בלאט 5 פון 8
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:17 pm
דורך קומזיץ
גדליה האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:בכל תפוצות ישראל היו ויהיו תקנות. אינני רואה שום חילוק בין זה לשאר תקנות הקהילות. האם בסטמר נותנין להיקבר בקרית יואל לכל אדם? גם בהרבה מקומות אין נותנין מי שלא טבל לקריו לעבור לפני התיבה, וכן מי שמגלח זקנו או אינו לובש בגד עליון או חגורה אין נותנין לעבור לפני התיבה בכמה מקומות. וכן אין נותנין לאלו שנשותיהם מנהיגים רכב לשלוח למוסדותיהם.
א שליח ציבור האט גאנץ אנדערע תקנות, קוק אריין אין שו"ע, ס'מוז זיין א מרוצה לקהל און א ת"ח וכו'. ער רעפרעזענטירט דאך די קהל.
די סאטמארע רשעות פון נישט באגראבען אין ביה"ח וועמען זיי געפעלט נישט איז טאקע א רשעות שאין כמוהו, אבער כ'האב געמיינט אז נאר די סאטמארע דיקטאטארן זענען עלול אויף אזוינע אכזריות.
אבער געוואלד, מיר רעדען דאך נישט דא פון קיין זכות, מיר רעדען נישט דא פון קיין עליה לתורה, מיר רעדען נישט דא פון קיין כיבוד. דא רעדט מען דאך פון מאכען א ברית מילה פאר א יודיש קינד! געוואלד אין געשריגען. אין רוסלאנד איז די הייליגע ריבניצער רבי זי"ע געלאפען אין די גרעסטע פרעסטען מיט מסירת נפש מל'ען קינדער פון יודען וואס האבן קוים געוואוסט פון יודישקייט צו זאגען. אין דא רעדט מען פון *נישט* לאזן מאכען א ברית אין שוהל.
כ'ווייס נישט צו די עולם כאפט די ביטערע טרויעריגע איראניע. בעלזע רבי לאזט נישט מאכען א ברית פון א אידיש קינד (נאר ביי זיך אין שוהל! שטייצעך, אזוי ווי ביי די קאמוניסטען. אין א אנדערע לאנד האסטו געמעגט מאכען א ברית, נאר נישט אין רוסלאנד).
א ניי געבוירן נשמה'לע, ווערט געשטראפט מיט די הארבסטע עונש אין יהדות, מ'טאר אים נישט אידישן. נישט ווייל ער איז געהל, נישט ווייל מתו אחיו מחמת מילה, נאר ווייל זיין פאטער איז עפעס געפערליך.
וואס איז? שבת היט ער, כשר'ס עסט ער, אין מקוה גייט ער. אבער ער פאלט נעבעך דורעך מיט קוקען פיקטשערס פון פרויען. אויף א סקרין. פארדעם טאר זיין זוהן נישט אריינקומען בבריתו של אברהם אבינו. (סארי ער מעג יא, נאר נישט אין בעלזע שוהל, זאל סאטמער זיך ספראווען מיט אזא פורק עול).
רחמנא ליצלן, לאן הגענו. א יוד טאר נישט מל'ען זיין בן זכר אין שוהל צום אכטן טאג, נישט ווייל ער היט נישט שבת, נישט ווייל ער איז געוואוינט מיט א אשת איש, נאר ווייל ער האט א סמארטפאן אן די קאמפעני פילטער. ווי ווייניג יראת שמים און ווי ווייניג מענטשליכקייט מוז א מענטש האבען צי אינפארסירען אזא תקנה?
כ'האב שוין נישט קיין כח צו שרייען. אויב די עולם זעהט נישט איין די שרעקליכע רשעות אין אזא מין תקנה, גיי איך דינגען איינעם צי מאכען ראבא קאלס און מסביר זיין פאר מענטשען.
היינטיגע טעג איז אינטערנעט/ סמארט פאן פון די גרויסע נסיונות וואס אונזער דור ספראוועט זיך מיט דעם , קיין איינער דארף נישט ארבעטן שבת כדי נישט צו פארלירן זיין ארבעט און ב"ה איעדער גייט היינט און חדר און קען דאווענען און אביסל לערנען און דארף נישט קיין ארבעטן מיט'ן טאטען און פעלד ביי די צען יאר און אויס וואקסען א פיסטע עם הארץ, אוודאי איז עס נישט קיין כריתות פאר איעדעם איינעם
אבער די מענטשען וואס צו זיי קומט אן פראבלעמען פון מענטשען וואס איז געווארן דורך האבן צוטריט צו די ארגסטע זאכן מיט א קוועטש פון א קנעפל ,זענען מענטשען וואס זענען מנהיגי העדה , עסקנים(און איך גלייבט שווער אז איינער זיצט דא אויף קאווע שטיבל) און איינער פון דעיע איז די בעלזא רב , און זיי שפירן א אחריות אפצוהיטען זייערע מענטשען פון די נסיון ,
אבער אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן דברי תורה צריכין חיזוק,
מיר אליין שמעקט אויך נישט די תקנה עס שפירט ווי מכאפט דיך אן ביים קארג אבער ממיז אמאל לייגן דרוק אויף מענטשען טאקע וויבאלד מען וויל עס אזוי שטארק האבן ,
די תקנה איז געוועהן בעיקר פאר יונגעלייט וואס האבן נאך נישט קיין קינדער און מוסד און מוויל זיי זאלן נישט אריינפאלען און די פראבלעמען וואס קומט מיט דעם ( משום מעשיות שהיו)קען זיין עס אביסל א שטרענגע תקנה אבער מ'דארף א שטארקע דרוק כדי מזאל זיך צוריקהאלטען פון דעם
בעלזא רב לאזט מאכן א ברית פאר יעדעם און זיין בית המדרש ער געט איעדעם א ברירה זיך צוצישטעלן
ומשום צורך השעה האלט ער אז מ'דארף ג'יין שטרענג מיט דעם
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:20 pm
דורך גדליה
קומזיץ
איך בין נייגעריג וועם ציהלט מען מיט די תקנות. לכאורה דער וואס פאפט ביז יעצט די סיסטעם וועט ווייטער קענען פאפן ניין?
ווי שווער איז צו קויפען א טעבלעט אין עס האלטען אינטער די דאכענע פאר א שוואכע מינוט?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:25 pm
דורך גדליה
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:גדליה, איך בין אזוי עמאשענעל פון דיין מיט לייד מיט אימשילדיגע יונגעלייט וואס זייער איינציגע באגער איז צו מאכן א ברית פאר זייער קינד, און מען לאזט זיי נישט, זאג מיר וועם חישטו דא? הער אויף צו גיין ארום און ארום, ענטפער מיר וואס איך פרעג דיר , דארף א יוד האבן א פילטער אויף זיין סמארט פאון אדער נישט? ענפער מיר נישט מיט קראקאדילן טרערן איבער קאמעניזעם און כינע און רימניץ, אויב יא, איז דאס אלעס וואס די קהיה פארלאנגט נאך דעם קענסטו מאכן צווייי ברית'ן א יאהר אפילו, מיט א קידוש אויך, אויב האלטסטו אז הייסן די קהילה מעמבערס ארויף לייגן א פילטער איז בגדר זיין א דיקטאטאר, קען מען שוין אפשטעלן די שמועס דא. קיינער פילט זיך ב"ה נישט דיקטעדעט.
מיין פאזיציע איז זייער זייער פשוט
יעדע קהילה האט א רעכט צו מאכען א פילטער פאר זייערע מעמבערס אין פארלאנגען מ'זאל עס נוצען (דורך האלטן דרשות, שרייבען ארטיקלען, צוזאגען פרייזעס, וכדו')
אויב איינער האט נישט קיין פילטער זאל ער נאכאלץ מעגען מאכען ברית'ן אין קדישום אין וועלכע שוהל ס'שמעקט איהם
מיין אישו איז נישט מיט די תקנה נאר מיט די סטראשע. אין נאכמער אז מ'נוצט רוחניות פאר א סטראשע
מצוות ברית מילה (ווי אויך מוסדות התורה) איז נישט נתחדש געווארען כדי בעלזע רבי זאל עס קענען נוצען אלץ א שטעקען פאר זיינע אינטערנעט תקנות
איך פארשטיי אז פאר יודישקייט איז וויכטיג אז מ'זאל האבען א פילטער.
אבער פאר יודישקייט איז אויכעט וויכטיג אז יעדע יוד זאל וויסען אז ער קען מאכען א ברית מילה אין וועלכע שוהל ס'שמעקט אים איבער די גאנצע וועלט.
גדליה: וואס פארשטייסטו נישט. אויב מ'וועט ענפארסן די תקנות וועט מען אויסקומען צו א מצב אז ס'וועללן זיך (ח"ו) ארומדרייען א סאך בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען ..."ערלים"... און א סאך מיידלעך וועלכע וועללן הייסן לוסי, נענסי און דזשעניפער. ווייל מ'האט זייערע טאטעס נישט געלאזט מאכן א ברית. אדער געבן א קידוש און געבן א אידישן נאמען בשעת קריאת התורה...! אזוי ווי אין קאמוניסטישן רוסלאנד. און נאכדעם וועללן קומען די וואוילע אידן די מזכי הרבים און מאכן האלסעיל ברית'ן פאר דערוואקסענע מענטשן. און געבן אידישע נעמען בשעת קריאת התורה פאר באבעס...! א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם...!
כ'האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט פין א אידישע צרה...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:32 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה האט געשריבן:קומזיץ
איך בין נייגעריג וועם ציהלט מען מיט די תקנות. לכאורה דער וואס פאפט ביז יעצט די סיסטעם וועט ווייטער קענען פאפן ניין?
ווי שווער איז צו קויפען א טעבלעט אין עס האלטען אינטער די דאכענע פאר א שוואכע מינוט?
גדליה: לאמיר רעדן ערנסט פאר א מינוט. ס'איז דא איין חלק וואס מ'האט נאך דא נישט אויסגעשמועסט. דער חלק אז תמימות'דיגע ערליכע יונגעלייט וויללן אליינס נישט האבן קיין אומגעפילטערטע סמארטפאונס. די תקנות קומען נאר מחזק צו זיין דעם רצון הטוב. און אויב מ'שפיעלט אויס זיך אליינס,האט מען טאקע דעם שאדן...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:35 pm
דורך קומזיץ
גדליה האט געשריבן:קומזיץ
איך בין נייגעריג וועם ציהלט מען מיט די תקנות. לכאורה דער וואס פאפט ביז יעצט די סיסטעם וועט ווייטער קענען פאפן ניין?
ווי שווער איז צו קויפען א טעבלעט אין עס האלטען אינטער די דאכענע פאר א שוואכע מינוט?
מ'ציהלט יונגעלייט וואס ביז יעצט האט זיי קיין איינער נישט אפיר געהאלטען ווי אזוי זיי באגייען זיך מיט די אינטערנעט ממילא האב זיי נישט נישט געהאט די סיבה זיך צוריקהאלטען פון עפעס ,
אבער יעצט האבן זיי באקומען אביסל א push מער אכטונג צו געבן , און אז מקען זיך נישט דרייען אפען און באקוועם מיט דעם וועלן א אסאך יונגעלייט עס אפלאזן,
ריכטיג אז איינער וואס וויל פאפן קען קיינער נישט אפשטעלן ,
און מקען זאגן אז אפשר זאל מען מער אוועקשטעלן די יונגעלייט אז מען זאל וויסן ווי מהאלט אויפן וועלט און זיך קענען אליין ספראווענען מיט די פראבלעמען יתכן ס'איז א טענה אבער פארט האבן אסאך גדולי ישראל יא געזאגט אז עס איז א פראבלעם זעהט אויס אז מען דארף דא א
שמירה יתירה.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:39 pm
דורך גדליה
דאס הייסט ס'דא אסאך יונגעלייט אין בעלז וואס פייפען זיך אן די קלארע ציווי פון בעלזער רבי נישט האבען אינטערנעט?
די איינציגע סיבה פארוואס די עולם האט א פילטער איז וועגען די קינדער אין מוסדות? ווען נישט וואלטן אלע אראפגענומען?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:45 pm
דורך איש חזון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:[tag]איש חזון[/tag], זייער ריכטיג. און יעצט איז די שעה צריכה לכך אז מ'זאל מבטל זיין אלע גזירות סרק וואס טון אויף אזויפיל אז מ'שטופט מענטשן ארויס און די אינטרנט ווערט נישט ווייניגער. משום שהשעה צריכה לכך דארף מען טאקע אזוי טון און מחנך זיין די ציבור אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן.
וואס וויל מען דען אויפ'ן אמת? טאמער זיי ווילען אז די סארט מענטשן זאלען נישט מאכען זייער שמחות אין די בעלזער זאל, האט עס דאך נישט קיין פשט. וועמן גייט עס אן אז זיי מאכען שמחות דארט? וועמן שטערט עס? נאר אז זיי מיינען אז געוויסע מענטשען וועלען זיך צוריק האלטן פון האבען אן אומגעפילטערטע סמארטפאון צוליעב די שרעק פון נישט קענען מאכען שמחות אין זאל, הייסט'ס גענוצט געוואלד צו צווינגען מענטשען אנצוהאלטען זייער גדרים. דאס האט גארנישט צוטון מיט די גמרא און, כאמור למעלה, העלפט עס נישט.
דאס איז א חלק פון די גלויבונג פון פארטייען, וואס מאכען מענטשען הינקעדיג, און דערנאך געבען זיי א שטעקן אויף וואס זיך צו אנצוליינען, און זיי רעדן יעדעם איין אז אן די שטעקן וועט ער נישט קענען גיין.
גדליה האקט
נישטא וואס צו רעדן, יש דעת תורה בישראל, ניכרין דברי אמת
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יש דעת תורה, יש דעת יורשים ודעת פארטיי פירערס, והם רחוקים זמ"ז כרחוק מזרח ממערב.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:49 pm
דורך איש חזון
הה''ד אז דער רבוש"ע האט באנקראטירט, אז זיין ליטוואק'ל ווערט נאר דערהערט צווישן אפאר גדליה'ס... שכינתא בגלותא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:51 pm
דורך גדליה
דער רבש"ע האט טאקע באנקראטירט אין די גאנצע וועלט
אויסער אין בעלז
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:58 pm
דורך יוסף שרייבער
לייען איך דא אז בעלזער רב שליט''א דארף זיך גאר קומען לערנען ביי א אנאנימער ניק וועגען 'קירוב קרובים'. איך גלייב נישט עס איז דא אפילו נאך איינע חרדישע קרייז זאל עס זיין חסידיש, ליטוויש אדער ספרדיש וואס האט אויפיל אינוועסטעד אין אינוועסט ווייטער אויף קירוב קרובים.
בעלזא האט פייאנירט דאס האבען פריוואטע יונגעלייט בתוככי הישיבות ארויסצוהעלפען בחורים מיט כלערליי פראבלעמען. ל''ד שוואכע קעפ נאר איעדעס סארט פראבלעם א בחור גייט דורעך האט ער א פארשטענדליכע יונגערמאן א אאוטסיידער עם אויסצוהערען און גיידען. איך גלויב אז פאר בעלזא בעולם קאסט עס מיליאנען (יא מיליאנען) יערליך.
בעלזא האט א אורגאניזאציע 'הקשיבה' ווי א בחור אדער יונגערמאן קען אריינריפען אנאנאמיסלי מיט סיי וועלכע 'ספיקות' און באקומען תשובות.
בעלזא האט פייענירט דאס וואס יעדער נארמאלע קהילה האט היינט, דהיינו 'חיים של אושר' פאר יונגעלייט אוועקצושטעלען די נייע שטוב על דרך התורה מיט א גישמאק און זיי שיקען כסדר צו פראפעשענעלס ווען מען דארף. יצויין אז נישט עס ארבייט נישט ווי דעם טמאנ'עם גערער וועג מיט די רישעות'דיגע תקנות הידועים לשמצה נאר אלעס כדרך העולם וואס מען דארף היינט.
בעלזא האט א גאנצע אפאראט מיט 'חברות' אזוי אז אפילו איינער איז צוריקגעשטאנען סאושעלי האט ער לפחות זיין ענגע חברה וואס טרעפט זיך איינמאל א וואך צו טשילען און געבען חיזוק. גאנץ אפט מאכט מען מל''מ און סעודות פאר אלע חברות צוזאמען.
בעלזער רב איז געווען דער ערשטע איינצוזעהן אז פרויען זענען אויך מענטשען און אויפגעשטעלט פאר זיי א עקסטערע נעץ פון חברות בשם 'יחדיו' פאר די זעלבע מטרות (ניין שוטה'לע מען קארמעט נישט קיין חסידות ביי די חברות נאר טשילען וחיזוק) און מפעם לפעם מאכט מען אויך עקסטערע סעודות פאר זיי.
בעלזער רב איז דער ערשטער וואס האט אויפגעשטעלט א ברייטע נעץ פון ווידיאו קאנפערענץ, יא די באקאנטע 'מראות הקודש'. אזוי אז מען דארף שוין נישט קומען צו פארען און בעיקר אז פרויען און קינדער קענען פונקט אזוי מיטהאלטען ווען עס איז זיי באקוועם.
אפגערעדט אז בעלזער רב איז געווען דער פייאוניר אריינצוברענגען טיטשערס לגיל הרך, גוט טרענירטע פסיכילאגען, פראפעסיאנאלע מלמדים טרענירונג. און נאך א היבשע צאל איינפירונגען וואס זענען היינט (האפענטליך) סטענדערט ביים חרדישען ציבור.
און ער דארף זיך גאר קומען לערנען לגבי קירוב קרובים פון א לאו לייף העטער...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:03 pm
דורך גדליה
ס'איז אמת. בעלזער רבי איז בעצם א אייגענארטיגע מענטש מיט אסאך שיינע שטריכן. זיין עיקר מעלה איז אז ער טוט וואס ער וויל אין שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. מיר גייען ב"ה אין זיינע דרכים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:16 pm
דורך יוסף שרייבער
איך קלער שוין לאנג פון שרייבען א לענגערע תגובה איבער דעם אדם גדול בענקים אין זיין אשכול, אבער ווען איך זעה די מאס פויערישע העיט פארגייט מיר די אפעטיט.
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און צוליעב דעם אלס מעג יענער נישט מאכען זיין ברית אין ביהמ"ד?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:25 pm
דורך סמבטיון
שיינע שטריכן וואס? גדליה, דער מענטש האט געראטעוועט דורות, און אויפגעשטעלט אן אימפעריע מיט זיינע ביידע הענט מהממסד עד הטפחות, אין יעדע הינזיכט ווי מען קען אויפטוהן פאר יודשקייט און מאכן בעסער אין לייכטער פאר מענטשן , אויפשטעלען ביזנעס צענטערן אין אלע היימישע געגענטער אין ארץ ישראל, הילף אין וועלכע נושא סזאל נאר זיין, אלס צו העלפן מענטשן מאכן לייכטער די לעבן, מאכן די לעבן געשמאקער, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, ועוד ועוד, גייט מען אים ריפן א דיקטאטור, פארוואס ווייל ער האט ארויף געלייגט א תקנה אויף זיין קהלה וואס נעמט עס הארצן גערן אן, וואס דיין קליינע מוח פארנעמט נישט לעת עתה, האסטו שוין די גאטס אין צו ריפן גראבע פאץ וואס זיכט מאכט אין פאוער?, טראכט נעקסטע מאל פאר די שרייבסט דיינע פארהאסטע לוזינגן אויף א יוד וואס האט אזויפיהל געטוהן פאר דעם דור, און טראגט אויף זיין הארץ א פעקל פון 7000 משפחות כ"י.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:28 pm
דורך סמבטיון
רב שרייבער, איך האלט שוין טיעף אינמיטן, אין יעדעס מאל ווען מען הערט די געוואלדיגע הערצה פון חברה דא אין שטיבעל, קומט ארויף נאך א שיכט פון שטויב אויף מיינע כתבים, די פלאץ דא איז נישט ווערט ער זאל דא אשריבן ווערן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:28 pm
דורך סמבטיון
.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:28 pm
דורך קומזיץ
גדליה האט געשריבן:דאס הייסט ס'דא אסאך יונגעלייט אין בעלז וואס פייפען זיך אן די קלארע ציווי פון בעלזער רבי נישט האבען אינטערנעט?
די איינציגע סיבה פארוואס די עולם האט א פילטער איז וועגען די קינדער אין מוסדות? ווען נישט וואלטן אלע אראפגענומען?
ס'איז זיכער דא אזעלכע יונגעלייט , די תקנות זענען נישט פאר די מענטשען וואס ווילען אנפייפן
ס'איז מער פאר די וואס ווילען זיך צושטעלן , פאר איינעם וואס איז אביסל שווער און וועט זיך מתרשל זיין מיט כל מיני תירוצים באקימט ער הילף דורך די גזירות...
די תורה האט אויך עונשים....
איך קום נישט דא בארעכטיגען יעדע גזירה און תקנה און איך בון נישט קיין ליבהאבער פון משתלט זיין אויף מענטשען און צוריקהאלטען אינפארמאציע אדער אמת פון מענטשען ,
איך זאג לאפוקי פון די וואס זאגן אז די איינציגע סיבה איז דא זיך משתלט זיין אויף מענטשע
ן אז ס'איז דא א אנדערע וועג ווי אזוי צו פארשטיין זייער מהלך
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייער אינטרעסאנט צו ליינען די sense of entitlement פון געוויסע קרייזען. יא, דא אין קאוועשטיבעל איז יעדער אויפ׳ן צימבעל. עס איז נישט דא קיין הייליגע קיען, פארוואס זאל דער בעלזער זיין אנדערש?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:41 pm
דורך יוסף שרייבער
דער שמועס קען זיך אריינציען גרינגערהייט מענין לענין. אבר על רגל אחת איז אזוי, די לעצטערע יארען זאגט בעלזער רב היבש קלאר סיי ברבים און סיי ביחידות אז בעלזא איז ב''ה צו גרויס. ער זאגט אז ער האט אלע יארען מקרב געווען אפילו די שוואכסטע און יעדעם פראבירט ארויפצוהייבען פן זיין לעוועל צו די נעקסטע, און טאקע דערפאר האט ער טויזענטער געשווירענע חסידים ווייל ער האט זיי ארויפגעבויט און געשטיפט צו ווערען א דיין, מג''יש, ראש הכולל, מחבר ספרים, בעל מנגן, גראפאלאג, פיינעשעל עדווייזער, מוזיקאנט, גראפיק ארטיסט, פסיכילאג ועוד ועוד כיד ה' הטובה עליהם. און עס איז באקאנט אז ער האט זיך אלע יארען ארפגעלאזט אין אריינגעלייגט אין זייערע מצבים (איך ווייס ער האט נישט די בעסטע נאמען אין גאס לגבי דעם אבער עס איז שקר וכזב, והמציאות יוכיח ווייל אהבה קען מען נישט קויפען אין גראסערי).
אבער יעצט מיט די סכנות האינטערנעט זאגט ער אז ער האלט נישט דערביי מער , און ווער עס קען זיך נישט צושטעלען צו א מינימאלע סטענדערט (עטליכע האבען שוין געשריבען אז בעלזא איז דייקא ליבעראל אין דעם סוגיא) איז בעלזא נישט פאר עם פלעין ענד סימפעל. ער זאגט אויך כסדר אז מען זאל גיין בדרכי נועם. עס גייט נישט דורעך א יאר וואס ער זאל נישט פאדערען ביי די שטייעדיגע תורה אז מען זאל זיך ארויסהעלפען איינער דעם אנדערען און דייקא זאגען א גוט ווארט פאר א שוואכערען.
אפאר יאר צוריק האט ער אפילו געזאגט אז א דיין איז נישט געמאכט נאר פאר בליץ טראפס... נאר בעיקר צו האבען א קשר מיט די יונגעלייט. עטליכע יאר צוריק האט ער איינגעפירט אז יעדער דיין זאל האבען א 'איש קשר' א בר דעת אזוי אז איינער דארף א דעת תורה אבער שעמט זיך צו פרעגען דירעקט איז אנשטאט ער זאל זאגען א ז זיין חבר האט געהייסען פרעגען.. קען מען נוטצען דעם איש קשר אנאנאמיסלי.
איז אויב איינער איז עומד במריו און האלט זיך זיך נישט ביים צושטעלען צו די ליבארעלע תקנות הקהילה אפילו נאך אלע דרכי נועם'ס און אלע סופפארט זאגט בעלזער רב אז עם כל הצער שבדבר איז זיין פלאץ נישט אין בעלזא און די וועלט איז ברייט גרויס און אפען פאר עם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:43 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:גדליה, איך בין אזוי עמאשענעל פון דיין מיט לייד מיט אימשילדיגע יונגעלייט וואס זייער איינציגע באגער איז צו מאכן א ברית פאר זייער קינד, און מען לאזט זיי נישט, זאג מיר וועם חישטו דא? הער אויף צו גיין ארום און ארום, ענטפער מיר וואס איך פרעג דיר , דארף א יוד האבן א פילטער אויף זיין סמארט פאון אדער נישט? ענפער מיר נישט מיט קראקאדילן טרערן איבער קאמעניזעם און כינע און רימניץ, אויב יא, איז דאס אלעס וואס די קהיה פארלאנגט נאך דעם קענסטו מאכן צווייי ברית'ן א יאהר אפילו, מיט א קידוש אויך, אויב האלטסטו אז הייסן די קהילה מעמבערס ארויף לייגן א פילטער איז בגדר זיין א דיקטאטאר, קען מען שוין אפשטעלן די שמועס דא. קיינער פילט זיך ב"ה נישט דיקטעדעט.
מיין פאזיציע איז זייער זייער פשוט
יעדע קהילה האט א רעכט צו מאכען א פילטער פאר זייערע מעמבערס אין פארלאנגען מ'זאל עס נוצען (דורך האלטן דרשות, שרייבען ארטיקלען, צוזאגען פרייזעס, וכדו')
אויב איינער האט נישט קיין פילטער זאל ער נאכאלץ מעגען מאכען ברית'ן אין קדישום אין וועלכע שוהל ס'שמעקט איהם
מיין אישו איז נישט מיט די תקנה נאר מיט די סטראשע. אין נאכמער אז מ'נוצט רוחניות פאר א סטראשע
מצוות ברית מילה (ווי אויך מוסדות התורה) איז נישט נתחדש געווארען כדי בעלזע רבי זאל עס קענען נוצען אלץ א שטעקען פאר זיינע אינטערנעט תקנות
איך פארשטיי אז פאר יודישקייט איז וויכטיג אז מ'זאל האבען א פילטער.
אבער פאר יודישקייט איז אויכעט וויכטיג אז יעדע יוד זאל וויסען אז ער קען מאכען א ברית מילה אין וועלכע שוהל ס'שמעקט אים איבער די גאנצע וועלט.
גדליה: וואס פארשטייסטו נישט. אויב מ'וועט ענפארסן די תקנות וועט מען אויסקומען צו א מצב אז ס'וועללן זיך (ח"ו) ארומדרייען א סאך בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען ..."ערלים"... און א סאך מיידלעך וועלכע וועללן הייסן לוסי, נענסי און דזשעניפער. ווייל מ'האט זייערע טאטעס נישט געלאזט מאכן א ברית. אדער געבן א קידוש און געבן א אידישן נאמען בשעת קריאת התורה...! אזוי ווי אין קאמוניסטישן רוסלאנד. און נאכדעם וועללן קומען די וואוילע אידן די מזכי הרבים און מאכן האלסעיל ברית'ן פאר דערוואקסענע מענטשן. און געבן אידישע נעמען בשעת קריאת התורה פאר באבעס...! א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם...!
סארי ר' בערל. כ'ווייס נישט אין וועלעכע וועלט די לעבסט.
קיינער געבט נישט היינט אזעלעכע נעמען ווי לוסי און דזשיניפער. האסט שוין געהערט פון נעמען ווי אליוויע אדער מיע?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:44 pm
דורך איש חזון
יוסף שרייבער האט געשריבן:דער שמועס קען זיך אריינציען גרינגערהייט מענין לענין. אבר על רגל אחת איז אזוי, די לעצטערע יארען זאגט בעלזער רב היבש קלאר סיי ברבים און סיי ביחידות אז בעלזא איז ב''ה צו גרויס. ער זאגט אז ער האט אלע יארען מקרב געווען אפילו די שוואכסטע און יעדעם פראבירט ארויפצוהייבען פן זיין לעוועל צו די נעקסטע, און טאקע דערפאר האט ער טויזענטער געשווירענע חסידים ווייל ער האט זיי ארויפגעבויט און געשטיפט צו ווערען א דיין, מג''יש, ראש הכולל, מחבר ספרים, בעל מנגן, גראפאלאג, פיינעשעל עדווייזער, מוזיקאנט, גראפיק ארטיסט, פסיכילאג ועוד ועוד כיד ה' הטובה עליהם. און עס איז באקאנט אז ער האט זיך אלע יארען ארפגעלאזט אין אריינגעלייגט אין זייערע מצבים (איך ווייס ער האט נישט די בעסטע נאמען אין גאס לגבי דעם אבער עס איז שקר וכזב, והמציאות יוכיח ווייל אהבה קען מען נישט קויפען אין גראסערי).
אבער יעצט מיט די סכנות האינטערנעט זאגט ער אז ער האלט נישט דערביי מער , און ווער עס קען זיך נישט צושטעלען צו א מינימאלע סטענדערט (עטליכע האבען שוין געשריבען אז בעלזא איז דייקא ליבעראל אין דעם סוגיא) איז בעלזא נישט פאר עם פלעין ענד סימפעל. ער זאגט אויך כסדר אז מען זאל גיין בדרכי נועם. עס גייט נישט דורעך א יאר וואס ער זאל נישט פאדערען ביי די שטייעדיגע תורה אז מען זאל זיך ארויסהעלפען איינער דעם אנדערען און דייקא זאגען א גוט ווארט פאר א שוואכערען.
אפאר יאר צוריק האט ער אפילו געזאגט אז א דיין איז נישט געמאכט נאר פאר בליץ טראפס... נאר בעיקר צו האבען א קשר מיט די יונגעלייט. עטליכע יאר צוריק האט ער איינגעפירט אז יעדער דיין זאל האבען א 'איש קשר' א בר דעת אזוי אז איינער דארף א דעת תורה אבער שעמט זיך צו פרעגען דירעקט איז אנשטאט ער זאל זאגען א ז זיין חבר האט געהייסען פרעגען.. קען מען נוטצען דעם איש קשר אנאנאמיסלי.
איז אויב איינער איז עומד במריו און האלט זיך זיך נישט ביים צושטעלען צו די ליבארעלע תקנות הקהילה אפילו נאך אלע דרכי נועם'ס און אלע סופפארט זאגט בעלזער רב אז עם כל הצער שבדבר איז זיין פלאץ נישט אין בעלזא און די וועלט איז ברייט גרויס און אפען פאר עם.
אבער רעבע, ס'דא א מאמע מיט א פריש געבוירענע בעבי אין די הענט, וואס זיכט וואו צו מאכן א ברית! לאמיר איינרייסן...
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:44 pm
דורך גר ותושב
איז לאמיר אביסל קלאר מאכן די סוגיא בעלזא איז מקרב א יעדן אפילו נואפים (כמעשה הידועה בבפ) א חוץ די וואס האבן א נישט געפילטערטע פאון.
אה און אויך די וואס פארן קיין אומאן טאר מען אויך נישט מקרב זיין.