בלאט 5 פון 65

נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 10:36 pm
דורך איש את רעהו
הדו"ח מצביע על כך שהגדודים המעורבים מתאפיינים במוטיבציה נמוכה הן בקרב הבנים והן בקרב הבנות.
אחת הסיבות המרכזיות שאליהן מפנה המבקר היא כפיה של מפקדים וחיילים לשרת בגדודים מעורבים בניגוד לרצונם.
חוסר רצון זה הוא תמרור אזהרה ביחס לתפקוד הגדודים המעורבים. חיילים אלו יכלו לשרת ביחידות קרביות אך למען ערכי שילוב הנשים הם שולבו ביחידות מעורבות שהוקמו ושתפקודן לקוי

@ליטוואק מען נעמט זיך נישט צוזאם ביים כינוס וועגן די מזרחי אישו'ס מיט מיליטער
אבער אויב וויל מען עס זאל מארגן נישט פארקומען אזעלכע סארט באריכטן ביי ליבאוויטשע און נאך ליטווישע/חסידישע קרייזן, טאר מען נישט זיין שטיל און מעסיג צו די גזירת הגיוס.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 8:38 am
דורך איש את רעהו
די פאליציי וואס זענען אנוועזנד ביי די צאמקומען וועגן גיוס אין אר"י האבן אנגעהויבן מיט א נייע מעטאד, מען ארעסטירט קליינווארג און נשים.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז דא אזא גייסט, א רעליגיע, וואס אגרופם אלהיהם, זייער מהלך החיים איז מיט פויסטען. לכתחילה פיהרט מען אויס יעדער זאך מיט קלעפ.

דער גאנג פון איידעלע מענטשען איז מיט גוטנס, מ'פראבירט משכנע צו זיין, מ'פראבירט צו קומען צום טיש מיט יענעם אז יענער זאל זיך איינרעדן ער האט געוואונען. די זענען אלע מיטלען א. צו האלטן די אייגענע איידעלקייט, און ב. אויסצופיהרען אויפ'ן בעסטן אופן. דער ח"ח פלעגט זאגן 'אז דו גייסט זיך שלאגען מיט איינעם, מאך זיכער אז דו ביסט שטערקער און אז ער איז פרומער'. דעריבער האבן גדולי ישראל געהאלטן זיך דוקא נישט צו רייצן מיט די פרייע, צו טרעפן א וועג אז אונזער שלעכטס זאל נישט אויפגעוועקט ווערן, און אויך אז זיי זאלן נישט אנקוקן תומ"צ ווי זייערע פיינט.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:16 am
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער גאנג פון איידעלע מענטשען איז מיט גוטענס, מ׳פראבירט משכנע צו זיין, מ׳פראבירט צו קומען צום טיש מיט יענעם אז יענער זאל זיך איינרעדען ער האט געוואנען.
דהיינו מען רעדט זיי איין אז מען געט זיי דא דארט אפאר ספרדים און ליבאוויטשע בחורים
און דער איידעלער רעדט זיך איין אז ער האט געוואונען קעגן דעם רשע



אויך אז זיי זאלען נישט אנקוקען תומ"צ ווי זייערע פיינט.
זיי קעמפן קעגן היטן תומ"צ, ווי קען מען זיי איינרעדן אז נישט דאס זענען זיי

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גאנץ רעכט, דאס איז דיין גאנג טאקע. דער חזו"א, ר׳ חיים עוזר ודעימייהו האבען אנדערש געהאלטען.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:25 am
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גאנץ רעכט, דאס איז דיין גאנג טאקע.
דער גאנג איז נישט מיינע, דאס טוען היינט די אידן וועמען די בארעכטיגסט אז זיי טוען גוט וויאזוי זיי האנדלען וועגן מיליטער

דער חזו"א, ר׳ חיים עוזר ודעימייהו האבען אנדערש געהאלטען.
ווי האבן די 2 גדולים דן געווען איבער א נידון ווי רשעים ווילן נעמען דיין און מיין בחור אין זייער מיליטער.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זיי האבען אלץ גערעדט פון זיך נישט רייצען מיט די פרייע. די גאנג איז געווען בדרכי נועם. לגבי בחורים אין מיליטער האט דער חזו"א גערעדט בפרטיות.

קנאות איז א הירוס פון די צלם אלקים, מ'מאכט חיות טרף פון איידעלע בחורים און קינדער. דער ענין אז דער ציל פארהייליגט די מיטלען איז געלערנט געווארען פון די ציונים. וכמאמר העולם, ווען מ'מישט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], שטינקט מען. די וואס זענען באשעפטיגט מיט ציונות א גאנצן טאג, זענען די ערשטע און די מערסטע מושפע צו ווערן.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:52 am
דורך איש את רעהו
מען זעהט טאקע אז ביי די קרייזן ווי די אדמורי"ם/מנהיגים פלעגן עוסק זיין נגד ציונות איז דא די גרעסטע אויסמישונג מיט די פרייע און דינסט אין זייערע אנשטאלטען
ווידער די אנדערע קרייזען זעהט זיך אן כסדר א דראסטישע ירידה,
הלא דבר הוא

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:58 am
דורך איש את רעהו
פון צה"ל ווערט געמאלדן אז א בחור א איינו מתייצב וואס זיי האבן פאר 8 טאג געהאלטן אין ארעסט וועט גרייט זיין צו דינען אין מיליטער אויב וועט ער נישט קענען מסדר זיין די מעמד בן ישיבה.
דער ציוניסטישער פרעסע איז פרייליך אז ענדליך איז געלינגען צו פארכאפן א בחור פון הרב אויערבאך וואס וועט מעגליך ווערן א טייל אין זייער כור ההיתוך.
_______________________________


דאס איז ריכטיג ? ?
איינער פרעגט אויב די חברה ווייסן דערפון, איז אינטערסאנט, כ'בין לעצטנס געוואר געווארן אז אין כנסת המינים איז דא א לייבערי ווי אלע צייטונגען ווערן געברענגט דבר יום ביומו,
און אויך די היימישע צייטונגעון פון ניו יארק, און יא, די חברי כנסת המינים זעהן עס, און עס שמעקט נישט פאר קיינעם צו זעהן א בילד פון טויזענטער היימישע אידן וואס שרייען אויס: רוצחים גזלנים עוכרי ישראל!

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 1:51 pm
דורך איש את רעהו
image.png

בראשור צום בעפארשטייענדן כינוס

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 1:57 pm
דורך איש את רעהו
Hשלןמקד.png





Back ahagy.png





unnamed.png





unnamed (1).png

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 2:46 pm
דורך איש את רעהו
די חלום פין די מחוללי רעיון הציוני
picjpg.jpg

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 4:59 pm
דורך איש את רעהו
000.jpg



00000.jpg



00100.jpg

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 6:18 pm
דורך איש את רעהו
דער בלאט דאהי האט נישט געמאלדן דערווייל די כינוס
די ארץ ישראלדיגער בלאט מעלדט יא

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 8:51 pm
דורך בן ישי
באקימען יעצט:
כ״ק מרן רבינו שליט״א(מהר"א) אין רבני קהלתינו הק׳ האבן זיי גראד געזאגט מיר גייען זיך צושטעלן צו סיי וועלעכע פראטעסט קעגן די ממשלת הכופרים,

אבער מיט די תנאים:

א׳ לכתחילה זאל נישט זיין קיין שום דרשה נאר תפילות ישראל ברוב עם

ב׳ אויב מוויל דווקא דרשות מיז עס זיין היימישע סאטמארע בעלי דרשנים נישט קיין חילוק צו זאליס אדער אנ״ש אבי עס זאל נישט פאלן ווערטער וואס איז קעגן אונזער הייליגע שיטה

ג׳ יעדע דרשה זאל ווערן אריינגעגעבן מזאל קענען מגיע זיין פריער אויב עס איז פאסיג אונזערע הייליגע תלמידים וחסידים זאלן עס הערן

ד׳ עס טאר נישט זיין קיין דרשה אין ענגליש

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 8:57 pm
דורך גאנצל
ב' פארשטיי איך ניט

זאליס זענען שוין לאנג אינגאנצן לינק און גייען מיט די שטראם ווי אזוי די ווינט פארט זיי קענען נאך רעדן ריין ציונות

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:02 pm
דורך גאנצל
לע"ע געקענסעלט

די ליטאים זענען בייז אויף הרב יצחק שטערן דער וואס האט נישט צייט צו געבן עטענשאן

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ליטאים האבען געקענסעלט? וואס וועט זיין מיט שראגי קאטלער?

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:10 pm
דורך איש את רעהו
גאנצל האט געשריבן:לע"ע געקענסעלט

די ליטאים זענען בייז אויף הרב יצחק שטערן דער וואס האט נישט צייט צו געבן עטענשאן

כהאדיר שוין לאנג נישט געזען אין אזא פריידיגע מאמענט

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:11 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ליטאים האבען געקענסעלט? וואס וועט זיין מיט שראגי קאטלער?

שרגי וועט ווייטער טון פאר לעיקוואד, ער בויעט הערליכע היכלים.

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:14 pm
דורך איש את רעהו
@ליטוואק אייערע גדולים טענה'ן אז רבי יעקב האראוויץ איז די מאן אויף וועם די גאנצער ארענדזשמענט פינעם אסיפה זאל ליגן.

די בלעטער מארגן וועלן באריכטן מער דעטאלען

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 9:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער זענען מיינע גדולים? איך זוך זיי נאך

נשלח: מאנטאג מאי 29, 2017 11:27 pm
דורך איש את רעהו