בית מדרש עיון למחשבה
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין אנהויב פון די שיעור [5:15-5:35] אז דעם לעצטן שער פון די נ׳ שערים אנהאלט נאך מט שערים צו ווייזן אז ביים סוף הייבט זיך ערשט אָן דעם ריכטיגן התחלה פון פריש, זאגט דער תפארת יהונתן בריש פ׳ ויקרא אז צו דעם שער הנ׳ איז מרמז דעם אלף זעירא בתיבת ״ויקרא״ (הגם ער זאגט אז אינעם שער הנ׳ איז דא כ״א שערים להשלים לע׳ פנים לתורה) ע״ש. והיינו הרמז אז ביים לעצטן שער זעהט מען אז מען האלט נאך ביי א׳ און ביים אָנהויב פונעם ספר (וואס פון דארט הייבט מען דאך אָן צו לערנען בכלל, וכהתנחומא צו יד דתשב״ר מתחילים ללמוד בספר ויקרא ע״ש).
לגבי וואס מ׳דערמאנט אין די שיעור די משל פון מפורסמות לגבי גיין באקליידעט און מיט הויזן, דערמאנט דאס פון [tag]יאיר[/tag]’ס תגובה, און טאקע אין ר׳ יצחק׳ס אשכול.
לגבי וואס מ׳דערמאנט אין די שיעור די משל פון מפורסמות לגבי גיין באקליידעט און מיט הויזן, דערמאנט דאס פון [tag]יאיר[/tag]’ס תגובה, און טאקע אין ר׳ יצחק׳ס אשכול.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מי אני האט געשריבן:אין די פריערדיגע צוויי שיעורים האט מען דערמאנט די געדאנק פון הרב דר. דוד ווייס-הליבני אז די סתמות בש״ס וואס זענען נישט בתוך השיטות תנאים ואמוראים וואס מען ברענגט אראפ, ווי לדוגמא די ״והלכתא״ וכדומה, זענען פון די רבנן סבוראי לאחר תקופת האמוראים.
היש״ר מגוריציאה בהתורה והפילוסופיא (מאמר ג פ״ד).
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין די שיעור, לגבי מגדיר זיין מהו ״נשמה/נפש״, איז ווי וויקיפדיע איז דאס מגדיר איז דאס די עסענס פון א דבר חי; די ״לעבן פאָרס״. עס באשטייט פון דעם בעל חי׳ס מענטאל פעקולטיס: ווי געפילן, מחשבות, קאַנשׁעסנאס אא״וו. וכידוע, איז ״קאַנשׁעסנאס״ אליינס שווער מגדיר צו זיין.
אז מ׳האט דערמאנט דאס קאָרפּאָריעליטי צי אינקאָרפּאָריעליטי פונעם נשמה/רוח און צי דאס איז העריטעבּל (״דזשיִנס״ וכדומה), האבן געוויסע פילאזאפן געהאלטן אז די ״רוח״ איז ממש א סארט אוויר [פּנוּמאַ] און דאס איז א חומר׳דיגע באשטיינדל פונעם טאט׳נס זרע. אריסטו האט געהאלטן אז די ״רוח״ איז ״מקושר״ צום נפש, וואס די נפש האדם איז די ״צורה״ פון זיין חומר הגוף - דאס וואס מאכט דער מענטש ״[לעבעדיגער] מענטש״. צו זאגן אז ״נפש״ און ״רוח״ זענען אפגעזונדערט, באדייט א טרייכאטאמיק אויסקוק פאר׳ן מענטש: אז ער איז צאמגעשטעלט פון ״גוף״, ״רוח״, ו״נשמה/נפש״.
ולגבי די שוועריקייט פון על מה בא תחיית המתים אם העיקר היא הנשמה [53:53-54:25] במשנתו של הרמב״ם, עיין כאן. ולגבי דעם צי הישארות הנפש, וממילא מציאות הנפש, איז אַן עיקר אמונה [55:55], עיין כאן. ווי צוגעברענגט האט דער עיקרים (עפ״י העץ שתול) געהאלטן אז הגם תחיית המתים איז אמת איז עס אבער נישט קיין עיקר און עס איז געזאגט געווארן לחזק שכר ועונש. און צי דער רמב״ם האט געהאלטן פון אַן השארת הנפש פרטי לאחר המיתה, עיין כאן.
ולגבי וואס ר׳ יצחק דערמאנט סוף שיעור אז די געדאנק פונעם ״נפש״ איז דאס וואס איז ביכולת לקבל ההשכלות, איז דער רלב״ג אינעם ערשטן פרק פון זיין מלחמות ה׳ (מאמר א פ״א) דן ״במהות השכל האנושי״. ער הייבט דארט אָן, ווי ר׳ יצחק זאגט:

ער פאר זיך איז נוטה כדעת אלכסנדר אז דאס איז נישט אזוי ווייט א דבר נפרד ווי א ״הכנה״ לקבל המושכלות (משכל הפועל) ע״ש ובפ״ב.הנה ראוי קודם שנחקור מענין השארות הנפש אם הוא נמצא אם לא, ואם היה שיהיה נמצא איך הוא נמצא, שנחקור ממהות השכל האנושי. כי ההשארה וההצלחה האנושית הם ממשיגיו, ואין ראוי שנחקור ממשיגי הדבר קודם שנדע מהותו, כי מה שלא יודע מהותו לא יודעו משיגיו.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי דעם וואס ר׳ יצחק דערמאנט [פון 19:00] אז חכמה ומדע קומט צושטאנד דייקא פון ״בּעיסיק, נאַרישע און קינדערישע״ שאלות, גייט דאס אביסל אין איינקלאנג מיט וואס דער שב שמעתתא זאגט (הקדמה אות ו):
(עס האט טאקע השלכות לגבי די דעבאטע איבער אבארשאן.)
דאס איז ווי אזוי אריסטו האט צוטיילט די דריי סארט ״נפשות״ (ועיין בפ״א משמונה פרקים):
ולגבי דאס וואס מ׳האט דערמאנט [פון 9:55] איבער ווען פונקטליך קומט אריין דאס נפש/נשמה אינעם גוף, איז נישט לאנג צוריק אויף יבמות דף סט בדף היומי האט הרב דר. הילל [הענרי] אבראמסאן דערמאנט שיטת אריסטו אז ביז 40 טעג פון קאָנסעפּשאן איז נאר דא צום ערשט דאס נפש הצומח און דערנאך די נפש החי און נאך 40 טעג קומט ערשט נפש האדם (און ביי נקיבות ערשט ביי 90 טעג) [ענסוֺילמענט]. און די סטאָאיקס האבן געהאלטן אז עס קומט ערשט אריין ווען די גוף קומט ארוס לאויר לאחר הלידה.דהישרים בשכלם אינם חריפים כל כך, והחריפות אינו אלא אגב שבשתא. ולפי שאלו שאין שכלם ישר ויש להם מעכב בשכלם כאשר יגבר השכל עולה השכל בחריפות גדול.
(עס האט טאקע השלכות לגבי די דעבאטע איבער אבארשאן.)
דאס איז ווי אזוי אריסטו האט צוטיילט די דריי סארט ״נפשות״ (ועיין בפ״א משמונה פרקים):
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי וואס ר׳ יצחק דערמאנט אין דעם שיעור אודות די עטיטוּד לגבי המות, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דער עיקרים זאגט (מאמר ד פל״ב):
והיינו אז פאר די מת איז דא א שוועריקייט דערפון אין דאס שינוי דערפון. איז אולי האט מען פון דעם מורא. ער ענדיגט טאקע צו:כל שנוי ההוה על האדם המשנה אותו מן הדבר המורגל לו מצער אותו, אף אם יהיה השנוי ההוא טבעי אליו ולטובתו, כשלא יספיק לשער בטוב ההוא, כי הנער בצאתו מרחם אמו הוא יוצא מן הכח אל הפעל ולמציאות יותר נכבד ויותר חשוב מן הראשון, לראות את האור ולהשיג המוחשים בחושים ולקנות המושכלות בשכל, ואף על פי כן הוא בוכה לפי שאין בו כח לשער בטוב ההוא, וכן כשיגמל ויפסקו ממנו מזון החלב יבכה, אף על פי שיעתק לקבלת מזונות יותר טובים ויותר חזקים ויותר נאותים ומועילים למזגו, ויצטער לפי שהוא משתנה ממה שהורגל, וכן האדם שהתמיד לשבת בחשך זמן רב ויצא פתאום לאור, יקשה עליו ויצטער באור עד שיודרג ויורגל בו מעט מעט, וכן ביום המות אף אם ישתנה האדם למציאות יותר נכבד ויותר מעולה ולזוהר בלתי מפסיק שאי אפשר לשכל האדם לשערו בהיותו שקוע בחומר, הנה הוא מצטער במות צער נפלא, לא להיותו נעתק מן המציאות אל ההעדר, כמו שיחשבו האומרים שאין מציאות לשכל האנושי בזולת הגוף, אבל לפי שההעתק מן המורגל יקשה על האדם עד שיודרג ויורגל מעט מעט במה שלא הורגל, ובעבור זה אמרו רבותינו ז"ל על נפשות הצדיקים, כל י"ב חדש נשמה עולה ויורדת, כלומר לפי שיקשה עליה להעתק מן הדברים הגופיים שהורגלה בהם.
ער זאגט אז די צער וואס משרע״ה האט געהאט דערפון פאר זיין הסתלקות איז פשוט געווען ווייל ער האט געוואלט קונה זיין בעוה״ז נאך מער כדי שיזכה עוד יותר לעוה״ב ע״ש.ועל כן המשכיל בהיותו משער בטוב המגיע לאדם אחר המות לא יצטער מהמות אבל יכסוף אליה, להיותו יודע כי הגוף וכחותיו מטרידים הנפש מהשגתה ומהיותה בנועם מתמיד, וישפוט כי הצטער האדם על המות הוא כהצטער הולד בצאתו מרחם אמו בעבור שאינו יכול לשער הטוב המגיע אליו בלידה.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אפאר קליינע הערות לגבי די שיעור:
1). לגבי דאס געדאנק פון מענטשן וואס גלייבן נישט עכט אין זייער רבי וכדומה [פון 24:16], רירט דאס אָן אויף אליעזר יודקאווסקי׳ס געדאנק בעניני דת ואמונות אז ״מ׳גלייבט אין [דאס געדאנק פון] גלייבן״. דרס רירט לכאורה אויך אָן אין דר. הערי פראנקפורט׳ס מהלך בבחירה חופשית איבער צוויי אָרדערס אין ״ווילן״.
2). לגבי סענסעס פון ״גלייבן״ ומהו ״אמונה״ און שטארקייט דערין [פון 34:36], הא׳מיר דא צוגעברענגט דעם מו״נ בח״א פ״נ.
3). פון 38:30 רירט מען אָן אויפ׳ן באקאנטען פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך, וואו די פארנעפעלטע אבסטראקט שפראך וואס מ׳איז מסביר די מושגים ווילן מחייב זיין וכדומה עפעס בפועל ממש.
5). פון 53:30 וואו מ׳רעדט ארום איבער דאס נאַוועלטי יפוי דאקטרינעס און ״געזעצן״ בתוך יהדות, זאגן היסטאריקער אז דער רמב״ם האט טאקע אוועקגעשטעלט עיקרים, ווי אויך קאדיפיצירט ״געזעצן״, ביהדות אלס א רעאקציע צו טאקע נוצרות ואיסלם וואס האבן דאס שוין געהאט מער אוועקגעשטעלט. און אפילו דעמאלטס איז עס נישט געווארן אזוי איינגעגעסן נאר צוביסלעך. עס רירט אָן אויף הרב דר. חיים סאלאווייטשיק׳ס מאמר און דאס וואס הרב דר. יהושע בּערמאן זאגט בנוגע התורה.
די ווארט ״דת״ איז לכאורה ״געזעץ״ און דאס איז טאקע נולד געווארן שפעטער ביהדות.
6). לגבי [16:15] צי ״עקזיסטענץ״ עקזיסטירט? רירט דאס אָן אויף קאנט׳ס פירכא צום אנטאלאגישן ארגומענט.

לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט דא [10:00-13:03] איבער דעם אז אונז זייגן פון די תורה כדרך הבהמות ווי איידער מענטשן, איז אפשר לרמז זה במימרא של ר״ע לרשב״י בענין לימוד תורה בפסחים קיב. יותר ממה שהעגל רוצה לינק פרה רוצה להניק.
ר׳ יצחק איז מסביר אז דאס אלעס איז מכח מידת החסד אז דער מענטש דארף נישט ארבעטן צו שווער זיך אונטערצוהייבן לינק. איז קען מען זאגן אז אונז טרעפן בברכות י. אז בבהמות זענען די דדים במקום וואו מ׳קען מסתכל זיין על הערוה (משא״כ ביי א מענטש) ע״ש. ובערות אחות, אשר (משלי ז ד) אמור לחכמה אחותי היא (ועיין בקידושין ל:), מצינו (ויקרא כ יז) ״וראה את ערותה״ והיא תראה את ערותו חסד הוא.
ר׳ יצחק איז מסביר אז דאס אלעס איז מכח מידת החסד אז דער מענטש דארף נישט ארבעטן צו שווער זיך אונטערצוהייבן לינק. איז קען מען זאגן אז אונז טרעפן בברכות י. אז בבהמות זענען די דדים במקום וואו מ׳קען מסתכל זיין על הערוה (משא״כ ביי א מענטש) ע״ש. ובערות אחות, אשר (משלי ז ד) אמור לחכמה אחותי היא (ועיין בקידושין ל:), מצינו (ויקרא כ יז) ״וראה את ערותה״ והיא תראה את ערותו חסד הוא.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור אז די געדאנק וואס פיהלט אויס לאחר החורבן ולגבי הגלות איז צו טרעפן א שפראך און קאמוניקאציע מיט ג-ט און געטליכקייט (וואס האט קלאנגן פון די געדאנק) און יעצט אז אונז זענען בגלות כיתומים ואין אב איז דאך דא ביי דעם [26:10] די געדאנק פון (משלי לא ח) פתח פיך לאלם. מ׳קען אפשר צולייגן אז כביכול לאחר החורבן איז דאס נישט נאר ביי אונז נאר כביכול אויך לגבי הקב״ה, וכדאיתא בגיטין נו: עה״פ (שמות טו יא) מי כמוך באלים ה׳ מי כמוך באלמים ע״ש.
***
***
דאס קען אפשר פארענטפערן דר. גרעהעם אַפּיִ׳ס טענה אז דאס אז מ׳האט נישט נאר א פאָקוּסד מהלך מחשבה איז א קשיא אויף ג-ט אז היתכן ער האט נישט אויסגעשטעלט דעם מענטש צו נאר דארפן די סארט מהלך המחשבה. לפי דבריה של דר. אוֺיקליִ אבער העלפט דאך די דיפיוּסד מהלך המחשבה אין א וועג בעסער ווי די פאָקוּסד מהלך.מי אני האט געשריבן:לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט דא [27:00] אז ווען מ׳בארואיגט זיך פאַלט איין די חידושים, איז דר. בּאַרבּאַראַ אוֺיקליִ מאריך אין דעם אז בעצם זענען דא צוויי סארטן מוֺידס וואס די מח ארבעט אין: פאָקוּסד, וואס איז קאנצענטרירט אין איין חלק אינעם מח וואס געבט זיך ממש אפ מיט דעם פראבלעם גרידא און קאנצענטרירט זיך אויף די פרטים, און דיפיוּס, וואס איז ברייטער וואו די סאָבּקאַנשעס קען איבערנעמען און באגייט זיך דערצו על הכלל כולו און קען דאס באהעפטן מיט אנדערע חלקים אינעם מח וואס האבן ל״ד א קשר דערצו. פון די צווייטע סארט קומט בדרך כלל ארויס די שעפערישע אויפקומען צו א פראבלעם. והיינו, נאכ׳ן זיך קאנצענטרירן אויפ׳ן פראבלעם דארף מען צומאל זיך בארואיגן צו אקסעסן דעם דיפיוּס מוֺיד וואס זאל אויפקומען מיט אן אנדערן מהלך דערין. דאס קען אויך געבן א קנייטש צו דעם אז ביים וואסער פאַלט איין די חידושים, ווייל דר. אוֺיקליִ משל׳ט טאקע אויס די דיפיוּס מוֺיד ווי א מאדעל ווי די ״נוֺידס״ אינעם מח זענען ווייטער אויסגעשפרייט און ווי די ״מחשבה״ האט ״מער פלאץ״ זיך צו פארשפרייטן פון איינס צום צווייטן; אזוי ווי וואסער וואס איז א ליקוויד און קען דאס טוהן לעומת א סאַליד.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין די שיעור [פון 47:42] זאגט ר׳ יצחק אז בנוסח התפילה לייגט מען בדרך כלל צו צו די געדאנק פון ״מלכותו״ אדער ״רצון״ אדער ״אהבה״. האב איך געקלערט אז איך האב אויבן צוגעברענגט דער חת״ס בתורת משה בסוף פ׳ וישלח אז אות ת׳ קען ווערן פאררעכענט ווי צורת אותיות ״דן״ אדער צורת אותיות ״חי״ ע״ש. יעצט, די חילוק צווישן מספר ת׳ ומספר ״דן״ איז מספר ״רצון״. ואפשר לומר דזהו הרמז: אז ״מלכותו״, וואס דאס איז דאך די געדאנק פון ר״ה במלכיות און דאן איז דא די ענין פון דן ודין, קומט צוזאמען מיט ״רצון״ וואס דאס איז די חילוק בין מספר אות ת׳ ומספר אותיות ״דן״ וואס איז צורת אות ת׳ כנ״ל, און דאן בעהט מען דאך כתבינו לחיים וואס דאס איז די צורה באות ת׳ וואס אונז ווילן.
ועוד יותר, די חילוק צווישן מספר ״רצון״ ומספר ״אהבה״, וואס ביידע גייען צוזאמען מיט ״מלכותו״ וענין ר״ה כנ״ל, איז מספר ״שלג״. און דאס טרעפט מען דאך ביי סליחת חטא (ישעיה א חי) אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו. און אונז טרעפן בתענית ג: אמר רבא מעלי תלגא לטורי כחמשה מטרי לארעא ע״ש, והיינו אז שלג על ההרים איז אזוי ווי 5 מאל גשם על הארץ. אז מ׳לייגט צו מספר 5 צו ״אהבה״ איז דאך דאס מספר ״חי״ וואס דאס איז דאך די צורת האותיות באות ת׳ וואס מ׳זוכט ביום הדין של ר״ה שממליכין אותו ית׳ וואס איז אויך מרומז באות ת׳. (די חילוק צווישן 5 מאל ״דן״ און 5 מאל ״חי״, איז 10 מאל ״חי״, ולרמז על עשרת ימי תשובה שמתפללין זכרינו לחיים.)
ועוד יותר, די חילוק צווישן מספר ״רצון״ ומספר ״אהבה״, וואס ביידע גייען צוזאמען מיט ״מלכותו״ וענין ר״ה כנ״ל, איז מספר ״שלג״. און דאס טרעפט מען דאך ביי סליחת חטא (ישעיה א חי) אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו. און אונז טרעפן בתענית ג: אמר רבא מעלי תלגא לטורי כחמשה מטרי לארעא ע״ש, והיינו אז שלג על ההרים איז אזוי ווי 5 מאל גשם על הארץ. אז מ׳לייגט צו מספר 5 צו ״אהבה״ איז דאך דאס מספר ״חי״ וואס דאס איז דאך די צורת האותיות באות ת׳ וואס מ׳זוכט ביום הדין של ר״ה שממליכין אותו ית׳ וואס איז אויך מרומז באות ת׳. (די חילוק צווישן 5 מאל ״דן״ און 5 מאל ״חי״, איז 10 מאל ״חי״, ולרמז על עשרת ימי תשובה שמתפללין זכרינו לחיים.)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין די שיעור ברענגט ר׳ יצחק צו [פון 16:28] די געדאנק פון ר׳ בונם מפשיסחא אז א ״געלונגענע״ יוה״כ איז וואו עס איז נישט געווען קיין שינוי ביים מענטש, און ער איז געבליבן במנוחה ביים שטאנד, מרישא לסיפא. האב איך געקלערט לפי דאס וואס איך האב געזאגט עפ״י התניא (פכ״ה) אז די געדאנק פון תשובה ארבעט מכח למעלה מן הזמן, און דער רמב״ם בהקדמה טו בריש ח״ב ממו״נ ברענגט אראפ פון אריסטו אז זמן איז נמשך אחר שינוי בתנועה ע״ש. ולכן איז א געלונגענע יוה״כ, שמטרתו הוא התשובה, א טאג וואו עס איז נישט געווען דערין קיין שינוי און מ׳איז געבליבן במנוחה היפך התנועה ושינוי שבה, וואס דאן קומט דאך זמן נישט אפיר (וויבאלד עס איז דאך נאר א פועל יוצא פון תנועה ושינוי) וואס דאדורך ארבעט תשובה וכהתניא.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין אָנהויב פון די שיעור גייט ר׳ יצחק אריין אין א וויכוח דערין אז אויב מ׳טוהט באדייט דאס אז מ׳קען/ווייסט. די קאנטרעפּאזיטיוו דערפון איז טאקע אז אויב מ׳קען/ווייסט נישט באדייט דאס אז מ׳טוהט נישט.
דאס רירט אויך אָן אויף קאנט׳ס באקאנטע געדאנק אין עטיקס אז אויב מ׳דארף טוהן עפעס באדייט דאס אטאמאטיש אז מ׳קען.
ולגבי די געדאנק פון סירקולעריטי, הא׳מיר צוגעברענגט פון הרב דר. מיכאל אברהם אז בעצם איז יעדעס טענה סירקולער.
מ׳רירט אויך אָן אויפ׳ן געדאנק פון עפּיסטעמיק יוּמיליטי ותכלית הידיעה וכו׳.
ווי אויך רירט מען אָן אויף זיגמונד פרויד׳ס געדאנק פון די איד, די איִגאָ, און די סוּפּעראיִגאָ.
דאס רירט אויך אָן אויף קאנט׳ס באקאנטע געדאנק אין עטיקס אז אויב מ׳דארף טוהן עפעס באדייט דאס אטאמאטיש אז מ׳קען.
ולגבי די געדאנק פון סירקולעריטי, הא׳מיר צוגעברענגט פון הרב דר. מיכאל אברהם אז בעצם איז יעדעס טענה סירקולער.
מ׳רירט אויך אָן אויפ׳ן געדאנק פון עפּיסטעמיק יוּמיליטי ותכלית הידיעה וכו׳.
ווי אויך רירט מען אָן אויף זיגמונד פרויד׳ס געדאנק פון די איד, די איִגאָ, און די סוּפּעראיִגאָ.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין אָנהויב פון דעם שיעור לגבי דעם רמב״ם און פיזיקס, און ווי אזוי וויבאלד דאס איז שווער הייבט מען אָן פאר׳ן תלמיד מיט א גרינגערע סארט ״ליגענט״ דערין, זאגט דער פיזיקער דר. דוד טאַנג:
Shut up and calculate
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור [34:00-34:36] לגבי ההשוואה באיזה אופן בין השכל והא-ל, הא׳מיר דא צוגעברענגט וואס ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט אין זיין משכיות כסף, ״כי השכל הוא האל והאל הוא השכל״.
ואגב, דא זאגט דר. מנחם קעלנער:we tell this lie when we’re in high school — physics is all about telling lies when you’re young and realizing that things are a bit more complicated as you grow older
ווי אויך רירט מען אָן אינעם שיעור אויפ׳ן באקאנטן געדאנק פון אינסטרומענטעליזם אין די פילאזאפיע פון סייענס, און ווי אזוי די דגוש איז אויף ווי אזוי דאס שטימט מיט די מאטעמאטישע וכו׳ מאדעלן, ווי איידער חקירות איבער די ״עכטקייט״ דערפון פון א מעטאפיזישע פּערספּעקטיוו. און ווי דער פיזיקער דר. דוד מערמין האט געזאגט (לגבי קוואנטום פיזיקס):were Maimonides to address us today, my best guess is that he would not tell us to read contemporary philosophers, but to study physics
Shut up and calculate
ולגבי וואס ר׳ יצחק זאגט אין די שיעור [34:00-34:36] לגבי ההשוואה באיזה אופן בין השכל והא-ל, הא׳מיר דא צוגעברענגט וואס ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט אין זיין משכיות כסף, ״כי השכל הוא האל והאל הוא השכל״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דא זאגט דר. קריסטיִן העיס:
I am quite convinced that some of these midrashim were theatre. I can't prove this, but if this wasn't meant to be preformed, I don't know what is
אין אנהויב די שיעור דערמאנט ר' יצחק די געדאנק אז די פעלדער אין אקאדעמיע וואו מ'שטודירט, צב"ש, רעליגיע, מיסטיסיזם, טעאלאגיע וכדומה אין די הומעניטיס, ווערן פארוואנדעלט אין צו "די היסטאריע פון" מיסטיסיזם, די "די היסטאריע פון" טעאלאגיע אא"וו. דאס איז אין איינקלאנג מיט העגעל'ס געדאנק אז ״פילאזאפיע איז די היסטאריע פון פילאזאפיע״.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין די שיעור זאגט ר' יצחק אז די געדאנק פון "אשה" איז בישיבה, וכעין וואס מ'טרעפט ביי נדות (בראשית לא לה) כי לא אוכל לקום מפניך כי דרך נשים לי, משא"כ ביי ענין "איש". כ'האב געקלערט אז לפי"ז קען מען זאגן אז דעריבער איז דא ביי ברהמ"ז די ענין פון ישיבה, וכדאיתא בתוד"ה והלכתא בברכות נא: ע"ש, וויבאלד ביי ברהמ"ז טרעפט מען בחולין פז. דעם געדאנק פון מ' זהובים וואס דאס איז ווערט וועגן ברכותיה ע"ש. און די מספר מ' בשנים איז דאך ביי בינה וכידוע מאבות פ"ה מכ"א, וואס בינה איז דאך ביי אַן "אשה" ביותר וכידוע מנדה מה: ולכן איז ביי ברהמ"ז שמרמז לזה דא דעם ענין פון דייקא ישיבה.
און מיט דעם קען מען אויך זאגן אז אברהם איז געזעצן ביי פתח האוהל כחום היום פאר ער האט גערופן די מלאכים, ופירש"י שם (חי א) בקש לעמוד אמר לו הקב"ה שב ואני אעמוד ואתה סימן לבניך וכו' ע"ש. והיינו דוקא בישיבה. ואולי ווייל דעמאלטס איז טאקע געקומען צו אים די בשורה על לידת יצחק, והסימן לזה שפירסה שרה נדה וכדפירש"י שם להלן בפסוק ח עפ"י הגמרא בב"מ פז., און די סימן איז געווען ווייל ווי די פסוק זאגט (שם יא) אז בטבע האט זיך עס שוין געהאט אויפגעהערט צו קומען צו איר ביז דעמאלטס. ולכן איז אברהם דוקא געזעצן, ווייל דאס איז דאך די ענין ביי אשה ונדה.

- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: בית מדרש עיון למחשבה
קוקט ווער ס'דא געווען לייענען.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
Re: בית מדרש עיון למחשבה
איך ווייס נישט וואס איז די חילוק פון חכמה בינה און דעת, איך טראכט אז עפעס א חילוק קען מען זען כי ברב חכמה רב כעס, אז די חכמה ברענגט צו frustration, און ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, אז דעת ברענגט צו pain.
אפשר איז חכמה social intelligence און דעת emotinal intelligence?
אפשר איז חכמה social intelligence און דעת emotinal intelligence?
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Re: בית מדרש עיון למחשבה
לידיעה בעלמא, די חילוק פון חכמה בינה דעת איז פשוט דריי אנדערע זאכן מיט דריי אנדערע אפטייטשן, אבער דאך מענין לענין באותו עניו. פונקט ווי עוזר מושיע ומגן, וואס זענען ענדליך און גרופ'ד צוזאמען, אבער דאך דריי אנדערע ווערטער מיט דריי אנדערע אפטייטש. חכמה איז "קלוגשאפט" דהיינו די בליץ פון א דבר חכמה, בינה איז "פארשטאנד" דהיינו מבין דבר מתוך דבר, און דעת איז "וויסנשאפט" דהיינו אפליקעישאן ווי אזוי מ'ניצט די חכמה בינה. (עפעס אזוי...). עוזר איז הילף, מושיע איז ראטעווען, מגן איז באשיצן. די זעלבע חב"ד איז דריי אנדערע זאכן וואס האבן סך הכל א שטיקל שייכות אין ענין.וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 11, 2024 9:23 pm איך ווייס נישט וואס איז די חילוק פון חכמה בינה און דעת, איך טראכט אז עפעס א חילוק קען מען זען כי ברב חכמה רב כעס, אז די חכמה ברענגט צו frustration, און ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, אז דעת ברענגט צו pain.
אפשר איז חכמה social intelligence און דעת emotinal intelligence?
נאכדעם קען מען שוין אריינטייטשן ע"ד פרדס בכמה אופנים אזוי ווי האסט שיין אריין געטייטשט, טאקע ווייל ס'איז דריי אנדערע זאכן, און וועגען דעם איז מעגליך אויך דא א פלאץ מחלק צו זיין חכמה כעס, דעת מכאוב, צווישן אלע אנדערע חילוקים.
לעצם וואס די שרייבסט א נפק"מ צווישען אימאשינעל און סאשעל אינטעלידזשענס, איז כדי צו וויסן אז די אלע מידות/ספירת זענען דזשענעראל מידות וואס ווערט גענוצט ביי פארשידענע הגדרות צוגלייך, אימאשינעל און סאשעל, רוחניות און גשמיות. פונקט ווי חסד קען זיין ברוחניות ובגשמיות, אזוי אויך איז חסד סיי סאשעל און סיי עמאצינאל, סיי פאר זיך קען מען טוהן חסד און סיי פאר יענעם, סיי פיזיש און סיי מחשבה. אזוי אויך חב"ד קען זיין ברוחניות ובגשמיות, זיך מיט יענעם. די אלע מידות זענען נאצל פון באשעפער דהיינו עולם האצילות, אזוי גייט עס אראפ אלע לעוועלס ביז עולם עשיה פיזיש, איבער אלע מצבים, און אלעס איז נוגע איבעראל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער מלבי״ם (וועלכער האט ווי באקאנט געהאלטן אז עס זענען נישטא בלשה״ק של תנ״ך גלייכע סינאנימס מיט׳ן ממש זעלבן באדייט) שרייבט במשלי (א ב):
און דארט בפסוק ד:חכמה – כל המתואר בשם ״חכמה״ צריך שתהיינה באותו הענין שני דרכים הפוכים זה מזה נמצאים במציאות קיים, ואז יתואר הדרך האחד מהן בתואר חכמה והדרך ההפוך לו יתואר בתואר סכלות. אבל אם אין בענין ההוא רק דרך אחד ואין דרך אחר הפוך ממנו נמצא במציאות, לא יפול עליו לשון חכמה, אבל הוא תחת סוג הבינה והדעת והשכל.
בינה – הוא כח הנטוע בנפש העובר בכל הדברים שהם חוצה לו להשיגם ולהבינם, ומובדל מכח החכמה שהוא אוסף חקי החכמה מחוצה לו ומביאם בנפש לציירם ולשמרם, ובבינה מבין בדברים שנופל עליהם שם אמת ושקר, וכן להבין מליצות עמוקות וחידות ודברים סתומים, ולהבין עניני החכמה, שהגם שא״א למצוא חקי החכמה בבינתו כנ״ל, אפשר להבינם אחר שקבלם מאדון החכמה, וכח הבינה יוליד היקשים ותולדות להוציא דבר מדבר בכל המדעים אשר השיגה נפשו בין ע״י החושים בין ע״י המושכלות ראשונות או בכל הענינים שהתחקו בה, ירכיבם בכח בינתו זה על זה ויוציא דבר מדבר.
(ואולי קען מען דאס נוצן להשוות הגמרא בנדה מה: דיש לאשה בינה יתירה, עם זה שיש לה דעת קלה בשבת לג: ועוד מקומות בש״ס.)דעת – נופל על כל דבר שמתברר לאדם בידיעה ברורה והוא מה שיתברר ע״י החושים, או ע״י מושכלות ראשונות, כמו שהכל גדול מן החלק וכדומה, או ע״י מופת השכל, וכן תהיה לאדם ידיעה ברורה בדבר שנקבע בלבו כך ע״י ראיות רבות, או גם האמונה שנקבעה בלבו לאמת ברור, כמו אמונות התורה שנתבררה באותו המעמד הגדול בנבואה ובאותות ובמופתים, ועפ״ז יצוייר דעת גם בחקי החכמה
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:59 am
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re:
און זוהר ווערט געברענגט אז חכמה דא מוחא, בינא דא ליבא, דעת הוא הכולל והמיזוג של שניהם, והוא הכח להוציא את הדברים/מושכלות מכח אל הפועל.מי אני האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 12, 2024 6:52 am דער מלבי״ם (וועלכער האט ווי באקאנט געהאלטן אז עס זענען נישטא בלשה״ק של תנ״ך גלייכע סינאנימס מיט׳ן ממש זעלבן באדייט) שרייבט במשלי (א ב):און דארט בפסוק ד:חכמה – כל המתואר בשם ״חכמה״ צריך שתהיינה באותו הענין שני דרכים הפוכים זה מזה נמצאים במציאות קיים, ואז יתואר הדרך האחד מהן בתואר חכמה והדרך ההפוך לו יתואר בתואר סכלות. אבל אם אין בענין ההוא רק דרך אחד ואין דרך אחר הפוך ממנו נמצא במציאות, לא יפול עליו לשון חכמה, אבל הוא תחת סוג הבינה והדעת והשכל.
בינה – הוא כח הנטוע בנפש העובר בכל הדברים שהם חוצה לו להשיגם ולהבינם, ומובדל מכח החכמה שהוא אוסף חקי החכמה מחוצה לו ומביאם בנפש לציירם ולשמרם, ובבינה מבין בדברים שנופל עליהם שם אמת ושקר, וכן להבין מליצות עמוקות וחידות ודברים סתומים, ולהבין עניני החכמה, שהגם שא״א למצוא חקי החכמה בבינתו כנ״ל, אפשר להבינם אחר שקבלם מאדון החכמה, וכח הבינה יוליד היקשים ותולדות להוציא דבר מדבר בכל המדעים אשר השיגה נפשו בין ע״י החושים בין ע״י המושכלות ראשונות או בכל הענינים שהתחקו בה, ירכיבם בכח בינתו זה על זה ויוציא דבר מדבר.(ואולי קען מען דאס נוצן להשוות הגמרא בנדה מה: דיש לאשה בינה יתירה, עם זה שיש לה דעת קלה בשבת לג: ועוד מקומות בש״ס.)דעת – נופל על כל דבר שמתברר לאדם בידיעה ברורה והוא מה שיתברר ע״י החושים, או ע״י מושכלות ראשונות, כמו שהכל גדול מן החלק וכדומה, או ע״י מופת השכל, וכן תהיה לאדם ידיעה ברורה בדבר שנקבע בלבו כך ע״י ראיות רבות, או גם האמונה שנקבעה בלבו לאמת ברור, כמו אמונות התורה שנתבררה באותו המעמד הגדול בנבואה ובאותות ובמופתים, ועפ״ז יצוייר דעת גם בחקי החכמה
ספרים טייטשען מיט דעם המקדש את אשה ע''מ שאני צדיק גמור הרי''ז מקודשת שמא הרהר תשובה בדעתו. והקשיא ידועה דלכ' איך ומה חשוב החשיבה וההרהור לרגע קל עד שמכח זה מתהפך מרשע להצדיק גמור?
נאר דייקו חז''ל בלשונם שמא הרהר ב'דעתו', און דעת איז די מיזוג פון מח ולב און אזא טיפע הרהור תשובה וואס איז בדעתו, כולל שניהם, אפשר להפך את האדם מרשע להצדיק גמור.
עכ''פ דעת איז די באלאנס פון די צוויי מידות וספירות וואס דורך דעם איז ער עס מוציא מכח אל הפועל, כידוע אז די מקור פון דעת הוא פעולת החיבור כמ''ד והאדם ידע, און דארט רעדט מען בכלל נישט פון א ענין שכלי אלא ההכרח שענינו להוציא מכח אל הפועל הדברים מחשבות ומושכלות שקיבץ.
יעצט פארשטייט זיך אליינס אז טאמער וועט און די מיזוג זיין איינס מער פונעם צווייטען אן קיין באלאנס השווה וועט די דעת נישט האבען אזא שטארקע כח צו קענען שטיין און אויספירען זאכען שבנפשו.
וזהו נשים יש להם בינה יתירה, דאס הייסט א איבריגע מאס פארשטאנד אזוי ווי די גמ' זאגט טאקע נשים מכרת באורחין יותר מבאיש, און די בינה יתירה איז טאקע צו בויען איר שטוב כמ''ד חכמת נשים בנתה ביתה.
אבל דא עקא וויבאלד זיי האבען א איבריגע מאס פון בינה דא ליבא איז זייער באלאנס נישט שווה, ולכן לפעמים עולה רגשות ליבם ומעבירתן על דעתן, וזהו נשים דעתן קלות, זייער דעת איז זייער לייכט און קען זיך גרינג איבער רעדן כידוע די מעשה פון די גמ' ווי זי האט זיך נתפתה געוועהן לדבר עבירה.
מיט דעם אז די מידת דעת איז די כח צו לעבען און ארויסברענגען און שטיין אויף די זאכען וואס ער האט געלערנט, איז מובן אז עס קענען זיין קינדער וואס זענען קלוגער און חכמה ובינה פון עלטערע, נאר וואס עס פעלט זיי איז כח הדעת וואס דאס באקומט מען ביי די בר מצוה וואס זיי ווערען דעמאלסט א בעל דעה.
Re: בית מדרש עיון למחשבה
איך טראכט אפשר אז דעת איז דאס וואס מריפט אן mind, זיין ביים ' זינען' פארקערט ווי למשל ווען איינער איז מיד, אנגעטרינקן אדער stressed וואס קען נישט טראכטן גראד.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: בית מדרש עיון למחשבה
האב איך הנאה געהאט צו טרעפן ר' יצחק'ס נאמען אין די פסח מאמענט - ווען יואל אשר לאבין אין אן אינטערוויו רעדט פון אים (גרויסע זאכן) זייענדיג זיין פארמיטאג חברותא..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!