בלאט 5 פון 7

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2019 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
פרעגט תוספות: למאי נפקא מינה צי זיי האבן געהערשט אין ארץ ישראל אלס בעה"ב פון א קאלאניע אדער דורך א מאנדאט פון די ליגע פון פעלקער...?! זיי האבן אונטערדריקט די פיהרערס פון די אידישע פרייהייט באוועגונג...! און גענומען דעם צד פון די אראבערס אין א יעדן קאנפליקט. אן אויסנאם...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:10 pm
דורך קאך_לעפל
גדליה האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:למאי נפק"מ וואס עפעס א UN אין ניו יארק מיינונג איז. זענען זיי עפעס א סנהדרין הגדול? די אייניציגע אומה וואס זייער דעה איז א נפק"מ להלכה למעשה איז דער אומה וואס באזיצט דעם לאנד, מיט וועמען מען קאנקערירט איבערן זעלבן שטיקל טעריטאריע. דהיינו די פאלעסטינער אראבער.

ס'איז נישט אזוי קאמפלעצירט, לאמיך עס צולייגען אויף קליין געלד.
די ציונים האבען געבויעט א מדינה, און סאטמאר רבי האט דאס שטארק נישט געגליכען.
איינע פון סאטמאר רבי'ס טענות איז געווען אז די ציונים רייצען זיך מיט די אראבער ביי אויפבויען א אייגענע מדינה און דאס איז גאר א הארבע זינד פין מרידה באומות, וואס די עונש אויף דעם קומט זיך אז די אייבערשטער איז מתר די פלייש פין די אידען אזוי ווי די אינדען פון פעלד.
מרידה באומות מיינט לויט סאטמאר רבי אז מ'ברויך זיין נכנע אונטער די גויים וואס מ'געפינט זיך צווישען זיי אין זיך נישט רייצען אין זיי אויפרעגען.
במילא ווען סאטמער בויעט זיך א אייגענע שטאט און זיי גייען טוישען די זאונינג וכו' וכו' אין זיי רייצן זיך מיט אלע שכנים, ווי מ'קען ב"ה זעהן אויף יו טוב, ווי די שכנים רעגען זיך און זענען זייער ברוגז, קומט דאך אויס אז די סאטמארע טוען עפעס וואס סאטמאר רבי וואלט מסתמא נישט געגליכען.
פין דעם נעמט זיך די אבסורדאלע טענה פון מאנכע וואס זיי באשולדיגען ק"ק סאטמער מיט צביעות.


ווי דער אלגעמיינער שטייגער אינעם שטיבל, מען פארדרייט דעם טאפיק, און מ'חזר'ט איבער די אויסגעדראשענע קושות, און מ'כאפט זעלבסט קעלבערנע התפעלות. (נישט קיין וואונדער פארוואס יעדער נארמאלער שרייבער יאגט אפ פון דא עוד נשמתו בו).

אלענפאלס, כ'האב אנהייב אשכול גשריבן א לייטישער הסבר אויף די גאנצע נושא, אויף וועלכע קיינער האט ב''ה נישט גענטפערט... (אויזער שטייטזעך מיין ידיד רבי באדי). שוין ס'זאל זיין... ווי איידער קייען וואסער... וועלן מיר עמערצעשעם ווייטער פארזעצן מיטן סדר היום....

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:36 pm
דורך גאלד
מקען זיך טענה'ן וואס פונקטליך די מדינה איז, צו דאס צו יענס, אבער דאס אמאל זיכער אז קרית יואל איז נישט קיין מאנדאט, נישט קיין קאלעניע, נישט קיין אטאנימיע, נישט קיין סאווערענטי, ס'איז גארנישט מיט גארנישט, ס'איז פונקט ווי דיין דירה אינדערהיים, דארט קענסטו אויך פירן א ווירטשאפט טוישן זאונס, ריקן די בעדרום אין דעם צימער, די פרידשידער אין אנדערן צימער. אבער ביז צו א פוינט, ביים ענדע טאג ביסט נאך אלס נכנע אונטער דעם עול הגלות אמעריקע, די עף בי איי האט די זעלבע מאכט איבער קרית יואל, צו ס'הייסט פאלם טרי, צו קרית יואל, צו מאנרא.

איי די שכנים זענען צירייצט, גערעכט טאקע א פראבלעם. מ'דארף טאקע טון אלעס עס צו לינדערן. זיך צו קריגן מיט שכנים איז קיינמאל גוט צו אידן צו גוים.

די איראנישע זאך איז נאר אז די גרידונג פון דעם טאון איז טאקע אקוראט א רעמעדיע פאר די א"ג התגרות, טאקע צו ברענגן שלום צווישן די שכנים. (וואס גראדע א שיינע חלק זענען גאר מזרע ישראל וואס בכגון דא קען זיין א קלער צו ס'בכלל שייך התגרות אבער פאר איין אנדערס מאל) אזא בחינה ווי אל נא תהי מריבה בינינו הפרד נא מעלי. יעדער פירט זיך די אייגן ווירטשאפט ושלום על ישראל. און פונקט אויף דעם פאזיטוון שריט פארפירט מען התגרות. גיי פארשטיי.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:41 pm
דורך Buddy
די עבירה פון הרחקת הקץ איז אין לשער, אזוי ווי ס'איז טאקע געשען צו רוב כלל ישראל אין מצרים...

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:47 pm
דורך Buddy
berlbalaguleh האט געשריבן:נאר די אידישע טעראריסטן. (און דאס זענען זיי.און וועללן פארבלייבן. ווייל רציחה איז פארבאטן פון די תורה. אפילו פאר פאליטישע צוועקן.) אזוי ווי אצ"ל און לח"י. האבן מיט זייערע רציחות אויף אומשולדיגע סאלדאטן

סאמייבין!?<($&^*E%$%!!!!!
די ערשטע טעראריסט מוישה'לע וואס האט געהרג'ט די מצרי ביז דודל גלית'ן אר ווערי פראוד אוו יו!

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2019 3:56 pm
דורך Buddy
סוועט נעברך קאסטן אסאך זיך אויסצורייניגן פון די לינקע- זסטמירי לעבן טראכטונגען

זעה ווי זי פארציילט ווי אזוי זי האט זיך גערייניגט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Ru9iSV57-W0[/youtube]

Re: סאטמארע טאון פאלם טרי עפענט זיך היינט נאכט

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:02 am
דורך חסיד פון ליטא
אזא ציוני ווי באדי האט נאר א ויואל משה געקענט שאפן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 3:38 am
דורך berlbalaguleh
Buddy האט געשריבן:די עבירה פון הרחקת הקץ איז אין לשער, אזוי ווי ס'איז טאקע געשען צו רוב כלל ישראל אין מצרים...

באדדי: אולי נתחלף לך בין דלי"ת לרי"ש...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 9:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
גאלד האט געשריבן:די איראנישע זאך איז נאר אז די גרידונג פון דעם טאון איז טאקע אקוראט א רעמעדיע פאר די א"ג התגרות, טאקע צו ברענגן שלום צווישן די שכנים. (וואס גראדע א שיינע חלק זענען גאר מזרע ישראל וואס בכגון דא קען זיין א קלער צו ס'בכלל שייך התגרות אבער פאר איין אנדערס מאל) אזא בחינה ווי אל נא תהי מריבה בינינו הפרד נא מעלי. יעדער פירט זיך די אייגן ווירטשאפט ושלום על ישראל. און פונקט אויף דעם פאזיטוון שריט פארפירט מען התגרות. גיי פארשטיי.

דיין נארישע תורה קען מען פונקט אזוי זאגן אויף די מדינה. בכל אופן דארף מען זיך מוסר נפש זיין נישט ח"ו עובר צו זיין אויף די הארבע שלש שבועות, אדער זאלן זיי נישט טון קיין זאכן וואס רייצן אן די שכנים, אדער זאלן זיי אלע פאקן פעק און זיך אפציען קיין גוואטאמאלע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:58 pm
דורך Buddy
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=CpSp1_v6ItA[/youtube]

זעה רוב תגובות אין אראביש איז פרא ד"ר קידר!!

FranzyXL
1 day ago (edited)
ד"ר קידר מדהים!!

מצאתי את הסרטון המקורי של אל ג'זירה:
https://youtu.be/ALM6seskn6Q

כל התגובות בערבית תעשו גוגל טרנסלייט לעמוד ולא תאמינו. אני בשוק

תמיכה מטורפת בד"ר קידר!! הזוי..




קיינער רייצט נישט אראבער חוץ פון פארשטינקענע אימאמס! ווען די רעכטע אידן וועלן הייבן די רעכטע אראבער וואס האלטן אז א"י געהערט פאר די אידן וואלט שוין לאנג שלום געווען

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 1:13 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין זייער שטארק פראוד אז ס'איז, ב"ה דא א איד וואס קען אזוי גוט רעדן אראביש. ער קען אפענטפערן פאר אלע שונאי ישראל אין זייער אייגענע שפראך. בלי שום גימגום...!

איך האב געוואלט זאגן נאך עפעס א הומאריסטישע נקודה. נאר דער סדרן לאזט נישט...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 1:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גאלד האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:בקיצור, מ'מעג צוריקגיין קיין ארץ ישראל, אויפשטעלן א בית המקדש און מקריב זיין קרבנות פונקט ווי די צייטן פארן חורבן, פירו א מדינה על פי צורה תחת ממשלת האומות ממש ווי אונטער די רומיים. אבער דערקלערן א קאנסטיטוציע, א מושג וואס האט נישט עקזיסטירט פאר ממש לעצטנס, דאס טאר מען נישט וועגן גזירת הגלות? עס מאכט דאך פשוט נישט קיין סענס.
גוטע קשיא. אפשר די מהרש"א אין מס כתובות קיא פארענטפערט עס. און לאז אונז וויסן. שכוח.

ווייל די האסט א קשיא מיינט נאך נישט אז מקען איגנארירן די שלש שבועות.
די קשיא איז נישט אויף די שלש שבועות, נאר אויף די ויואל משה'ס אפטייטש אויף די שלש שבועות. לויט ווי מ'האט אפגעלערנט די שלש שבועות פאר די ויואל משה, איז נישט דא קיין שום איסור צו האבן אן אייגענעם לאנד, ואולי לזה נתכוון הרב שמערל. פאר דעם מהרש"א איז די קשיא בכלל נישט שווער געווען, ער האט קיינמאל דעם ויואל משה נישט געזען.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 1:56 pm
דורך גאלד
מסכים. נו ילמדנו רבינו, וואס איז דיין אפטייטש פון די ש"ש...
שלא יעלו בחומה
שלא ימרדו באומות
וכו וכו

The floor is yours

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז ס'שוין דא גענוג אשכולות דא אין שטיבל אויף דעם.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:08 pm
דורך גדליה
שלא יעלו בחומה - מ'זאל נישט ארויפגיין צוזאמען אויפאמאל ביד חזקה קיין ארץ ישראל (רש"י)
שלא ימרדו באומות - מ'זאל נישט ווידערשפעניגן אין די גוי'אישע שכנים וואס מ'וואוינט צווישען זיי
שלא ידחקו את הקץ - מ'זאל נישט צופיעל מתפלל זיין אויף די גאולה (רש"י)
א אנדערע גירסא איז דא שלא ירחקו את הקץ - דאס מיינט אז מ'זאל נישט טוהן קיין עבירות וואס האלטען אפ די גאולה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:27 pm
דורך גאלד
דאס איז דאך דער ויואל משה'ס פשט.

ער זאגט דאך ער האט עפעס איין אנדערן פשט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:28 pm
דורך גדליה
ר' גאלד
איר האט דורכגעלערנט ויואל משה?

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

גאלד: דו ביזט פיינע נייעס, זאלסט נאר וואוסן אז פאר איך האב געלערנט דעם ויואל משה בין איך געווען א גרעסערע אנטי-ציוני ווי דיר. איך זאג דיר עס נאר, אז דו זאלסט וואוסן נישט צו באגיין דעם זעלבן טעות ווי מיר...

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:39 pm
דורך גדליה
גאלד האט געשריבן:דאס איז דאך דער ויואל משה'ס פשט.

ער זאגט דאך ער האט עפעס איין אנדערן פשט.

לאמיך עס מאכען גרינגער.
לויט די פשט פון רש"י וואס איך האב דא געברענגט, ווי זעסטו א איסור אויף א אידישע מדינה? אין די שלש שבועות שטייט א ווארט אז מ'טאר נישט האבען א מדינה? ס'שטייט אז גאנץ כלל ישראל זאל נישט ארויפגיין "ביחד וביד חזקה" קיין ארץ ישראל. דאס איז די איסור אין עפעס אנדערש נישט.
איי מ'רייצט זיך מיט די לאקאלע אראבער, אין מ'הארגעט טעראריסטען וכדו'? אויף דעם איז די תירוץ אז פונקט ווי די קימערסט זיך נישט מיט דיינע אמעריקאנע שכנים און די טוסט וואס ס'איז לעגאל און געזעצליך, אזוי אויך רעכענען זיך נישט די מדינה מיט זייערע פאלעסטינער שכנים.
אויב דו האסט נישט קיין דאגה מיט אויפרעגען א אמעריקאנע גוי דארפסטו לכאורה נישט האבען א דאגה מיט אופירעגען א פאלעסטינער גוי.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:40 pm
דורך גאלד
נישט נאר איך האב געלערנט דעם ספר הפלא ויואל משה איך בין עדיקטעד צו עס.
I can't have enough of it.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 2:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גאלד האט געשריבן:נישט נאר איך האב געלערנט דעם ספר הפלא ויואל משה איך בין עדיקטעד צו עס.
I can't have enough of it.

לץ וואס דו ביזט.

די גאנצע מאמר שלש שבועות איז דאך געווידמעט נאר צו אפווענדן די דאזיגע פשט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 3:04 pm
דורך גאלד
סתם א אידישע מדינה אין יוגאנדא צו ווי אימער, איז - לכאורה - קיין פארלעצונג פון די ש"ש. אפי' ע"פ שיטת הויואל משה. נישט אז ס'מותר נאר סנישט מחמת השלש שבועות.

יעצט בנידן דידן דארף מען פארשטיין א מרעד מיר נישט פון קיין "אידישער" מדינה, די רעדע איז דא א מדינה של אפיקורסים דאס איז נישט אסור מחמת השלש שבועות נאר מחמת העשרת הדברות.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2019 3:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חסיד פון ליטא האט געשריבן:וכבר אמר החכם, ווען דו שטייסט פעסט קען איך דיר אראפקלאפן, אבער טאמער בייגסטו זיך אהין און אהער וועל איך קיין שליטה אויף דיר האבן.


בכל אופן האבן מיר דערלעבט אז הכל מודים אז מדינת ישראל האט גארנישט מיט קיין שלש שבועות צוטאן.