בלאט 5 פון 5
Re: היסטארישע קליפס
נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:10 pm
דורך דעת תורה
אינטערעסאנט אפאר זאכן. וויאזוי קען טאקע זיין אז ס'איז דא קאלארד בילדער פון אזוי פרי ווי 1900? אויך זעט מען א שיין ביסל אויטאמאבילן (חוץ די באן און די טראמוויי) וואס איז א חידוש פאר אזוי פרי, לעומת זה איז אינטערעסאנט אז דער קעניג / וויכטיגער פערזאן פארט נאך אין א קארעטע. מסתמא ווילאנג ס'איז נישט געווען קיין לימוזינען זענען זיי געבליבן ענדערש אין די רייכע קארעטע געשפאנט צו די ריטערישע פערד.
נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:18 pm
דורך ליפא
מ'האט עס קאלירט. די ארגינלע איז געווען א שווארץ ווייסע ווידיא
Re: היסטארישע קליפס
נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 11:21 pm
דורך דעת תורה
וויאזוי ווייסט מען וואס די אריגינעלע קאלירן זענען געווען? איך רעד פון פריוואטע מענטשן'ס האר און קליידונג
Re: היסטארישע קליפס
נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:27 am
דורך ירא שמים
קוק אין די דע דעסקריפציע, סאיז נישט אלס פון 1990
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 4:59 pm
דורך ונבנתה העיר
צפת - מירון ל"ג בעומר תרצ"ה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rQnTodvonmk[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג מאי 26, 2016 9:40 pm
דורך איך אויך
דאס איז דער באקאנטער תהלוכה פון משפחת עבו ווי מען גייט צופיס מיט די ספר תורה פון צפת קיין מירון. עס גייט אן עד היום און עס וואלט זיך מיר געגליסט אמאל אטייל צו נעמען דערין.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 6:33 pm
דורך ונבנתה העיר
די איינציגסטע וידיאו פון מארק טוועין - 1909.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mqaSOw1WhjI[/youtube]
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 4:56 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:פרעזידענט לינקאלנ'ס זוהן
'ראבערט' ווערט געזעהן ביי 5:30 [מיט די בארד].
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DVUbzOk8mCc[/youtube]
ונבנתה העיר: ייש"כ. העכסט אינטרעסאנט און זייער באלערנד. ס'וואלט געווען כדאי אז מ'זאלל אין די חדרים און ישיבות לערנען א ביסל איבער די היסטאריע פון די אמאליגע אמעריקאנער פרעזדענטן און זייערע משפחות. ס'דא א סאך וואס צו לערנען פון די אמאליגע חסידי אומות העולם...!
Re: היסטארישע קליפס
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 7:36 am
דורך טאמבל סאס
ליאו טולסטוי
https://youtu.be/oxHr1ku9DGISent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:18 pm
דורך ונבנתה העיר
berlbalaguleh האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:פרעזידענט לינקאלנ'ס זוהן
'ראבערט' ווערט געזעהן ביי 5:30 [מיט די בארד].
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DVUbzOk8mCc[/youtube]
ונבנתה העיר: ייש"כ. העכסט אינטרעסאנט און זייער באלערנד. ס'וואלט געווען כדאי אז מ'זאלל אין די חדרים און ישיבות לערנען א ביסל איבער די היסטאריע פון די אמאליגע אמעריקאנער פרעזדענטן און זייערע משפחות. ס'דא א סאך וואס צו לערנען פון די אמאליגע חסידי אומות העולם...!
בערל, דו קענסט אנהייבן
דא...
Re: היסטארישע קליפס
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 8:15 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 5:45 am
דורך הוגה
איי די אמאליגע שטריימלעך! ווען מען קען זיי ווען צוריקברענגן היינט...
אגב, צום באמערקן, אז כמעט קיינער אין וויליאמסבורג פון תשל"א, די הייליגע וויליאמסבורג פון די רבי ז"ל, האלט נישט איין די מצות עשה מדאורייתא פון גיין מיט קליידער פיר אינטשעס לענגער ווי די קניען.
נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 9:27 am
דורך חכימא
הוגה האט געשריבן:איי די אמאליגע שטריימלעך! ווען מען קען זיי ווען צוריקברענגן היינט...
פונקט היינט זאגט מיר א באבוב'ער אינגערמאן, אז די באבוב'ער רב שליט"א האט לעצטנס מקדש געווען א מערכה געגן די היינטיגע שטריימלען, און ער פאדערט פון זיינע חסידים צו קויפן נידריגע שטריימלען, ווי אויך זאל דאס קאפל זיין העכער ווי דער שטריימל זעלבסט. אין אנדערע ווערטער: גענצליך עלימינירן די קרוינען...
הוגה, יש תקוה...
Re: היסטארישע קליפס
נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז, דוכט זיך, בבית ר׳ יוסף יצחק ראטטענבערג אין אנטווערפען. ער איז געווען א זוהן פונ׳ם ארטיגען רב הרב מרדכי ראטטענבערג הי"ד. דער קוכען איז לכבוד דער געבורטסטאג פון בנו דניאל רט"ב, היינט פון לעיקוואוד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:39 am
דורך וואלווי
חכימא האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:איי די אמאליגע שטריימלעך! ווען מען קען זיי ווען צוריקברענגן היינט...
פונקט היינט זאגט מיר א באבוב'ער אינגערמאן,
אז די באבוב'ער רב שליט"א האט לעצטנס מקדש געווען א מערכה געגן די היינטיגע שטריימלען, און ער פאדערט פון זיינע חסידים צו קויפן נידריגע שטריימלען, ווי אויך זאל דאס קאפל זיין העכער ווי דער שטריימל זעלבסט. אין אנדערע ווערטער: גענצליך עלימינירן די קרוינען...
הוגה, יש תקוה...
אויב ס'איז אמת פארלאנגט זיך נישט קיין גרויסע מערכה ס'נאר גענוג אז ער אליינס זאל אריין וואקען צו הודו קומענדיגען ערב שבת מיט א נידיריגען שטריימעל. לאמיר זעהן.
פארדעם קענסטו נאכנישט זינגען יש תקוה...
נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2017 10:49 am
דורך ליפא
גראדע האט ער נישט א הויעכע שטריימל
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 11:16 pm
דורך ונבנתה העיר
אנביליוועבעל. פרייסלעס. צענדליגע קליפס פון דאס אידיש לעבן איבער אייראפע, פאר די צווייטע וועלט קריג.
גאט, נאדיר!
א קדיש האסטו געוואלט,
האסטו!
מיט דין מאכסטו חרוב,
באש אתה עתיד,
צאל ווי א חסיד.
א קראקעווער עוף אין זעקל,
טוויט, כ'בין אין פעקל,
די אידענע ווארפט מיר אין יורה,
מאכט מיר אן עולה.
כ'קום באלד צוריק,
זאגט גאט,
דערווייל וועט זי בראטן אין א דייטשע רעסעפיע,
כ'מאך נישט כליל,
כהנים מתחלקים בעורות,
אחלק שלל,
בעלים מטפלים בנבילה.
נישט געזארגט,
כ'האב מיר א קדיש'ל אין ניו יארק,
דער ראביי לערנט אים שוין די עברי,
א כפרה דער קעשקעטל,
א קעפ פארדעקט פיין דאס קעפל.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=kNobaSEckHQ[/youtube]
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 2:56 am
דורך הדסים
איך האב אייביג געוואוסט אז די דזענדער צוטיילונג ווערט שטערקער און שטערקער אין אונזער קאמיונעטי, איך האב אבער נישט געכאפט אז עס איז געגאנגען אזוי שנעל.
אויב אזוי האט עס אויסגעזען הארט פארן מלחמה, וויאזוי זענען מיר געווארן אזוי דראסטיש הייליג און אזא קורצע צייט?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2019 12:36 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'האב טאקע עקסטער באוואונדערט די סצענעס פון 16:00 צו 17:00, אבער דער בעל דין קען זיך אודאי אייביג ארומ'מיללער'ן.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 3:03 pm
דורך ונבנתה העיר
יא... ווען ער רעדט פון די 60ס, מיינט ער די 1860ס...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uHDfC-z9YaE[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2020 3:30 pm
דורך ונבנתה העיר
דער לב שמחה, פני מנחם און בית ישראל רעדן - תשכ"ג.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=1FBxwn23Dgc[/youtube]