלט דיר נישט זייער נעמען אחריות, נעם דו פון דיר אראפ דעם אחריות, ואתה את נפשך הצלת.


ישר כח

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 12:19 am
דורך איש את רעהו
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, כאילו די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז דער עולם איז נישט ריכטיג אינפארמירט


רוב עולם אינטערסירט ניטאמאל צו די מדינה וויל יא שמד'ן אדער נישט
אפילו זיי זאלן זיך איבערצייגן טויזענט מאל אז די הסכם פון חב"ד וואס זיי מאכן דערויף גרויס געלט האט מיט די גזירת גיוס, וועלן זיי בלייבן ביי זייער'ס מען דארף האסן קעגן א זאך וואס קומט פין סאטמאר
ווייל די קרעפלעך וואס מ'האט בימי נעוריו געפיטערט האט געלערנט צו האסן דעם ספר ויוא"מ.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אוודאי איז מיליטער א געפערליכע פראבלעם, און ס'איז מעגליך אז זיי פראבירען אריינצושלעפן פרומע אין מיליטער. די מערכה האט גארנישט מיט דעם אבער.
די א.ג. עסקנים שטעלען בכלל נישט פאר קיין פלאן, זיי רעדן נישט פון א מהלך וויאזוי פטור צו ווערן פון די פראבלעם און דאס איז דא נישט די ציהל.

האסט קיין איינמאל פארטוישט א ווארט מיט די עסקנים
און די רעדסט בשמם כאילו זיי האבן קיין מהלך אינעם עסק.

נשלח: דינסטאג מאי 30, 2017 12:27 am
דורך איש את רעהו
רשימה פון בחורים וואס האבן פראבלעמען מיטן מיליטער
דריי סארטן
מסובך - הייסט די וואס עס פעלט די מעמד בן ישיבה וכדומה

מאסר - די וואס זענען אין תפיסה

ל"ע - זענען אזעלעכע וואס זענען אריינגעפאלן אין מיליטער בכפיה
די אלע זענען ערליכע בחורים וואס ווילן בלייבן שומתומ"צ און נישט גיין אין מיליטער
שמות אגודים בצרה סיון תשע%27%27ז חו%27%27ל_Page_1.jpg

שמות אגודים בצרה סיון תשע%27%27ז חו%27%27ל_Page_1 (1).jpg