בלאט 5 פון 5
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 6:43 am
דורך געוואלדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:און שוין ווייטער שטייען מיר מיט א פוס אריין אין די הייליגע טעג הבעל"ט...
אפשר דאך קען איינער רעקאמענדירן עפעס א ספר ועלכע זאל אריינגעבן א חשק און א גוטע געפיל אין די טעג?
ארחות אהרן לימי אלול תשרי, פון האדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל איז זייער פאזעטיוו און צו דער זאך, זייער רעקאמענדעט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 9:47 am
דורך דריידל
שמעקעדיג האט געשריבן:און שוין ווייטער שטייען מיר מיט א פוס אריין אין די הייליגע טעג הבעל"ט...
אפשר דאך קען איינער רעקאמענדירן עפעס א ספר ועלכע זאל אריינגעבן א חשק און א גוטע געפיל אין די טעג?
דאס איז א איינרעדעניש וואס אסאך האבן כאילו מ'דארף עפעס טון צו באקומען א געפיל פאר אידישקייט. יעדע איד האט א קשר של קימא מיט תורה ומצוות, בפרט ווען ס'קומט די הייליגע טעג ווען ס'איז דרשו את ה' בהמצאו. א מענטש וואס איז פארטינקן אין עוה"ז קען אמאל שפירן אז ער איז אפגעהאקט און דמיון'ט אז ער דארף שוין טעראפי צוריק צו קומען צום שורש.
אבער ס'איז נישט אמת
מ'גייט צום ספרים שאנק, מ'נעמט ארויס א גמרא סיי וואספארא מסכת (מסכת ראש השנה אדער יומא רעקאמענדירט) שפירט מען גלייך א נאנטקייט צו די זמני קודש.
זיי דיך קובע א שיעור חק ולא יעבור און ס'וועט דיר ברענגן א זיסקייט אין תורה ומצוות און א שנה טובה ומתוקה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 11:38 pm
דורך שמעקעדיג
לכבוד א' סליחות
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:00 am
דורך געפילטע פיש
דו זוכסט נאכאלץ די זעלבע גוטע געפיל?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:03 am
דורך שמעקעדיג
יא, די גוטע געפיל פון די געפילטע....
איי, זכרנו את הדגה... ציטערט אין ואסער... וועלקאם בעק.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:06 am
דורך תורה ומדע
דהע"ה זאגט אונז וגילו ברעדה. עס איז פאזיטיוו עקספיריענס דורך צוגיין די ימי נוראים מיט יישוב הדעת.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:11 am
דורך תורה ומדע
עיין בספרי פחד יצחק, אורות התשובה, עלי שור, ותמצא נחת
Re: די הייליגע טעג - א פרעשור?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געקוקט אביסל אין נוראות הרב, וואס מ'קען באקומען אין פי.די.ף. ביי noraoshorav.com און געזען זיסע זאכען דארט, הלכה'דיג און מוסר וכדו'. ער האט מציין געווען א ליקוטי תורה, וואס פארצופאל האב איך אין שטוב און מ'קען דארט אויך כאפען א בליק.
דער עיקר בלייבט אבער 'אם האדם לא יעורר את עצמו מה יועילו המוסרים'. לערן טייטש פון דאווענען און סליחות/פיוטים, פון די ראשונים וואס רעדען דערפון, א שטייגער ווי ר' יהודה בן ר' יקר, ערוגת הבשם לר' אברהם בן עוזיאל, דער ראב"ן ועוד און אזוי פארשטייט מען אביסל וואס זוכט מען מיט די אלע זאגאכצער. ס'איז נישט געלט געזונט נחת איבערגעחזר'ט צענדליגע מאל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:20 pm
דורך תורה ומדע
דער אורות התשובה למרא דארעא דישראל הראי"ה זצוק"ל איז ממש א מייסטער ארבעט פאר יעדער איד וואס פיהלט זיך אביסעל אומבאקוועם מיט דער ענין פון תשובה און תיקון המעשים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:38 pm
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג האט געשריבן:און שוין ווייטער שטייען מיר מיט א פוס אריין אין די הייליגע טעג הבעל"ט...
אפשר דאך קען איינער רעקאמענדירן עפעס א ספר ועלכע זאל אריינגעבן א חשק און א גוטע געפיל אין די טעג?
מחזור לימים נוראים עם עברי טייטש.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:03 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:14 pm
דורך לעיקוואד
וואס איז די סתירה?