בלאט 5 פון 8
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:18 pm
דורך גאנצל
אקעי איך האב נישט געמיינט מעסערס פשוטו כמשמעו.........
איך האב געמיינט נישט דאס וואס ישראל האט געהאט די פארגעשריטנקייט איז נאך נישט געווען
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:31 pm
דורך גר ותושב
גאלד האט געשריבן:עפען א גמרא שבת כ"א:
מאי חנוכה דתנו רבנן בכ"ה בכסליו יומי דחנוכה תמניא אינון דלא למספד בהון ודלא להתענות בהון שכשנכנסו יוונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל וכשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום בדקו ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול ולא היה בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה
ביי על הניסים זאגט מען דאס נישט און מיט דעם אלעם דאנקט מען די באשעפער על הניסים וועלכע ניסים ווערן דארט דערמאנט?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:32 pm
דורך I'm back
איך פרוביר צו פארשטיין.
עטליכע יאר צוריק, ביי די ''מבצע עמוד ענן'' האט מען נישט געקענט בייקומען די אראבער וואס האבן ניטאמאל קיין עיר פארס אדער אנדערע תכסיסי מלחמה, אבער 50 יאר צוריק, ווען ס'איז נאכנישט געווען דער טעכנאלאגיע וואס זיי האבן היינט, און זיי האבן זיך געשלאגן מיט עטליכע לענדער, וואס האבן פארמאגט עראפלאנען, טאנקען, וכו', דאס איז א פשוט'ע זאך אז זיי האבן געוואונען...?
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:06 am
דורך שלי שלך
אלס א זייטיגע צוקוקער וואלט איך געוואלט מגיב זיין.
אנהייב שמועס האט אויסגעקוקט ווי @סמבטיון וחביריו זענען גערעכט, ארויסברענגענדיג שטארקע נקידות צו זייער זייט. איז אבער אנגעקומען @גאלד און שטארק צירוק געענטפערט, איבערנעמענדיג די אויבערהאנט. הרב גאלד טענה'ט אז ניסים מיינט משנה געווען מעשה בראשית, און דאס איז נישט געווען דא. יעצט, צו זאגן אז דא איז געווען א גרויסע ישועה? קען זיין, אבער דאס פרעגט נישט אפ סאטמארע רב'ס שיטה אז די אויבערשטער מאכט נישט 'ניסים' פאר רשעים דאס מיינט אז ער איז נישט משנה מעשה בראשית פאר זיי, רחמים וחסדים גדולים וישועות נפלאות? דאס יא, אין אויף דעם ארויף האט קיינער געענטפערט צום זאך.
@קפה נמס'ס קשיא איז שלא מן הענין.
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:09 am
דורך סמבטיון
כבוד הרב שלי שלך, זייט ווען מיינט ניסים משנה זיין סדרי בראשית? וואס טייטש די ווערטער ועל נסיך שבכל יום ויום וואס מיר זאגן ביים דאווענען? און קענסט מיר אפשר מסביר זיין די דעפענישן פון ישועות נפלאות? סא ישועות נפלאות יא און ניסים נישט? וויאזוי ארבעט עס?
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:22 am
דורך איש את רעהו
אין שו"ע איז דא א דעפינישען פאר די אלע זאכן.
א קריג וואס די CIA שאצט פאר די ישראלים א נצחון איז קיינע נסים...
און דאנקן די רשעים, וואס אין קיין איין ארט אין די וועלט האט זיך נישט אזויפיל אידיש בלוט געגאסן די לעצטע זעכציג יאר ווי ביי זיי, דארף מען זיין א שטאקיגער קוה זיי צו אפלאדירן.
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:24 am
דורך סמבטיון
פליז גיי צוריק שלאפן. אדעווייל פירט מען דא א נארמאלע דיבאטע, אז דו קענסט נישט פארנעמען די היץ גיי ארויס פון קאך.
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:26 am
דורך איסר האטלקי
אז מען רעדט שוין פון פארנעמען היץ, איז דא צווייטער וואס געווענליך פארנעמט ער כמעט נישט קיין היץ...
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:29 am
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:אין שו"ע איז דא א דעפינישען פאר די אלע זאכן.
א קריג וואס די CIA שאצט פאר די ישראלים א נצחון איז קיינע נסים...
און דאנקן די רשעים, וואס אין קיין איין ארט אין די וועלט האט זיך נישט אזויפיל אידיש בלוט געגאסן די לעצטע זעכציג יאר ווי ביי זיי, דארף מען זיין א שטאקיגער קוה זיי צו אפלאדירן.
איך האב דיר שוין גענטפערט אז פון די אפשאצונג פון די CIA ביז די תוצאה פונעם קריג איז כרחוק מזרח ממערב אבער מאיזה סיבה שהוא לויפסטו נאך דיין וויידל מיט צוגעמאכטע אויגן אז די CIA און די CIA און נאכאמאל די CIA קום שוין אויף מיט א נייע סברה די CIA סברה איז נישט וואליד ביז די ווייסט מיר אויף פארקערט.
viewtopic.php?p=375972#p375972
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:35 am
דורך דער גאלדענער אדלער
איש את רעהו האט געשריבן:אין שו"ע איז דא א דעפינישען פאר די אלע זאכן.
א קריג וואס די CIA שאצט פאר די ישראלים א נצחון איז קיינע נסים...
און דאנקן די רשעים, וואס אין קיין איין ארט אין די וועלט האט זיך נישט אזויפיל אידיש בלוט געגאסן די לעצטע זעכציג יאר ווי ביי זיי, דארף מען זיין א שטאקיגער קוה זיי צו אפלאדירן.
@איש... די אידן האבן א ספעציעלע הנהגה ניסית וואס ווערט בכלל נישט געמאסטן לויט ווי די CIA שאצט עס אפ, האסט שוין געזעהן דעם פסוק פון "הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב".
און דאס וואס דו טענהסט אז "אין 60 יאר האט זיך אין קיין שום לאנד נישט פארגאסן אזויפיל אידיש בלוט און לכבוד דעם דאנקן די רשעים" איז קודם כל קיינער דאנקט נישט די רשעים, מ'דאנקט גאט, והשנית, עפען אויף א נ"ך און קוק אריין וויפיל אידיש בלוט ס'האט זיך געגאסן דעמאלטס אין 60 יאר, אין סיי וועלעכע 60 יאר, און ס'קיינעם נישט בייגעפאלן צו זאגן אז ס'נישט געווען קיין ניסים,
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 12:46 am
דורך שלי שלך
הרב @סבטיון איר זענט גערעכט ס'איז א שטארקע נקודה אין מיינע אויגן אויפ'ן מינוט, אבער איר פארשטייט אויך אז ס'איז דא א ריזיגע נפק"מ צווישן א זאך וואס ס'קען רואיג געשען בדרך הטבע וואס דאס רופן מיר א ישועה, און א זאך וואס ס'איז חוץ לדרך הטבע וואס מיר רופן א נס, און די מלחמות ששת הימים גייט עכ"פ אין מיינע אויגן אריין אין די ערשטע קאטאגאריע. אבער נאכאמאל, די נקודה פון מודים איז שטארק, און על הניסים דארף אויך א תירוץ.
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:00 am
דורך איש את רעהו
גר ותושב האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:אין שו"ע איז דא א דעפינישען פאר די אלע זאכן.
א קריג וואס די CIA שאצט פאר די ישראלים א נצחון איז קיינע נסים...
און דאנקן די רשעים, וואס אין קיין איין ארט אין די וועלט האט זיך נישט אזויפיל אידיש בלוט געגאסן די לעצטע זעכציג יאר ווי ביי זיי, דארף מען זיין א שטאקיגער קוה זיי צו אפלאדירן.
איך האב דיר שוין גענטפערט אז פון די אפשאצונג פון די CIA ביז די תוצאה פונעם קריג איז כרחוק מזרח ממערב
ענטפער צום פוינט
די cia קען פאראויסשאצען נסים ? יא אדער ניין
אלע גרעבעס און העיליגע האבן יא אזוי געשאצט אז דאס איז נגד הטבע ווי יציאת מצרים וכו', עס שטעלט זיך ארויס אלץ לאקשן און קארטאפעל די הבלים וואס מען האט געפיטערט.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:05 am
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:גר ותושב האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:אין שו"ע איז דא א דעפינישען פאר די אלע זאכן.
א קריג וואס די CIA שאצט פאר די ישראלים א נצחון איז קיינע נסים...
און דאנקן די רשעים, וואס אין קיין איין ארט אין די וועלט האט זיך נישט אזויפיל אידיש בלוט געגאסן די לעצטע זעכציג יאר ווי ביי זיי, דארף מען זיין א שטאקיגער קוה זיי צו אפלאדירן.
איך האב דיר שוין גענטפערט אז פון די אפשאצונג פון די CIA ביז די תוצאה פונעם קריג איז כרחוק מזרח ממערב
ענטפער צום פוינט
די cia קען פאראויסשאצען נסים ? יא אדער ניין
אלע גרעבעס און העיליגע האבן יא אזוי געשאצט אז דאס איז נגד הטבע ווי יציאת מצרים וכו', עס שטעלט זיך ארויס אלץ לאקשן און קארטאפעל די הבלים וואס מען האט געפיטערט.
איר זענט אפשר בלינד אויפן אויג אדער אויפן שכל? איך האב אייך געוויזן אז די די מלחמה איז געלונגען און א דריטל צייט ווי די CIA האט אפגעשאצט און ווי שמעון וואלף האט אנגעויזן איז געוועין נאר א קליינע פערצענט פון געהארגעטע לעומת די CIA אפשאצונג ועוד די CIA אפשאצונג איז נאר געוועין אז ישראל וועט געוואונען אקעיגן די מצרים אבער זיי האבן זיך נישט געראכטן אז זיי גייען איין נעמען ירדן און סוריא אויך אבער די ביסט עפעס בלינד געווארן און די קוקסט נישט וואס אנדערע שרייבן אדער וואלסטו זיך געוואונטשען צו זיין בלינד כדי נישט צו זעין אבי נישט צו דארפן אנטפערן צום זאך.
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:11 am
דורך איש את רעהו
הער איבער אלע לאזונגען ווי נסים יציאת מצרים, קריעת ים סוף, עס איז ממש נגד הטבע אז די ישראלים זענען נישט ארויס טויטע... וכו' דאס אלעס איז געווען פארקויפטע לאקשן ו'קארטאפעל.
די ישראלים זענען אריין מיט א ערנסטער פלאן טבעיות'דיג צו מנצח זיין.
משה דיין האט נישט גערעכנט אז ער גייט פירן די עראפלאנען מיט מלאך מיכאל און די גערע קדושים, ער האט גערעכנט טבעיות'דיגע נצחון חשבונות, העכסטענס האט ער מער ערייכט
אבער יציאת מצרים? קריעת ים סוף? שנייד די קרעפליך
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:14 am
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:הער איבער אלע לאזונגען ווי נסים יציאת מצרים, קריעת ים סוף, עס איז ממש נגד הטבע אז די ישראלים זענען נישט ארויס טויטע... וכו' דאס אלעס איז געווען פארקויפטע לאקשן ו'קארטאפעל.
די ישראלים זענען אריין מיט א ערנסטער פלאן טבעיות'דיג צו מנצח זיין.
משה דיין האט נישט גערעכנט אז ער גייט פירן די עראפלאנען מיט מלאך מיכאל און די גערע קדושים, ער האט גערעכנט טבעיות'דיגע נצחון חשבונות, העכסטענס האט ער מער ערייכט
אבער יציאת מצרים? קריעת ים סוף? שנייד די קרעפליך
http://www.sixdaywar.co.uk/ליינט אביסל היסטאריע וועט איר אפשר אביסל קליגער ווערן. הצלחה און א גוטע נאכט
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:20 am
דורך דער גאלדענער אדלער
איש את רעהו האט געשריבן:הער איבער אלע לאזונגען ווי נסים יציאת מצרים, קריעת ים סוף, עס איז ממש נגד הטבע אז די ישראלים זענען נישט ארויס טויטע... וכו' דאס אלעס איז געווען פארקויפטע לאקשן ו'קארטאפעל.
די ישראלים זענען אריין מיט א ערנסטער פלאן טבעיות'דיג צו מנצח זיין.
משה דיין האט נישט גערעכנט אז ער גייט פירן די עראפלאנען מיט מלאך מיכאל און די גערע קדושים, ער האט גערעכנט טבעיות'דיגע נצחון חשבונות, העכסטענס האט ער מער ערייכט
אבער יציאת מצרים? קריעת ים סוף? שנייד די קרעפליך
ניסים מאכט גאט, נישט משה דיין, יא די ישראלים זענען אריין מיט אן ערענסטע פלאן, און מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף ניסים, און ס'נישט קיין גרויסע נפק"מ צו משה דיין האט יענעם טאג געזאגט די תפילה פון רבי ר' אלימלך צו נישט, דעטס נא דע פאינט היר יעדער ווייסט אז משה דיין איז נישט געגאנגן יענעם טאג אין מקוה, און מקען אריינגיין מיט א פלאן צו געווינען און נאך אלץ פארלירן אדער אפילו געווינען און ס'זאל נאך אלץ זיין ניסים
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:41 am
דורך ליפא
I'm back האט געשריבן:איך פרוביר צו פארשטיין.
עטליכע יאר צוריק, ביי די ''מבצע עמוד ענן'' האט מען נישט געקענט בייקומען די אראבער וואס האבן ניטאמאל קיין עיר פארס אדער אנדערע תכסיסי מלחמה, אבער 50 יאר צוריק, ווען ס'איז נאכנישט געווען דער טעכנאלאגיע וואס זיי האבן היינט, און זיי האבן זיך געשלאגן מיט עטליכע לענדער, וואס האבן פארמאגט עראפלאנען, טאנקען, וכו', דאס איז א פשוט'ע זאך אז זיי האבן געוואונען...?
סתם שטותים. געווינען קעגן טעראריסטן קען קוים אמעריקע, דאס האט נישט מיט שטארק ווס שוואך. חיזבאלא און כאמאס זענען נישט קיין לענדער, וואלטן זיי געווען געהעריגע לענדער מיט טאנקען און עראפלאנען וואס האלטן זיך צו די אינטערנאציענאלע מלחמה געזעצן וואלט מדנ''י זיי געווינען אונטער א שעה.
Re: MAY 26 1967 זאגט די CIA פון פאראויס גרויסע נביאות .....
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 1:48 am
דורך קל וחומר
לו יהא כדברי החכם (מקום שאין-) איש, ברויך מען פארשטיין אויב דאס עצם באקומען די מדינה א קנאפע דריי יאר נאכן גרעסטע חורבן פון אידנטום מאז הייתה לגוי, ווען רוסלאנד האט ארויסגעבעקט פונעם הסכם באלד נאכן קלאוזינג, און זיי האבן זיך דערווארבן צו א לאנד וואס די CIA זאגט פאר געווינסן קעגן אלע זייערע קעגנער, א לאנד וואס גיבט ארויס די מערסטע קאלעדש דעגרי'ס פראצענטואל פונעם גאנצן וועלט, א לאנד וואס ברענגט די מאדערענסטע טעכנאלאגיע פארן וועלט, א לאנד וואס איז ארומגענומען מיט שנאה און האס פון איבעראל, פון די באלד צוויי ביליאן מוסלעמענער ביז די אלע יורעפעישע ליבעראלן, און גייט אן מיט א פעסטקייט און שלאגט אפ אירע שטרויכלונגען. א לאנד וואס פונקציאנירט על אף די אלע בענס וואס לענדער האבן געמאכט אויף איר. א לאנד וואס די גרעסטע וועלטס מאכטן האבן דרך ארץ און יראת העונש פאר איר. וכו' וכו' אלעס אנגעהויבן דורך אפאר שמויגערס וואס האבן געחלומט הויעך.
היש לך נס גדול מזה??
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 2:45 am
דורך diff
גאלד האט געשריבן:מיר לייקענען נישט אז קאסטנער מיט אייכמאן האבן ערלעדיגט דעם טראנספארט, מיר דאנקען ביידע די זעלבע.
איר זענט געבוירען ביי מענשען? יעצט פארשטיי איך שון אלעס
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 2:52 am
דורך diff
איש את רעהו האט געשריבן:אין שו"ע איז דא א דעפינישען פאר די אלע זאכן.
א קריג וואס די CIA שאצט פאר די ישראלים א נצחון איז קיינע נסים...
און דאנקן די רשעים, וואס אין קיין איין ארט אין די וועלט האט זיך נישט אזויפיל אידיש בלוט געגאסן די לעצטע זעכציג יאר ווי ביי זיי, דארף מען זיין א שטאקיגער קוה זיי צו אפלאדירן.
ווער האט ארויסגעראטעוועט קיין א"י דעי אידיש בלוט
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 9:30 am
דורך מאטי
דער אייבישטער האט געמאכט א נס פאר סאטמר אז די 6 טאג מלחמה זאל נישט זיין קיין נס.
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 11:01 am
דורך גאלד
נאכאמאל לאמיר מאכן א ס"ה
1. אלע גענעראלן, אלע שפיאנאזש אגענטורן, אלע יודע דבר, מכל הצדדים, סיי פון אמעריקע סיי פון די ציונים האבן פה אחד פארגעזאגט א גרינגע זיג פאר די ציונים.
2. אויף דעם זענען דא קלארע דאקומענטן און לעבעדיגע עדות'שאפט. קיינער האט דאס נאך נישט באוויזן צו אפשלאגן. קיינער.
3. די בליץ קריג אטאקע פון די ציונים קעגן די עגיפטישע לופט קרעפטן, יענעם ערשטן אינדערפרי פון מלחמת ששת הימים, (אין שפעטער קעגן סיריע און ירדן), איז ערייכט געווארן דורך גשמיות'דיגע באמבעס
4. די איינציגע וועג וויזוי עגיפטן וואלט געקענט בייקומען אזא סארט אטאקע איז נאר דורך א נס גלוי פון אללאה בכבודו ובעצמו.
5. דער מלחמה איז געווען פארטיג נישט נאך 6 טאג נאר נאך 6 מינוט, ווען די האסט די גענצליכע שליטה אויף די לופטן איז דער שונא קאפוט.
6. לפי הנ"ל, נישט נאר קיין נסים איז נישט געווען נאר קיין ישועה אויך נישט, ווייל די גאנצע פראפאגאנדע אז איזראעל איז געווען אויפן שוועל פון כליון איז געווען א גרויסע באלאן פיל מיט הייסע לופט.
7. די מלחמה איז לגמרי נישט געווען צו מציל זיין כלל ישראל פון כליון, לא מינהו ולא מקצתו, ס'איז געווען די רייץ צו אויסניצן א גרינגע אפארטוניטי צו באווייזן גבורות הציונים, און דעראבערן לאנד, אלעס אויפן חשבון פון נפשות ישראל.
8. די אלע אידישע קינדער וואס האבן איבערגעלעבט די מלחמה, ברוב חסדי המקום, האבן נישט איבער געלעבט די אראבער נאר די ציונים, זיי האבן אריינגעלייגט תושבי הארץ אין דעם פעקל.
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 11:52 am
דורך diff
גאלד האט געשריבן: זיי האבן אריינגעלייגט תושבי הארץ אין דעם פעקל.
וואסא פעקל?
טאקע נישט צו פארשטיין די אראבער און רוסן. און אשכול'ס טשיקענען
כוחותינו#