בלאט 5 פון 8

ענטפער צו שמעקעדיג

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:57 pm
דורך berlbalaguleh
כאן זה לא הי' הבחורה שביקשה את התמונה רק הבחור.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:11 pm
דורך ונבנתה העיר
נו, פארדעם שרייבט ער 'בחירה', נישט 'בחורה'.

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:33 am
דורך berlbalaguleh
איך בין עס האט געשריבן:עס איז נישט דא א ברייער אין דשעפערסן

זיכער. ער האט געמואווט. קוק נאך אין אלטן סקווערער פאון בוק וועסטו איהם געפונען.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 9:43 am
דורך שמעקעדיג
א אינטרעסאנטע נקודה האט מיר איינער לעצטנס אויפמערקזאם געמאכט.

רוב מענטשן לעבן זיך זייער לעבן רואיג און זארגלאז, ד.ה. יעדער פון דיינע נאנטע האט זיך זיינע אייגענע דאגות, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואו דו דאווענסט יעדן טאג, צי דו האסט בכלל א שיעור און אין וועלכן ביהמ"ד דאס איז, מיט ווען דו דרייסט זיך, וואספארא סארט קינדער דו האסט, און פון וועלכע שטוב דו אדער דיין ווייב שטאמסט, און נאך פארשידענע פרטים ופרטי פרטים. יעדער האט זיך די אייגענע פראבלעמען און קוקט נישט אריין צופיל ביי יענעם (דאס איז א חוץ די פאר ליידיגגייער ועלכע זענען פארנומען זוכן פירצות איבעראל, אבער נישט איבער זיי איז דער שמועס דא).

ווען עס קומט אבער די צייט צו טאן שידוכים, טוישט זיך דער מצב. אויף דעם אופן ווי אזוי אונז היימישע חסידים טוען שידוכים, ווערט דער צוקונפטיגער מחותן לשיחה בפי הבריות, אויסגעטאן גענצליך נאקעט, צווישן די אלע אנגעטראגענע און שדכנים איבעראל, שמועסט מען אויס דעם מענטש, זיין היסטארי, זיינע עלטערן, מעלות און חסרונות, זיינע קינדער גוטע און נישט אזעלכע גוטע, (און אויב שייך, די פריערדיגע מחותנים), פונקטליך זיין סדר היום, וואו ער ארבעט, דאווענט, וועלכע מוסדות שיקט ער די קינדער און פארוואס, אלעס קומט ארויף אויפן אויבערפלאך....

דאס איז א זאך וואס פאסירט בעיקר נאר ביים היימישן עולם, און אפשר אויך אביסל ביי די ליטוואקעס. (דער חפץ חיים מיט זיין ספר לשון הרע אויך אין שידוכים איז דאך געוען א ליוטוישער גדול, נישט אזוי?) און הגם מען קען עס פארשטיין,יעדער וויל דאך דאס בעסטע פאר זיין קינד און וויל וויסן אין וועלכע משפחה ער/זי גייט אריין, איז עס פונדעסטוועגן זייער אומבא'טעמ'ט.

והחכם עיניו בראשו, איר זאלט וויסן, אז אויסערן אפגעבן דין וחשבון אויף יענע וועלט, וועט מען אייך דורכזיפן בי"ג נפה ביים טון שידוכים מיט די קינדער, און אלע לשון הרע'ס וועט ארויסקומען אפן און בולט פארן גאנצן ציבור... אלזא, פירט אייך אויף ווי א מענטש און ווי א איד.

נקודה למחשבה!

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:24 am
דורך אבי גערעדט
דער איד די וואך האט א לענגערע שמועס מיט עטליכע שדכנים איבער דעם מצב השידוכים ביים היימישן ציבור

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:28 am
דורך אבי גערעדט
אין קרית יואל טיילט מען געלט

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:25 pm
דורך שמעקעדיג
א דאנק,
איך האב אריינגעסקענט א חלק פון דעם באלערנדן שמועס פון "דער איד" (ואתכם הסליחה אז איין בילד איז געלונגען אביסל אומקלאר)

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 12:29 am
דורך עסן עסט'זיך
ווער האט געשריבין די דאזיגע ארטיקעל זעהט אויס גאנץ גוט?

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 12:56 am
דורך זר זהב
אינעם ''איד'' ווערט שוין אויך קריטיקירט אונזער שידוכים סיסטעם.. אויף זייט 168 חלק א'. אפשר וועלן זיך יעצט זאכן רוקן צום פארבעסערונג?

IMG_0298 (2).jpg

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 6:44 pm
דורך שמעקעדיג
רבותי, טייערע ידידים.

ווי מען האט שוין ערווענט אין א אנדערע אשכול, וועט מען נישט געהאלפן ווערן פון קלאגן און קריטיקירן. מען דארף טוהן הלכה למעשה. איך וויל פארשלאגן עטליכע נקודות וואס דאס זאל זיין חלק א' פון די רעגולאציעס מהיום והלאה (היות אפאר קאווע שטיבל פירן דאך ממילא גאנץ וומסב"ג), און איך וויל בעטן יעדער זאל צולייגן, אזוי אז עס זאל זיין - ווי ווייט מעגליך - פארהאלטניסמעסיג א דבר השלם בעז"ה.

דערווייל זעה איך נישט קיין עצה אויפן פראבלעם אז דער חתן ווייסט נישט די סיבות פארוואס ער נעמט א כלה, מען קען דאך אים נישט גיין מסביר זיין. אויך איז א פראבלעם (בעיקר ביים צד החתן) דער חלק אז ער איז נישט מגלה סודות פון חדר ביי וואס ער האלט באמת, ער שטעלט אן א שיין פנים אבער טיף אין הארצן איז ער בכלל נישט דערביי, עס איז אחד בפה ואחד בלב. אפשר קען איינער טרעפן דערויף א עצה, איז אודאי גוט.

איז אזוי. ערשטנס, טאר מען נישט קומען מיט די משפחה אנגעטון שבת'דיג, כאילו דער שידוך גייט פאסירן און איז שוין א פאקט. אסאך קלוגע אידן זענען זיך נוהג אז מען אקצעפטירט נישט קיין ענטפער פון חתן וכלה אינעם זעלבן טאג פונעם בעשוי. לכה"פ איין נאכט זאלן זיי זיך איבערשלאפן און מחליט זיין - אן קיין שום פרעשור - צי זיי שפירן טאקע באמת אז די זאך איז פאסיג פאר זיי.

צווייטענס, דארף מען זאגן פאר די חתן/כלה עטליכע נקודות וואס אויסצושמועסן ביים באשוי. אני הקטן, מיר האט מען גארנישט געזאגט, מען האט מיר געלאזט רעדן "וואס כ'האב געוואלט", און מיר האבן טאקע געשמועסט פון די משפחה, זיידעס, פעטערס...זייער וויכטיג געווען!.. א בחור און א מיידל, בפרט חסיד'ישע און פרעמדע איינער צום צווייטן, איז אביסל שעמעוודיג ביים ערשטן מאל זיך טרעפן, אביסל פארלוירן, און האט נישט דעם קאפ אויפן פלאץ וואס פונקטליך אדורכצושמועסן. ממילא דארף מען זאגן קלאר פארן חתן, זאל אדורכטראכטן זיינע אמת'ע ציהלן אין לעבן (נישט אז ער גייט לערנען אין כולל 7 יאר, און נאכדעם אננעמען א פאסטן א כלי קודש, נאר זיין אויפריכטיג), און דאס אלעס אדורכשמועסן מיט איר.

איך דארף גיין יעצט, המשך יבא בעז"ה.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:44 am
דורך קינות גירושין
Just for the information:
די לעצטע פאר וואכען איז געווען זייער אסאך גיטין ביי די חרדישע ציבור ,סאיז נאך קיינמאל( די לעצטע 65 יאר) נישט געווען אזוי סאך גיטין און א משך פון א 3 חדשים.
ואידך זיל גמור.....

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:54 am
דורך איחוד פעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:רבותי, טייערע ידידים.

.......................

צווייטענס, דארף מען זאגן פאר די חתן/כלה עטליכע נקודות וואס אויסצושמועסן ביים באשוי. אני הקטן, מיר האט מען גארנישט געזאגט, מען האט מיר געלאזט רעדן "וואס כ'האב געוואלט", און מיר האבן טאקע געשמועסט פון די משפחה, זיידעס, פעטערס...זייער וויכטיג געווען!.. א בחור און א מיידל, בפרט חסיד'ישע און פרעמדע איינער צום צווייטן, איז אביסל שעמעוודיג ביים ערשטן מאל זיך טרעפן, אביסל פארלוירן, און האט נישט דעם קאפ אויפן פלאץ וואס פונקטליך אדורכצושמועסן. ממילא דארף מען זאגן קלאר פארן חתן, זאל אדורכטראכטן זיינע אמת'ע ציהלן אין לעבן (נישט אז ער גייט לערנען אין כולל 7 יאר, און נאכדעם אננעמען א פאסטן א כלי קודש, נאר זיין אויפריכטיג), און דאס אלעס אדורכשמועסן מיט איר.

איך דארף גיין יעצט, המשך יבא בעז"ה.



פארוואס איז באמת וויכטיג צו זאגען וואס זיינע צילען אין לעבען זענען ווען ער הייבט נישט אהן צו וויסען וואס ער רעדט?

און אז זי ווייסט יא אז זי וויל זיין א מאמע הייסט דאס געוויסט?

צוויי בעיביס, זאלען זיי זיך איינרעדען ער גייט לערנען אין כולל אויף אייביג, און זי גייט זיין די סינדערעללא, און זיי וועלען לעבען העפילי עווער אפטער.

שמועסען פין א ציל אין לעבען קען נאר זיין ווען ביידע זענען שוין געוועהן אין די גאס אפאר יאר, און ווייסען וואס דאס מיינט, און רעדען אמת'דיג, און זענען היבש עלטער ווי דער גיל וואס מען מאכט היינט חתונה.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
איחוד, זאגסט א נקודה! אבער וואס יא? ד.ה., סיי "וואס זאל מען רעדן"? און סיי "ווען וועט מען באשליסן די ציל אין לעבן"?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:21 pm
דורך געפילטע פיש
לאז זיי אויף וואקסן אביסל פאר זיי דארפן מאכן אזא לעבענסלענגליכע החלטות.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:35 pm
דורך town1
מען האט מורא אז אונזער קינדער גייען נישט זיין ערליך, און זיי וועלן דורכפאלן מיט די נסיונת פון די היינטיגע דור מאכט מען זיי שנעל חתונה גלייך אויפן רגע ווען זיי ווערן 18 יאר אלט, און עס זענען דא וואס זענען נאך מער מחמיר, אין מאכן חתונה זייער קינדער ביי די זיבעצין אין א האלב, וואס אין די יארן זענען זיי נאך אומערצויגן, אין ווייסן נישט וואס עס מיינט א ווייב, וואס עס מיינט זיין א מענטש צווישן מענטשן, זיי פירן זיך נאך אויף ווי בעביס, אין דערנאך שרייט מען אז עס איז געווען די לעצטע 3 חדשים בערך 40 גיטין ביים היימישען עולם, אין אויב ווילט עטס נישט קיין גיטין לאזטס זיי אויפוואקסען,

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 5:51 pm
דורך לעיקוואד
וואס איז אזוי שלעכט אז סדא גיטין?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 6:09 pm
דורך שמעקעדיג
וואס הייסט? די גאנצע 50 אלפים פון די חתונה גייט אין מיסט!

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 6:16 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט מען זיך גע'גט ווען די פרוי איז מקדיח תבשילו כפשוטו כשי' ר"ע, און ער וואלט איבערגעבליבן מיט זיינע אנדערע ווייבער וואס ער האט געהאט כמבו' יעב"ץ יבמות ס"ב ב'. און אז נישט וואלט ער געטראפן א פריש'ס, א מיידל אדער א ווייבל, און געגאנגגען ווייטער.
אין יעצט אז ווערלד איז נישט ווערלד ווערט א גרוש אנגעקוקט ווי א קעיס. און בעסטן פאל ווי ער האט עפעס א דיזיס וואס רופט זיך גרוש. בקיצור מיט אלל דא רעספעקט פאר קינות זיי זענען צווייטער קלאס בירגער ליידער.
זיינע אויסוואלן זענען קליינע. פון א מיידל קען ער נאר חלו'מן אויך נאר אויב ער איז א כהן, ער קען זיצן יארן אליין. ס'איז נישטא קיין געזעלשאפט פאר אים, און צומאל דארף ער נעמען נאך עפעס שוואכער וואס ער האט איבערגעלאזט.
ווען ס'דא קינדער איז דאך ידוע ומפורסם אז זיין לעבן און זייערס זענען אויסגעשטעלט צו אסאך פיין.
ממילא איז זייער ווייטאגלעך ווען א פארפאלק גט זיך שוין אפגערעדט דעם פופציג אלפים פלאס וואס דער טאטע האט זיך אנגעבארגט אים צו קענען חתונה וועלכע איז יעצט געגאנגען פייפן.
פארשטאנען?
שמעקעדיג האקט וברוך שכוונתי.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 6:18 pm
דורך אביגדור
א געדאנק:

זעה דא מער באריכות.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 6:40 pm
דורך לעיקוואד
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בקיצור מיט אלל דא רעספעקט פאר קינות זיי זענען צווייטער קלאס בירגער ליידער.

זיי משים לב אז מיט יעדער מאל וואס דו חזרסט איבער דער טענה , אפילו אז דו זאגט עס אזוי מיט א וייטאג און אין א קאנטעקסט פון טענה'ן אז סנישט איכטיג און וועלט איז נישט וועלט וכו', דינסטו נאר ווייטער ממשיך זיין דער נארישער סטיגמה וואס איז שולדיג פאר רוב פראבלעמען וואס גרושים האבען. אויב האלטסטו טאקע אז וועלט איז נישט וועלט און אז מיר מעגן אנהייבען קוקען אויף אלע מיני יוצאי דופן וואס זייער לייף סטארי איז נישט פונקט א קאט ענד פעיסט פון די סעריע קינדער ביכער "יענקי גייט שוין אין חדר", "יענקי האט שוין בר מצווה" "יענקי האט שוין חתונה", "יענקי מאכט שוין חתונה אייניקלאך", אזויווי יומען בייגס ווי סקומט זיך זיי, זאלסטו קיין איין מאל נישט דערמאנען די אלע נארישע סטיגמעס. וועסט זעהן ממש בדרך נס, אז אויב מיר וועלן אויפהען זאגען, "טאקע סנישט ריכטיג, אבער אין די גאנצע גאס איז אזוי.." , און אזוי ממשיך זיין צו perpetuate די אלע נארישקייטן, וועט מען זיך מיטאמאל טרעפן אין מצב אז דער מיסטעריעזער "ר' גאס" וועט אויפהערן אזוי צו זאגען און אנקוקען, און סוועט זיין בעסער פאר יעדער איינער.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 7:54 pm
דורך געפילטע פיש
[
[/quote]
אפשר גאר פארקערט? וויבאלד זיי ווערן נישט קנאקד אפ נאך פאר זיי רופן דעם חתן ביים ערשטן נאמען, ממילא ווערן זיי נישט צוגעבינדען פאר לייף אין א אומצופרידענע רילעישענשיפ.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:17 pm
דורך אביגדור
הוא הדבר אשר דיברנו.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 9:27 pm
דורך געפילטע פיש
איך האב זיך באצויגן אויף וואס דו שרייבסט, "ממילא, אז א כלה גייט אריין צום חתונה מיט די דעה אז ס'איז נאר א trial stage, פאלט עס אונטער אסאך גרינגער און שנעלער."
איך האב געמיינט אז דו מיינסט עס אין א נעגאטיווע בליק, אז די מיידל קומט אריין שוין מיט די מיינדסעט אז זי איז מיט א האלבע פוס אינדרויסן.