די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיט וואס איז מר הלברנץ אנדערש ווי סיי וועלכע עסקן?
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

איסר האטלקי האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעם הייסן דיסקוסיע, נאך יארן שרייען אז קיינער פון די יוונים ווייסט נישט אז ער האט בכלל אינטערנעט, האט מען אים פלוצלינג 'געבעטן' אז ער זאל אויפהערן שרייבן דא...

טראג אפ באצייטנס דו שקרן.

דו וועלט זאגט אז א פלפול קען מען נישט אפפרעגען ווייל יעדע קשיא וואס דו פרעגסט מאכסטו לענגער די פלפול
וועסט שוין זעהן ווי דער לץ קומט אפיר מיט א גאנצע מעשה ווי מהאט עם געכאפט נוצען די אינטערנעט...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
monseyrental
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך monseyrental »

חבדניק האט געשריבן:מיסטער אלטער און מיסטער חכמת, ביטע זייט פראפעשאנאל.
די קליפ פון חכמת שלמה האב איך געטראפן אויפן אייגענע האנט דא
https://bshch.blogspot.com/2018/12/blog-post_882.html
די בריוו פון אלטער קען איך נישט דן זיין גארנישט, נישט לכף זכות און נישט לכף חוב.
איך זעה נאר אז ס'איז דף ג' פון א בריוו פון איינעם צו איינעם.
איך assume אז ס'איז א בריוו געשריבן צו די חתונה געהאטע מיידל וואס איז געווען אונטער טשיילד פראטעקשן, אריין געשמאגלט? לעגאל?
איך זעה אבער פון די פאר שורות, אז מ'רעדט זאכן פון אין עוד מלבדו, פון אמונה, פון התחזקות, פון טהרה וקדושה.
איך וואלט געווען מער פון נייגעריג צו זעהן די גאנצע בריוו, אדער גאר בריוון, כדי עס צו קענען דן זיין "מיט מיין אייגענע שכל" פליז.
טאמער דארף איך זיך פארלאזן אויף אנדערע און אויף צוהאקטע שטיקער פון בריוון, און מ'האט אזוי מורא פון אפאר שורות פון א מיידל אדער פון א יינגל פון לב טהור צו חשק שלמה צו בבל ווי אזוי ס'הייסט נאר, שטייען מיר טאקע גאר צוריק געבליבן און אנגעוואנדן אויף "דעת העסקנים".
וואס איך האב יא באקומען לעצטנס פון א חבר איז א קונטרס פון די לב טהור, after all i wish יעדע אנדערע גרופע/חסידות/קהילה/קאלט צו שטיין אונטער אלע זייערע מעשים בלי יוצא מן הכלל. regardless if its right or wrong
פערסאנאלי, מיין איך אז רוב זאכן וואס זיי עקספלעינען איז אם לדין יש עליהם תשובה
אבער דאס געפעלט מיר אז זיי שטייען קלאר אונטער יעדער דיטעיל פון זייערע התנהגות, אן זיך רעכענען מיט קיין שום עסקנים, מאכערס, דעת הקהל, דאס איז some thing speciald
דא איז די לינק צו די פייל יא, זייער וויכטיגע מעלדונג פון פאראויס: read it at your own risk
טאמער האט איר מורא אז א שיינע ליין מאטריאל גייט אייך טוישן אייערע לעבנ'ס באווענגונג געצוואונגען, דאן stay away

נישט דא קיין שום עסקן אויף די קליפ דעס איז ראפי א געליטנער פין די קולט נעבעך
monseyrental
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך monseyrental »

חכמת שלמה האט געשריבן:
און אז מען רעדט שוין: וואו נעמט מען אזא נאצישער רשעות'דיגער הארץ, צו גיין פאטאגראפירן יונגע קינדערלעך, וועלכע שרייען בדם לבבם אז זיי ווילן נישט עסן די עסן צוליב כשרות. מען פאטאגראפירט זיי, און מען לאכט זיי אויס ברבים. מען פייניגט זיי און מען לאכט פון זייער לבוש. דאס קען יעדער הערן אויפן ווידאו... ס'געפעלט דיר נישט זייערע חומרות, דו האלסט אז זיי זענען עקסטרעם? - אקעי, אבער זיי זענען יונגע קינדער... ווי איז דאס ביסל רגש און הארץ פאר א יונג קינד וואס וויינט און טראגט א דאגה... מען האט זיי אוועקגעריסן פון די עלטערן, זיי געפינען זיך מיט פרעמדע מענטשן, און דו לאכסט פון זיי, שפעטסט פון זיי אפ ברבים, זיי פאטאגראפירנדיג זיי. דאס זעט מען ברבים...

האבן זיי נישט קיין הארץ? - מיינסט אז זיי שפירן נישט אז דו לאכסט פון זיי אפ? - דו מיינסט אז ווייל זיי גייען אנדערש אנגעטאן האבן זיי נישט קיין בלוט? - דו וואלסט געוואלט אז מען זאל דאס טון פאר דיינע קינדער? - מילא די עלטערן, אבער וואס האבן די קינדער געזינדיגט??? - שטייען א גרופע גרויסע עסקנים, קעגן עטליכע קליינע יונגלעך מיט מיידלעך, וואס כאפן נאכנישט פונקטליך וואס מען טוט דא מיט זיי, צומישט און פארלוירן... און מען שטייט און מען פארסמאקעוועט זיך אויף זייער בלוט, מען לאכט פון זיי אפן, בשעת די עסקנים לאכן זיך אונטער הויך, און שמועסן צווישן זיך "לאז אים רעדן..." - מאכנדיג א געלעכטער פון זיי... איז דאס אידישליך? - איז דאס מענטשליך? - מעג מען דאס טון? - איז דאס נישט וואס די נאצישע רשעים האבן געטאן ביים צווייטן וועלט קריג? - יעצט גייען אלע שרייען אז איך האב געזאגט אויף די עסקנים נאציס... אבער איך פרעג ערנסט, איז דאס נישט קאלטבליטיגע אכזריות און רציחה? - און מען האט נאך די דרייסט ארויסצוגעבן די ווידאו, זיך ווייזנדיג פאר די גאנצע וועלט וואס פארא העלדן זיי זענען און ווי גוט זיי קענען טרינקען בלוט פון קליינע יונגלעך מיט מיידלעך, אן דעם וואס די הארץ זאל זיי קלאפן.

זענען זיי טאקע די וואס ווילן פארזארגן די קליינע קינדער? - זענען זיי טאקע די וואס האבן נעבעך רחמנות אויף זיי און וויל זיי ארויסראטעווען פון דעם "שלעכטן קאלט"? - אזוי באהאנדלט מען קליינע קינדער? - בעלי חיים באהאנדלט מען נישט אזוי!!! - וואו איז איינער דא אויף קאווע שטיבל וואס זאל ארויסקומען מיט א קול דממה דקה אז עס איז נישט געווען ריכטיג, און די עסקנים דארפן פארשריגן ווערן פאר אזא באהאנדלונג?! - איינער, כאטש איינער... אונטער וועמענ'ס הענט לייגט מען אריין אונזערע קינדער?! - געוואלד, איך האב נישט קיין ווערטער, מיין הארץ גייט מיר אויס און קאפ שווינדלט מיר צו טראכטן דערוועגן.

הישמע כזאת?!

האסט נעבעך נישט וואס צי זאגען כאפסטו זיך אן אויף עפעס נארישע קליפ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איסר האטלקי האט געשריבן:אן אריינגיין אין דעם הייסן דיסקוסיע, נאך יארן שרייען אז קיינער פון די יוונים ווייסט נישט אז ער האט בכלל אינטערנעט, האט מען אים פלוצלינג 'געבעטן' אז ער זאל אויפהערן שרייבן דא...

טראג אפ באצייטנס דו שקרן.


דער חכמת שלמה איז באקאנט אין לב טחות אז ער פירט די פי. אר. אויף קאווע שטיבל, זינט שלמה ארז איז געשטארבן איז דאך נישטא ווער עס פארטרעט זיי דא.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

פארדעם פלעגט שלמה אליין זיי פארטרעטן דאהי אין שטיבל?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חכמת שלמה האט געשריבן:שכוח פרייוויליג, אבער דו האסט געענטפערט שלא מן הענין. דו האסט אפשר עפעס צו ענטפערן אויף וואס איך האב פריער געשריבן? - די קליפס וואו מען פייניגט אויס קליינע קינדער, מען שפעט פון זייערע חומרות, מען לאכט זיי אין פנים, זיי פילמענדיג. דו קענסט ענטפערן אויף דעם?

אדער קענסטו אפשר ענטפערן אויף דעם וואס איך האב געשריבן, אז עס וועט גארנישט העלפן די עסקנים, די טעלער קינדער וועלן צום סוף זיך צוריקקערן קיין לב טהור? - דאס איז א פאקט וואס יעדער נארמאלער מענטש קען פאראויס שאצן. דו קענסט עפעס ענטפערן אויף דעם, אויסער קללות?


ניין, ווייל עס קומט זיך דיר נישט קיין נארמאלע תשובה, ביסט דאך פונקט ווי דעם פריערדיגן פאשא פון לב טהור, אנשטאט נעמען דיינע טאלאנטן און אפיאפעצן פון שטח און קומען וואוינען אין ניו יארק ווי א נארמאלע מענטש זיצטו אין גואטאמאלא מיט די אלע טעמבעלים דארטן וועמען פאפא שלמה ארז האט אהינגעשלעפט און די ווילדעוועסט דא אויף קאווע שטיבל און שרייסט וועגן קליפס...

מען טאר נישט פאטאגריפירן קינדער וואס ווילן נישט עסן, אבער אויסהונגערן קינדער און פארשפארן אין פריזערס דאס טאר מען יא, און דאס איז ענקער עבודת הקודש דארטן און עטס פירטס ענק כדרכי אבות ווייל לכאורה איז רבינו יואל אויך געפלויגן קיין גואטאמאלא און איינגעטרעינט דעם ציבור אז אלס איז טמא חוץ אונז, וואס? האט ער אפשר אויך געהאט א ניק אויף קאווע שטיבל ווי פאפא שלמה ארז?

בעט איך דיר חכמת טיפשות אדער וויאזוי מען רופט דיר אויפן ערשטן נאמען, קום אריין מיט אינטערסאנטע גאססיפ אדער טרעט אפ פון דיין אמט אלס קארעספעדאנד פון גואטאמאלא, שיק ראזנער מיט די וואנצעס אדער דעם בבלישן וויינגארטן פון מאלעס-מאנסי ניו יארק וכעת בגואטאמאלא...

קיינער איז נישט אינטערסירט צו הערן דיינע שטעלונגען און סטראשענען קענסטו די גואטאמאלא'ער גענז.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

מען הערט קלאר אז דער וואס רעד איז ראפי, איך קען נישט גלייבן אז א נארמאלע מענטש וואלט אזוי סיקירט די קליינע מיידעל.
איין זאך וואס עגבערט מיר שוין זייט שבת, וואס איז טאקע פשט אז די עף בי איי צו די פאליציי קענען נישט לייגן א יד אויף די שקצים? זענען זיי טאקע אזוי פראפעסיאנעל אז שוין אריבער 4 טעג זייט די פארכאפונג און אדערווייל הערט מען גארנישט? וואס איז פשט?
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך בלויע רעקל »

חכמת, די וועלט רוקט זיך, קליפס דרייען זיך, צוביסלעך רינט ארויס זאכן, מען קען שוין נישט באהאלטן זאכן אונטערן טעפיך ווי אמאל.

יא יא עס שטעכט אפשר, מען זעהט אז דאס קליפ באדערט דיר! ווייסט פארוואס ווייל א קליפ ווי א מיידל זאגט אז די מאמע רייצט קינדער קעגן א טאטע טוהט וויי, און עס שטערט ענקער פראפאגאנדע.

אבער דאס איז די שיינקייט פון דעם רבוש"ע וואס שטעלט צו א אפענער וועלט צו ראטעווען נשמות פון ווילדע דיקטאטורן.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

שליחה דורך אונטער חכם »

סמבטיון האט געשריבן:מען הערט קלאר אז דער וואס רעד איז ראפי, איך קען נישט גלייבן אז א נארמאלע מענטש וואלט אזוי סיקירט די קליינע מיידעל.
איין זאך וואס עגבערט מיר שוין זייט שבת, וואס איז טאקע פשט אז די עף בי איי צו די פאליציי קענען נישט לייגן א יד אויף די שקצים? זענען זיי טאקע אזוי פראפעסיאנעל אז שוין אריבער 4 טעג זייט די פארכאפונג און אדערווייל הערט מען גארנישט? וואס איז פשט?

ווער זענען די קינדער, איך זעה נתן העלבראנץ דארט, איז עס זיינע קינדער?
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אלטער_איד »

קוקט אויס נתן מיט זיינע קינדער. און נתן האט לכאורה נישט געוויסט אז ראפי ריקארדט עס...
ווי אזוי עס זאל נישט זיין, זענען נעבעך סיי נתן און סיי רפי נאך קראנק פון די אביוז..

טייערע אידן, איך בין פערזענליך נאנט מיט די קעיס פון די קינדער וואס זענען אנגעקומן קיין טאהש. די קינדער וועלן דארפן יארן טערעפי צו קענען פטור ווערן פון זייער קאשמארן וואס פייניגט זיי און קענען נישט שלאפן ביינאכט פון די קאשמארן.. ווער עס נעמט לב טאכעס זייט, איז אדער נישט באקאנט מיט די פאקטען, אדער האלט אז אביוזען די קינדער און אנדערע אומשילדגע משפחות זענען ריכטיג..

עס קען זיין אז זיי וועלן קענען באהאלטן די קינדער ביז זיי ווערן 18 יאר, אבער עס ענדיגט זיך נישט דא... זיי האבן אויפגעוועקט אפאר פעסטע בערן, וואס וועלן נישט שלאפן מער..
און פאר די וואס פרעגן פארוואס מען הערט נישט פון די עסקנים אדער FBI, א מערדער פאר ער הארגעט מעלדט ער אויך נישט.....
און פאר ענק טייערע אידן... ביטע פארשפרייט די פאקטען.. רעדט צו ענקערע רבנים און עסקנים... זיי זאלן נישט לאזן די אומשילדגע קינדער און משפחות ליידן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אבער עס איז שוין דא סיי וועלכע ריכטונג צו די פארכאפטע קינדער?
באניצער אוואטאר
אלטער_איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2018 1:15 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אלטער_איד »

ווער עס ווייסט זאגט נישט, און ווער עס זאגט ווייסט נישט (געווענליך)...
איך פערזענליך בין נישט ממש באקאנט מיט די טעלער קעיס, אבער איך קען די עסקנים וואס ארבעטן דערויף... און זיי שלאפען נישט...
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

ליינט און האט הנאה

(נישט נאר די חלקים וואס די עסקנים פארקויפן אייך)
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

חכמת שלמה האט געשריבן:ליינט און האט הנאה

(נישט נאר די חלקים וואס די עסקנים פארקויפן אייך)

נישטא ווער סזאל וויינען. די מוח-וואשעריי וואס שרייט ארויס פון די בריוון איז אומגלויבליך!! די שרייבער איז נעבעך אומשולדיג, שולדיג איז די אומפארשעמטער אומגעוואשאנע זכר וואס לייגט אריין די אלע באגאס אין די תמימי לב.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

דער וואס גיט געלט איז שולדיג!!

שליחה דורך Buddy »

מען דארף אים הרג'נן!! אן קיין אויסנאם!

מען קען שיקן געלט ארויסצוהעלפן די נפגעי טרור וכתות, אבער ח"ו נישט שיקן געלט דירעקט צו די פושעים.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

חכמת שלמה האט געשריבן:ליינט און האט הנאה

(נישט נאר די חלקים וואס די עסקנים פארקויפן אייך)


אלעס געליינט ב''ה:

איר טראגט אריין ג-ט אין אייער טוילעט. אפשר לאזט איר שוין ארויס דעם טוב ומטיב פון אייער פארשאלטענע קולט? ג-ט האט פיינט שלעכטע לייט. איר זענט שלעכטע לייט.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

צוויי פון מיינע חברים האבן אריינגעלייגט ביי מיר די סכום פון $2998.00 -משום מעשה שהיה- לטובת צדקות אנשי קהילה לב טהור. די געלט מיז גיין פאר שיך/קליידונג/עסן. Basic food and Staples ווי מ'רופט עס.

איימיצער פון די עסקנים קענען מיך קאנטאקטען אין אישי.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

דורכגעליינט דעם בריוו.

איך וואונדער זיך אויב די זעלבע בריוו זאל ווען ווערן געשריבן דורך ר' נחמן שטארקעס ע"ה צו זיין אייניקל יאסעלע, וויאזוי מען וואלט עס אנגעקוקט.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס דארפן די בריווען אויפווייזען? אז די גואטאמעלע כנופיה האלטן אז אחוץ זיי זענען אלע אידן אפגע'שמד'ט? אז זיי קענען גיסען טינט אויף פוסטע לאזונגען?

דאס איז קלאר אז זייער מהלך איז נישט קיין אידישע, עס איז נישט געבויט אויף תורה, נאר די קאפריזן פון א בשר ודגים. וויאזוי איז איר לעבן יעצט א 'נסיון'? דאס איז בלויז דברי רשו,ת וואס איז ווי איינער וואס ארבעט שטארק צו ווערן א וועלטס לויפער צו שווימער, און אונטערוועגנס קומען שטרויכלונגען.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יאסל, גיב עס פאר ר' אלעזר מוסקאוויטש אין מאנטריאל וואס איז געווען דער ערשטע העלד וואס האט אריינגענומען נתן נאכדעם וואס זיין אייגענע טאטע ארז ימש''ו האט עם צוגענומען זיין ווייב און קינדער, צובראכן ביידע פיס רח''ל און ארויסגעווארפן ווי א הינט.

אז דו בלייבסט מיט עפעס איבריג, געב עס פאר די יעציגע עסקנים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חבדניק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך חבדניק »

צו יאסל
איך מיין נישט אז לב טהור גייען נעמען געלט מיט קאנדישןס
צוייטנס זיי גייען נישט נוצן ק''ש
דריטנס דו ווילסט דווקא קענסטו געבן א טריי אויף די טעלעפאן / אימעיל וואס עס איז געדרוקט אויף די לעצטע בלאט פונעם פאמפלעט וואס איך האב ארויף געלינקט ביי מיין פריערדיגע תגובה.
אגב יישכ חכמת פאר די בריוון. יעצט גיי איך קענען דן זיין אליינס. ביז דערווייל האב איך הנאה פון פונדאמענטאליזם און קאנסיסטענסי.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ביסט א חסר דעה אדער וואס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט