אין אמת'ן איז הרב שור שטארק נישט גערעכט, ווייל לא מבעי' אז לויט ר' אביגדור מילער וסייעתו מעג מען הנאה האבן פין דער וועלט, מען דארף נאר געדענקען צו דאנקען דער אויבערשטער, נאר אפילו לויט ספרי חסידות שטייט פארקערט פין זיינע ווערטער, מען מעג הנאה האבן וויפיל מען דארף, וויפיל מען מוז, מען דארף נאר געדענקען פארשידענע מחשבות, כמבואר בצעטיל קטן, און אין ספר סור מרע פין זידיטשובער, און טאקע אין די פלעצער שטייט אז מען זאל לערנען ספרי קבלה אפילו מען האט הנאה בהכרח.
די ווערטער פין הרב שור, קומען פין רשעות און גאות, ווי ער רעדט זיך איין אז דורך רעדן אזוי וועט איינער מיינען אז ער זעלבסט האט נישט הנאה, און איז פשוט נישט מרגיש קיין טעם בשר (טאקע תרתי משמע) אוי ווי ער איז מרגיש, אוי ווי ער האט הנאה. ער פארגינט נאר נישט די פאר נאראנים וואס הערן אים אויס, און טראסטען אים, אזוי אז זיי פילען זיך שלעכט פאר אביסעל הנאה האבן אויף דער וועלט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דער אמת איז, אז הרב שארר האט עפעס רעכט מיט וואס ער זאגט, כפי דעת רוב חכמי ישראל והפוסקים. נאר זיין שפראך איז נישט איידעל און נישט קיין מהלך, טאמער וואס מ'ברענגט פון איהם דא איז טאקע וואס עס איז געשען. פועל'ן ישועות איז טאקע נישט קיין זאך, אבער לערנען פנימיות התורה איז יא א סוגיא, ווער מעג און ווער מעג נישט. דאס אריין קריכען אין יענעמ'ס קישקעס איז נישט שיין, און פון וואנעט קען מען וויסען צו הרב יעקובזאהן האט א טעם אין פלייש צו נישט, אבער דער שיטה אליינס איז יא א זאך. דער אריז"ל שרייבט גאנץ שארף קעגן די וואס לערנען חכמת הקבלה איידער זיי האבען אויסגעלויטערט זייער מדות און ווען זיי האבען נאכאלס תאוות עוה"ב ביי זיך. אין די רשימה פון זאכען פון וואס א מענטש דארף נזהר ווערן איידער ער גייט אריין אין חכמת הקבלה שטייט דאס אויך ' ו. לקדש עצמו בשעת תשמיש שלא יהנה:' און נאך אזעלכע משלים. דער רמ"א אין יו"ד ח"ג שרייבט אויך אז מ'דארף זיין אויסגעארבעט צו לערנען חכמת הקבלה ועיי"ש בש"ך, אבער דארט שטייט טאקע נישט אז מ'טאר נישט האבען קיין תאוות, נאר אז מ'דארף קענען תורת הנגלה. עכ"פ, נסתר איז נישט ווי נגלה. נגלה מוז יעדער איד לערנען, און אבי ער איז נישט קיין אפיקורס, איז עס תורה און ער האט שכר דערפאר און ער דארף עס טון. ביי נסתר איז נישט אזוי, און דער מענטש מוז שטיין אויף א געוויסע מדרגה, און אז נישט טויג נישט.
די פראבלעם איז אבער, אז אין חב"ד האט מען קיינמאל נישט אזוי גורס געווען, און הגם אז זייער תירוץ, לויט וואס איך האב געזען, איז גאנץ שוואך, מ"מ לא על הרב יעקובזאהן תלונותיכם. דאס איז זייער שיטה, און ער איז נישט פאראנטווארטליך דערצו.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא