תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

פרופסר בנימין בראון האט לעצטנס פארעפנטליך א דיקן ספר "כספינה מיטלטלת", וואו ער באשרייבט די סטאולנער דינאסטיע, און ווידמעט עטליכע פרקים אויף דער רבי שליט"א'ס קאלירפולע היסטאריע.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך עוקר הרים »

פאליטיקאנט האט געשריבן:געהערט פון א קרוב מיינער וועלכע האט געגעסן א סעודה ביי ר' יחיאל גולדהאבער אין ירושלים (א באקאנטע חוקר אין מנהגים) און ר' יחיאל האט געזאגט אז ער פלאנט ארויסצוקומען בקרוב מיט א ספר אויפ'ן ענין פון תגלחת נשים מיט די זעלבע מסקנא ווי די ארטיקל אינעם וועקער !

ער זאגט אז ער ווייסט אז עס וועט זיין אסאך היץ אויף עם און ער איז גרייט דערפאר (דאס איז זיין לעצטע ספר) אויך טענה'ט ער אז ער האט א הסכמה פון די קארלינער רבי (גבעת זאב)!!!!!!!!
ר' יחיאל זאגט אז די וועקער האט עם אביסעל חרוב געמאכט ווייל ער האט נאר געוואלט אראפברענגען ביידע צדדים אז עס זאל סתם זיין א ספר וואס טוט דורך א מנהג נישט וואס פראבירט עס אראפצוהאקען אז אזוי זאל עס זיין אנגענומען אויך ביי די פרומערע עולם .....אבער יעצט אז די וועקער האט אינגאנצען אוועקגעמאכט די מנהג וועט עם שוין זיין שווערער אז די עולם זאל עס נישט אנקוקען ווי ער פראבירט עס אוועקצומאכען.....

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך עוקר הרים »

פאליטיקאנט האט געשריבן:געהערט פון א קרוב מיינער וועלכע האט געגעסן א סעודה ביי ר' יחיאל גולדהאבער אין ירושלים (א באקאנטע חוקר אין מנהגים) און ר' יחיאל האט געזאגט אז ער פלאנט ארויסצוקומען בקרוב מיט א ספר אויפ'ן ענין פון תגלחת נשים מיט די זעלבע מסקנא ווי די ארטיקל אינעם וועקער !

ער זאגט אז ער ווייסט אז עס וועט זיין אסאך היץ אויף עם און ער איז גרייט דערפאר (דאס איז זיין לעצטע ספר) אויך טענה'ט ער אז ער האט א הסכמה פון די קארלינער רבי (גבעת זאב)!!!!!!!!
ווען ר' יחיאל וואלט ווען נישט מורא געהאט פון היץ וואלט ער שוין ארויס געגעבען אסאך אנדערע ספרים......

Sent from my SM-A105F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אמת, אבער לדעתי איז עס נישט ממש אזוי נאר די עקסטרעמע וואלטן ממילא ארויס שארף קעגן אזא ספר אפגעזען וואס ס'טוט דורך, די עצם זאך אז מ'קען מפקפק זיין אין דעם מנהג, גייט זיי ארויסנעמען פון די כלים.
קען זיין אז יעצט נאכ'ן ארטיקל אינעם וועקער וועלן זיי האבן א שטערקערע אויער ביי בינונים וואס מ'קען אויפהערן.......

אבער למסקנה גלייב איך אז די וועקער האט מער אויפגעטון אויף למעשה, וויל איינער וואס גייט קויפן און דורכליינען זיין ספר, גייט למעשה נישט מאכן דעם טויש נישט קיין חילוק ווי איבערצייגנד ער איז אין דעם (בדרך כלל), אנדערש איז מיט די וועקער ליינער שאפט.....
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך אמת וצדק »

איך וויל דא אויסקלארן אפאר נקודות לגבי סטאלינער רבי שליט״א, ערשטענס האט דער רבי נישט מבטל געווען די ירושלימער קאפ צודעק פאר פרויען.
צווייטענס שערט מען זיך ״יא״ אין סטאלין, אזוי איז עס אלץ געווען, און אזוי וויל דער היינטיגע רבי אויך, נאר ער האלט אז דער פרוי דארף דאס וועלן טוהן, נישט אז מען זאל דאס ארויפצווינגען אויף איר.
און צום לעצט פירט ער נישט שבת מיטאג טיש נאר כדי מען זאל קומען לערנען, נאר עס איז א ענין אין סטאלין אז מען זאל שבת בענטשען צוזאמען אין שול.


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

אזוי ווי ''פאליטיקאנט'' און ''חוקר ודורש'' האבן מיר גע'איש'יט אז די לינק קיין איי וועלט ארבעט נישט, און איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו פארעכטן וועל איך ציטירן די שטיקל פונעם איי וועלט אשכול, ''ר' יחיאל גולדהאבר ספריו ומאמריו'' (אין די ערשטע שטיקל) :
א צווייטע ספר אויף וואס ער ארבעט יעצט איז אלע הלכות ומנהגים ארום שערות נשים, וואס האלט שוין אויך ביי אירע לעצטע פאזעס, און וועט אי"ה ערשיינען לאור עולם אין די נאנטע תקופה. ר' יחיאל זאגט אונז א אינטערעסאנטע זאך, ער האט אנגעהויבן לערנען די סוגי' ביום חופתו, און ער האט געזעהן דעם שטארקן חסרון וואס איז דא אין עולם הספרים ארום די סוגי' האט ער זיך אונטערגענומען צו דורכטאן דעם ענין, און ארויסגעבן א דבר נאה ומתוקן אויף דיזן הלכות.

בדרך אגב דון יצחק אברבנאל (צורת קדשו של חוקר ודורש) איז געווען א פאליטיקאנט...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הרב יחיאל גולדהבר זעלבסט איז גארנישט דער מאדערנע וואס מ'קען קלערן. זיין שרייב ארבעט אויף ירושלים בארעכטיגט שטארק די קנאישע צד, לויט וואס איך האב געליינט. ער זאגט בעיסיקעלי אז כולל ווילנא זענען געווען די ערשטע דזשוליקעס, ועל דאטפת אטפוך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

בעזרת עושה הר''ים
מענין לענין באותו ענין.
דורכטוענדיג די ענין פון תגלחת נשים איז מיר איינגעפאלן א געדאנק וועלכע איך וויל מיט טיילן מיט די חשובע קאווע טרונקער'ס.
כולי עלמא מודה אז בזמן התנ''ך, תלמוד, גאונים און אפילו ראשונים איז נישט געווען אזא מין געדאנק אז א אידנע זאל ארפנעמען אירע האר. זיכער נישט בתורת מנהג (אותיות הגמון - מלשון שררה דאין אשה מסכים לדבר הזה מעצמה, כמבואר בספר 'חומש' תחלת פרשת כי תצא, ע''ש).
אויך וועט יעדער מודה זיין אז די היתר פון גיין מיט פאה נכרית (שייטל בל''א), איז גאנץ א שוואכע, און אז אונזער באבעס בזמן תנ''ך, תלמוד, וכו' זענען קלאר נישט געגאנגן דערמיט (אפשר בביתה צי גאר בחצר או במבוי און עכ''פ אויסגעזען האט עס נישט אזוי אייגנס ווי די היינטיגע). אויף אזוי ווייט אז יעדע ירא''ש שמים טרעפט זיך אין א מינוט פון חשבון הנפש טרראכטנדיג, "ווי קען זיין אז מיר חסידישע אידן, וועלכע אויף דברים אשר אפשר להקל עליהם בקל, טוען מיר מחמיר זיין, און דא ווען סקומט צו פאה נכרית נעמען מיר גאר אן די דעת המתירים?".
ס''ה אונזערע באבעס בזמנים הנ''ל זענען געגאנגן מיט אייגנע האר (פארבינדן פאשטייט זיך), און ח''ו נישט מיט קיין שייטל (אויפן גאס). טא ווי קומט עס אז מיר האבן פארטוישט די יוצרת?
די תירץ איז לפע''ד א מוראדיגע דערהער. במשנתו של אותו צדיק מורינו החתם סופר זצ''ל, אז חדש אסור מן התורה בכל מקום, אפילו במקום חומרא ווי ער שרייבט קלאר אין שו''ת שלו או''ח סימן קפא, ע''ש.
אויב אזוי איינמאל עס איז געווארן איינגעפירט זיך אראפצונעמען די האר, האט זיך אנטוויקילט א פסיכילאגישע דראונג צו ערזעצן די חסרון פון איר נאטורליכע שיינקייט, סיי ביי דער מאן און סיי ביי זען פלג גופא. אלזא כאטש זיי זענען געווען אפגעהיטנע אידן (והא ראיה זיי האבן מוותר געווען, כמיין זיך געשערט...) אבער ווען עס האט זיך גענומען פארשפרייטן די נייע מאדע פון שייטלעך האבן זיי זיך ארויפגעכאפט דערויף מיט ביידע הענט. און ווען די רבנים האבן זיך געגעבן א כאפ איז שוין געווען צו שפעט.
ודוק היטב, בעזרת הטוב והמטיב. הטוב לה ביפיה, והמיטב לבעלה.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך חיים שיש בהם »

זייער א שיינע געדאנק, הגם היסטאריש ווייס איך נישט אויב עס שטימט...

איך וואלט געזאגט אביסל אן אנדערע ווארט, אז "את אשר התרת אסרתי ואשר אסרת התרתי" איז איין זאך, ווייל דער רבש"ע האט געגעבן פאר א מענטש כוחות הנפש פאר תרי"ג מצוות, און אויב ער איז מחמיר וואו ער דארף נישט, קומט ער אן צו מיקל זיין וואו מ'דארף מחמיר זיין.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

די געדאנק איז נישט אזוי ווייט היסטאריש ווי פסיכיאלאגיש, עס שפילט זיך נאך ''היינט'' אפ. אדרבה זאל א רב בעטן א יונגערמאן ער זאל אויסטוען זייל ווייב'ס שייטל, וועט ער מסכים זיין? לכאורה נישט. אויב אבער זאל ער ווען וויסן אז זיין ווייב איז ''באמת'' שיין, דהיינו זי האט איר נאטורליכע קרוין דאן וואלט ער לכאורה שנעלער מסכים געווען (פארשטייט זיך אז בפועל איז דא אנדערע זאכן וואס מענטשן חשבונן ווי משפחה וכדומה אבער איך רעדט אויס די געדאנק).
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

כרם זית האט געשריבן:אויך וועט יעדער מודה זיין אז די היתר פון גיין מיט פאה נכרית (שייטל בל''א), איז גאנץ א שוואכע, און אז אונזער באבעס בזמן תנ''ך, תלמוד, וכו' זענען קלאר נישט געגאנגן דערמיט (אפשר בביתה צי גאר בחצר או במבוי און עכ''פ אויסגעזען האט עס נישט אזוי אייגנס ווי די היינטיגע). אויף אזוי ווייט אז יעדע ירא''ש שמים טרעפט זיך אין א מינוט פון חשבון הנפש טרראכטנדיג, "ווי קען זיין אז מיר חסידישע אידן, וועלכע אויף דברים אשר אפשר להקל עליהם בקל, טוען מיר מחמיר זיין, און דא ווען סקומט צו פאה נכרית נעמען מיר גאר אן די דעת המתירים?".

האסט קענטליך נישט דורכ'געטוהן די נושא פון פאה נוכרית פאר דו האסט געשריבן די געדאנק, די היתר פון פאה נוכרית איז גאר שטארק באגרינדעד הלכה'דיג, די מציאות איז פונקט פארקערט ווי וואס דו שרייבסט, עס איז כמעט נישט דא קיין סיבה לאסור היינט צוטאג א פאה נוכרית.
טוה דורך די ענין, די עקסטרעמיסן האבן אין די פאל געמאכט א 'סופער זשאב' צו פארטושן דעת הקהל אפילו פון די וואס גייען דערמיט.

א לייק פארן געדאנק though...
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

האסט קענטליך נישט דורכ'געטוהן די נושא פון פאה נוכרית פאר דו האסט געשריבן די געדאנק, די היתר פון פאה נוכרית איז גאר שטארק באגרינדעד הלכה'דיג, די מציאות איז פונקט פארקערט ווי וואס דו שרייבסט, עס איז כמעט נישט דא קיין סיבה לאסור היינט צוטאג א פאה נוכרית.
טוה דורך די ענין, די עקסטרעמיסן האבן אין די פאל געמאכט א 'סופער זשאב' צו פארטושן דעת הקהל אפילו פון די וואס גייען דערמיט.

גראדע האב איך דוקא יא דורכגעטון די ענין (טאקע נישט שיעור עיון'דיג אבער א יון אין די ארמארי בין איך נישט), און אויב וועסטו צו לייגן אויג, האב איך מדייק געווען צו שרייבן אז מאיז נאר געגאנגן דערמיט בחצר וכדו' עיין לעיל און אז עס האט נישט אויסגעזען אזוי שיין (לאפוקי פון היינטיגע שייטלעך). ועוד מיין דיסקריפשן פון א אידנע בזמן התנ''ך והתלמוד איז זיכער גוט, גיין מיט א שייטל איז זיכער נישט געווען א נחלת הכלל ווי רש''י שרייבט (ערכין ז: ד''ה בפיאה נכרית) רגילות היו נשים כששערן מועט לקשור שיער נשים נכריות, זעט מען אז איז נישט געווען אן אפיציעלע מלבוש נאר אן ריפלעיסמינט (ממש ווי היינט ביי די וואס שערן כנ''ל...).
און אדרבה קום אריין מיט מקורות, מאך אונז לעכטיג די אויגן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'האב געעפנט א נייע אשכול דן צו זיין איבער שייטלען, ליינט און האט (אדער נישט) הנאה, אבער ביטע האלט אייך נישט צוריק פון קאממענטירן.

viewtopic.php?f=13&t=13845#p449181
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

ספר צרור המור בערך אין די צייט פון גירוש שפאניע
cc.png

א הונדערט יאהר שפעטער אין ספר מנחה בלולה דאסמאל אין איטאליע
cc1.png

(קען זיין אז ביידע ווערן שוין דערמאנט אינעם וועקער, ביטע אנטשולדיגן).
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

שליחה דורך קלוגע יודל »

קען מען באקומען די ארטיקל אויף PDF?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אין קאפיטל "א מנהג ווי אנדערע מנהגים" שרייבט איר: "עס איז ידוע וואס געוויסע פוסקים ברענגען בשם דעם רשב"א אז א מנהג פון זקנים וזקנות דארף מען אנהאלטן."
אויף דעם ארויף צייכנט איר צו הערה 56: באמת איז נישט פאראן אזא רשב"א, ואכמ"ל.

אפשר קענט איר דא אינעם אשכול אביסל מאריך זיין?
קלוגע יודל האט געשריבן:קען מען באקומען די ארטיקל אויף PDF?

גא"מ צום בקשה. איך מיין עס איז צייט עס ארויסצולאזן בחינם אלס פי די עף, כ'וויל עס שוין א לאנגע צייט שיקן צו חברים און משפחה, אבער כ'ווייס אז זיי גייען עס ניטאמאל ליינען אויב קומט עס אין פארעם פון די וועקער...
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

פאליטיקאנט האט געשריבן:אין קאפיטל "א מנהג ווי אנדערע מנהגים" שרייבט איר: "עס איז ידוע וואס געוויסע פוסקים ברענגען בשם דעם רשב"א אז א מנהג פון זקנים וזקנות דארף מען אנהאלטן."
אויף דעם ארויף צייכנט איר צו הערה 56: באמת איז נישט פאראן אזא רשב"א, ואכמ"ל.

אפשר קענט איר דא אינעם אשכול אביסל מאריך זיין?

viewtopic.php?p=6096#p6096
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך האב איבערגעשריבן רוב פון דעם ארטיקל אין ענגליש אויב איינער וויל דאס ניצן.
בעהט אין אישי פאר א קאפי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בת קול, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

בת קול האט געשריבן:איך האב איבערגעשריבן רוב פון דעם ארטיקל אין ענגליש אויב איינער וויל דאס ניצן.
זעהט דא.

ליינט פון amother silver.

איך האב קיינמאל נישט עכט געליינט דארט, איך זע ס'איז דא ניקס וואס ווערן עכט דעפענסיוו. איך האב רחמנות אויף קראסט, איך זע נישט פאר איר קיין וועג אראפ פון בוים...

האסט געמאכט א קלארע סך הכל.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

בת קול האט געשריבן:איך האב איבערגעשריבן רוב פון דעם ארטיקל אין ענגליש אויב איינער וויל דאס ניצן.
זעהט דא.

ליינט פון amother silver.

געפעלט מיר די אטאקעס אויפן וועקער און אויף קאווע שטיבל... :lol:
און ווי קאווע שטיבל קארעספאנדאנט לאזט זיך נישט...


(אפשר זענען זיי די ווייבער פון די אייער וועלט באניצער?)
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בת קול האט געשריבן:איך האב איבערגעשריבן רוב פון דעם ארטיקל אין ענגליש אויב איינער וויל דאס ניצן.
זעהט דא.

ליינט פון amother silver.

ישר כח! איר האט געטון א געוואלדיגע, חשוב'ע ארבעט. איך בין זיכער עס איז נישט אנגעקומען גרינג. און מען זעהט די השפעה.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך פאליטיקאנט »

ר' מיכל אז אונז האמער אייך דא לייוו, אפשר קען מען רעדן וועגן ארויסגעבן א פי די עף?

אויב איז דא סיי וואספארא אפהאלט (למשל געלט) קען מען עס דא אויסשמועסן און פראבירן מסדר זיין...
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

כרם זית האט געשריבן:בעזרת עושה הר''ים
מענין לענין באותו ענין.
דורכטוענדיג די ענין פון תגלחת נשים איז מיר איינגעפאלן א געדאנק וועלכע איך וויל מיט טיילן מיט די חשובע קאווע טרונקער'ס.
כולי עלמא מודה אז בזמן התנ''ך, תלמוד, גאונים און אפילו ראשונים איז נישט געווען אזא מין געדאנק אז א אידנע זאל ארפנעמען אירע האר. זיכער נישט בתורת מנהג (אותיות הגמון - מלשון שררה דאין אשה מסכים לדבר הזה מעצמה, כמבואר בספר 'חומש' תחלת פרשת כי תצא, ע''ש).
אויך וועט יעדער מודה זיין אז די היתר פון גיין מיט פאה נכרית (שייטל בל''א), איז גאנץ א שוואכע, און אז אונזער באבעס בזמן תנ''ך, תלמוד, וכו' זענען קלאר נישט געגאנגן דערמיט (אפשר בביתה צי גאר בחצר או במבוי און עכ''פ אויסגעזען האט עס נישט אזוי אייגנס ווי די היינטיגע). אויף אזוי ווייט אז יעדע ירא''ש שמים טרעפט זיך אין א מינוט פון חשבון הנפש טרראכטנדיג, "ווי קען זיין אז מיר חסידישע אידן, וועלכע אויף דברים אשר אפשר להקל עליהם בקל, טוען מיר מחמיר זיין, און דא ווען סקומט צו פאה נכרית נעמען מיר גאר אן די דעת המתירים?".
ס''ה אונזערע באבעס בזמנים הנ''ל זענען געגאנגן מיט אייגנע האר (פארבינדן פאשטייט זיך), און ח''ו נישט מיט קיין שייטל (אויפן גאס). טא ווי קומט עס אז מיר האבן פארטוישט די יוצרת?
די תירץ איז לפע''ד א מוראדיגע דערהער. במשנתו של אותו צדיק מורינו החתם סופר זצ''ל, אז חדש אסור מן התורה בכל מקום, אפילו במקום חומרא ווי ער שרייבט קלאר אין שו''ת שלו או''ח סימן קפא, ע''ש.
אויב אזוי איינמאל עס איז געווארן איינגעפירט זיך אראפצונעמען די האר, האט זיך אנטוויקילט א פסיכילאגישע דראונג צו ערזעצן די חסרון פון איר נאטורליכע שיינקייט, סיי ביי דער מאן און סיי ביי זען פלג גופא. אלזא כאטש זיי זענען געווען אפגעהיטנע אידן (והא ראיה זיי האבן מוותר געווען, כמיין זיך געשערט...) אבער ווען עס האט זיך גענומען פארשפרייטן די נייע מאדע פון שייטלעך האבן זיי זיך ארויפגעכאפט דערויף מיט ביידע הענט. און ווען די רבנים האבן זיך געגעבן א כאפ איז שוין געווען צו שפעט.
ודוק היטב, בעזרת הטוב והמטיב. הטוב לה ביפיה, והמיטב לבעלה.

Wow beautiful ❤️
פארשפארט