בלאט 5 פון 8
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 11:30 pm
דורך בן ישי
נאך פון היינט אין קרית יואל
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 11:30 pm
דורך בן ישי
.
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 11:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האף נאר אז די ראב"ד - וואס איז באוואוסט צו זיין א גרויסע עקשן און בעל שיטה - וועט זיך האלטן דאס מויל נישט צו זאגן וואס מ'דארף נישט, אזוי וועט די געלט קענען ווייטער פליסן מיט'ן אויבערשטנס הילף, מיט'ן רבינ'ס כח און מיט די מקורבים'ס רשות.
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 11:51 pm
דורך קיפעלע
דער ראב״ד איז יעצט ביים בית החיים אין קרית יואל צו געגאנגען צום מציבה פון הרה״ח ר שמואל ווידער ז״ל ווי ער האט עם באדאנקט פארן געבן די טיטל פוסק הדור
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 11:54 pm
דורך בן ישי
און אנדערע נייעס האבן די זאלונים געשטעלט שומרים ארום די נייע בית החיים אפצוהיטן אז ער זאל נישט ארויסגראבן קיין קברים...
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:46 am
דורך איסר האטלקי
בן ישי האט געשריבן:און אנדערע נייעס האבן די זאלונים געשטעלט שומרים ארום די נייע בית החיים אפצוהיטן אז ער זאל נישט ארויסגראבן קיין קברים...
פון דאאין זעלבן אשכול צוויי בלעטער צוריק. דער זכרון גנב'ט מסתמא....
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:41 am
דורך שמעון וואלף
וואס איז פשט אז מ'שלעפט אים ארום צו פאפא, דינוב א.א.וו.?
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 3:00 am
דורך ארי נוהם
עמעזאן האט געשריבן:עדה החרדית איז אלס געווען קנאיש געשטימט און אלס געווען מער עקסטרעים, וכל המשנה ידו על התחתונה.
שקר גדול וגס.
לא די ר' יוסף חיים זאנענפעלד וואס איז געווען א געשוואוירענע אגודיסט אין די זעלבע צייט וואס סאטמער רב האט געהאקט קעגן די אגודה, נאר אפילו שפעטער בימי הרב דושינסקי (דער טאטע), ר' זעליג ראובן בענגיס, ר' דוד יונגרייז, און ר' פנחס עפשטיין, איז די עדה באופן כללי געווען פיל ווייניגער קנאיש געשטימט.
סאטמער רב האט געשטופט מער א קנאישע קו ווי די נארמע, און זייענדיג די גרעסטע כח האט ער משנה געווען די מהלך פונם עדה ווערנדיג דער גאב"ד, און ווי זאגסטו? "כל המשנה ידו על התחתונה"
און לקינוח: איך האב אין באזיץ א רייע פאשקעווילן אויפן גאב"ד בעל מנחת יצחק. איר ווייסט דורך וועם ס'איז געשריבן געווארן? דורך די "מער עקסטרעים קנאיש געשטימטע" חברה אין די עדה, וואס האבן געהאלטן אז ער איז נישט גענוג קנאיש פאר זיי. די עדה האט אלץ געליטן פון גרעסערע קנאים און גרעסערע קנאים, בבחינת אכשר דרא הידוע לשמצה, אבער ברוך שלא השבית להם גואל און געפונען זיך היינט ביים שיסל תחת הנהגת הרב ווייס השני. און ווידעראמאל, ווי דו זאגסט: "כל המשנה ידו על התחתונה"
אבער גיי דערצייל פאקטען פאר א זאלי וואס זיכט פארטייאישע פאקטען אנשטאט אמת'ע פאקטען (ארוינם, עטץ זענץ גארנישט בעסער מיט פאקטען וואס שטימען נישט מיט ענקער אגענדע)
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 4:14 pm
דורך signout
שמעון וואלף האט געשריבן:וואס איז פשט אז מ'שלעפט אים ארום צו פאפא, דינוב א.א.וו.?
פאפא אין דינוב זענען געקומען מקבל פנים זיין דער ראב''ד אין די אכסניא, דער ראב''ד האט כמעט נישט באזוכט קיין רבנים אין שטוב דערווייל
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 6:06 pm
דורך בן ישי
לעיקוואד
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 6:20 pm
דורך בן ישי
קרוב צו 300 בילדער פונעם באזוך פון ראב"ד ירושלים שליט"א אין ניו יארק
http://theahblick.com/?p=151658
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 4:07 am
דורך בן ישי
באזוכט אין אפיס פון אדאפט א כולל
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 4:17 am
דורך בן ישי
קבלת פנים פרייטאג אין מאנסי
מעמד צאתכם לשלום מאנטאג אין בארא פארק
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 7:55 am
דורך בן ישי
מאנסי
ק/פ
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 8:02 am
דורך איש את רעהו
על פי התכנית המקורית - פרט אם ברגע האחרון יעשו שינויים,
הרב שטנרבוך אמור להיות בשבת במונסי, הכינו לו שם אכסניה מאוד מכובדת, ולא תאמינו באותה אכסניה היכן שהתאכסן מרן הגאון רבי אהרן לייב שטיינמן כשהוא היה במונסי
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 8:16 am
דורך בן ישי
מאנסי קבלת פנים היינט 12:00
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 2:04 pm
דורך כלבאשבוע
viewtopic.php?f=4&t=3438&p=404294#p404294די ראב״דס עסקארט מאכט בושות, סטופיד שוויצערס
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 2:19 pm
דורך לבי ובשרי
געהערט אז מהר"א האט זיך אויסגעדריקט איבער'ן מאטארקאדע אין קרית יואל, אז אין אנהויב, האט ער געטראכט אז די גאנצע עס-קאורט טראסק והמסתעף אז קטנות און איז מעשה ילדות, דערנאך האט ער אבער געטראכט, אז נאך די אלע בושות און בזינות וואס דער אדם גדול גייט אדורך, פעלט אויס אים צוצשטעלן די גאנצע מצב און פראפאגאנדע, ודפח"ח (?).
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 2:23 pm
דורך איסר האטלקי
וועלכע בושות און בזיונות? ווער ברענגט אים די פאשקעווילן צו ליינען?
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 4:42 pm
דורך [NAMELESS]
לבי ובשרי האט געשריבן:געהערט אז מהר"א האט זיך אויסגעדריקט איבער'ן מאטארקאדע אין קרית יואל, אז אין אנהויב, האט ער געטראכט אז די גאנצע עס-קאורט טראסק והמסתעף אז קטנות און איז מעשה ילדות, דערנאך האט ער אבער געטראכט, אז נאך די אלע בושות און בזינות וואס דער אדם גדול גייט אדורך, פעלט אויס אים צוצשטעלן די גאנצע מצב און פראפאגאנדע, ודפח"ח (?).
סוי הייסט די שר התורה האט כבוד ווען ער פארט אין א הצלה/שומרים קאר??
אדער פשוט די געוועזענע קרית יואלע רב פארשטייט אז פונקט ווי ער האט ליב לעלו קארס האט בפשטות די ראב''ד אויך ליב צו פארן מיט לעלוס...
#קטן שבקטנים ( נישט די ראב''ד... )
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 6:05 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט אויף וויפיל ס'איז נוגע, איך פארצייל עס נאר כדי איר זאלט עס וויסן...
כ'האב פריער געשמועסט מיט איינעם וואס איז בתוך הענינים, גראדע א שטארקע זאלי, האט אים איינער פארגעהאלטן היתכן רז"ל נעמט נישט אויף דעם ראב"ד, האט דער איד געזאגט, אז מען האט געשיקט א מעסעדזש פאר'ן ראב"ד נאך אין א"י אז ער זאל נישט יעצט קומען ווייל דער גאנצער עצרת איז בלויז כדי אפצושוואכן דעם גזירת הגיוס, און מהר"א פאררופט עס נאר לכבוד עצמו הוא דורש, אבער דער ראב"ד האט יא באשלאסן צו קומען, האט מען אים געזאגט אז ער קען טון ווי ער פארשטייט, אבער ער זאל ביטע אויך פארשטיין אז רז"ל וועט אים נישט קענען אויפנעמען מטעמים המובנים מאליו, און ער האט דאס פארשטאנען. ע"כ.
איך האב עס נישט מברר געווען, אבער הנח להם לק/פ אם אינם נביאים הם בני נביאים הם...
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 6:07 pm
דורך יין שרף
אם אינם שקרנים בני שקרנים הם
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 6:34 pm
דורך שמעון וואלף