בלאט 5 פון 5

נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 6:14 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:32 am
דורך neumann249
someone has a pdf

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 3:14 pm
דורך הוגה
שטייטלעך הייבן אן אלע חסידותער נאכצומאכן. פארוואס נישט? אז דער וועלט איז סובל...

דא איז בעלז.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 10:36 pm
דורך קהל'ס נער
הוגה האט געשריבן:שטייטלעך הייבן אן אלע חסידותער נאכצומאכן. פארוואס נישט? אז דער וועלט איז סובל...

דא איז בעלז.
די בעל דרשן הייסט (ר') שלמה בינעט, ער איז די בעלזא ווערסיע פון (ר') יצחק אלעזר מושקוביץ.
ער איז באקאנט מיט זיינע גאר מאדנע און פאריקטע פסקים בענייני הרחקת נדה.

ער האט א ליקוט ספר ווי ער נעמט ארויס שטיקלעך פון חסידישע ספרים פון קאנטעקסט כדי ס'זאל שטימען מיט זיין אגענדע, כגון, ער ברעינגט א שטיקל פון ספר "בעל שם טוב" אז אמונה ע"י חקירה איז נישט קיין גיטע זאך, האב איך נאכגעקיקט דארט שטייט אזוי, "כאטשיג וואס אמונה ע"י חקירה האט א פראבלעים אז מען קען ציקימען צי כפירה, נאך אלץ איז עס בעסער פון אמונה פשוטה, ווייל אמונה פשוטה איז נישט קיין ריכטיגע אמונה"
אויך האט ער א גיטע חוש צי באקען מעשיות וואס שטיפען זיין אגענדע, למשל אז פאר 50 יאר צירוק האט א יוד אין מאנטריאל באקימען א טיקעט פארן זיין נישט צניעות'דיג פארן גיין אן א רעקל אויפן גאס.

ער האלט אז בעלזא רב איז צי ליבעראל אויפן נושא פון אינטערנעט, כאטשיכ ער זאגט עס נישט קלאר, אבער ער גייט אלעמאל אריינטייטשן א וועיג אז ס'זאל שטימען מיט בעלזא רב.

מענין לענין, וואס איז די חילוק צווישן א בעלזא און א סאטמארע?
א סאטמארע וואס איז מער קנאי'ש פון סאטמאר רב וועט שרייען רבינו סר מהדרך, עיין ערך קאממאן קאור, משא"כ א בעלזער וועט אריין קוועטשען מיט א שיך לעפל אז בעלזא האט געמיינט צי זאגן דאס וואס ער האלט.

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2022 2:05 am
דורך וואלווי
הוגה האט געשריבן:שטייטלעך הייבן אן אלע חסידותער נאכצומאכן. פארוואס נישט? אז דער וועלט איז סובל...

דא איז בעלז.
ס'נישט או או קאמר, ס'קען זיין סיי מרן און סיי קלים....

נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2022 4:22 pm
דורך שאלתיאל
הוגה האט געשריבן:שטייטלעך הייבן אן אלע חסידותער נאכצומאכן. פארוואס נישט? אז דער וועלט איז סובל...

דא איז בעלז.
דער נועם אלימלך פלעגט שוין נאכמאכן.

"…ראיית צדיק בפניו שבעבור שיראתו על פניו אזי המסתכל בפניו מקבל הארה גדולה מהו שאמר יעקב אבינו ע״ה אמותה הפעם אחרי ראותי פניך וקבלתי ממך הארה וקדושה גדולה''.

נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2022 10:43 pm
דורך וואלווי
שאלתיאל האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:שטייטלעך הייבן אן אלע חסידותער נאכצומאכן. פארוואס נישט? אז דער וועלט איז סובל...

דא איז בעלז.
דער נועם אלימלך פלעגט שוין נאכמאכן.

"…ראיית צדיק בפניו שבעבור שיראתו על פניו אזי המסתכל בפניו מקבל הארה גדולה מהו שאמר יעקב אבינו ע״ה אמותה הפעם אחרי ראותי פניך וקבלתי ממך הארה וקדושה גדולה''.
האסט עפעס א מאדערנעם טייטש אינעם ווארט צדיק...?

נשלח: זונטאג יולי 10, 2022 5:10 am
דורך שאלתיאל
וואלווי האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:שטייטלעך הייבן אן אלע חסידותער נאכצומאכן. פארוואס נישט? אז דער וועלט איז סובל...

דא איז בעלז.
דער נועם אלימלך פלעגט שוין נאכמאכן.

"…ראיית צדיק בפניו שבעבור שיראתו על פניו אזי המסתכל בפניו מקבל הארה גדולה מהו שאמר יעקב אבינו ע״ה אמותה הפעם אחרי ראותי פניך וקבלתי ממך הארה וקדושה גדולה''.
האסט עפעס א מאדערנעם טייטש אינעם ווארט צדיק...?
לדידם איז ער דער צדיק.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 10:29 am
דורך היסטאריע
הוגה האט געשריבן:שטייטלעך הייבן אן אלע חסידותער נאכצומאכן. פארוואס נישט? אז דער וועלט איז סובל...

דא איז בעלז.
וואס האט דאס מיט שוואנצאנות?

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2022 11:04 am
דורך סבא דבהתא
קוקן צורת צדיק איז שוין אן אור אלטע מנהג
אין סאטמאר ביי רביה״ק זי״ע האט מען אויך געמאכט א גאנצע ענין פון קוקן צורת קדשו (אינטערעסאנט טאקע אז ביים ברך משה האט זיך עס געסטאפט)
נאר די מרכז וויזניץ נעמען עס נעקסט לעוועל

בעצם יש לחקור אויב ביי א בילד האט עס אויך א קדושה אין את״ל אז יא וואס טוט זיך מיט א עלעקטראנישע סקרין
קען זיין אז עשה פון והיה עיניך רואות איז דוחה די ל״ת פון אינטערנעט שלא לצורך פרנסה...
אדער גאר די גאנצע אינטערנעט איז נאר אן איסור דרבנן ממילא איז דא די כלל פון הם אמרו והם אמרו.
וצ״ע כעת

לאחר העיון שוב התבוננתי אז סאיז יא לצורך פרנסה די שאלה איז נאר וועמענס פרנסה ודו״ק

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2022 10:38 pm
דורך וואלווי
עוד יש לומר, אין שבות במקדש

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 3:30 pm
דורך Marc
??pdf