בלאט 5 פון 7

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 3:24 am
דורך berlbalaguleh
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך פרוביר מיר פארצושטעלן וואספארא סומאטאכע עס וואלט געווען ווען מהר"א קומט אהיים פון פאלם ספרינגס צו א קראצמעך בוים ביי זיך אין דיינונג רום....

די ערשטע זאך וואלט ער גערופן וויטריאל צו אינוועסטיגעיטן אויב די זאלי'ס אדער בני יואל האבן זיך נישט איינגעבראכן ביי איהם. ווייל דאס אז די פוילישע גוי'טע האט עס געקויפט וואלט איהם נישט איינגעפאלן אין ווילדסטן חלום. :lol: :roll: :twisted: :P :o

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 9:46 pm
דורך דער (פינטעל) איד
א פריקיש עקסידענט איז געשען היינט אין ברוקלין ביי א קאר וואש א ארבייטער איז אומגעקומען. דארט איז דא א בילד פון א איד לכאורה הצלה. איינער באמערקט עס און שרייבט א קאמענט (עפעס א שוטה לאכט דארט ווי א טיפש)

carwash13n-2-web.jpg



http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.1577166

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2014 11:07 pm
דורך שמעקעדיג
דער (פינטעל) איד האט געשריבן: (עפעס א שוטה לאכט דארט ווי א טיפש)

נו ווי דען נישט, א שוטה קען נאר לאכן ווי א טיפש... אלע קאמענטס דארטן באטיטלען אים אלס א טיפש.
פון וואו האט ער דען געזאלט וויסן אז מען פאטאגראפירט אים יעצט לפרסמו בחוצות אמעריקע?

אנדערש ווי געווענליך, זעהט מען אפאר נישט-אידן (גענוג אומראסיסטיש?) קאמענטירן לטובת הצלה, עס שפירט אזוי גוט פאר א טשעינדזש צו הערן א גוט ווארט אויף די אידן, באמת כמים קרים על נפש עייפה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 4:54 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 5:27 pm
דורך געפילטע פיש
25,000 מייל? קארגע חזירים.

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 1:47 am
דורך נולד מאוחר
“I was just happy to be able to make a kiddush Hashem.”
פארוואס נישט ''I was just happy to be able to help another person?

נשלח: פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:16 pm
דורך געפילטע פיש
עיין ערך רעליגיע און מאראל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:35 pm
דורך היימישער ליטוואק
זע מיין פסק הלכה דא אין ק"ש

נשלח: פרייטאג מערץ 21, 2014 9:33 am
דורך סלינקי
די רעסטוראנט וואס האט נישט קיין קעש רעדזשיסטער

http://www.people.com/people/mobile/art ... 36,00.html

נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:42 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 9:26 am
דורך בן תמליון
א גוטער ארטיקל איבער א היימישן טוי געשעפט אויף לי עוו. און וויאזוי א היימישער אינגערמאן האט גרויסע חלומות צו ווערן דער נעקסטער וואלמארט:

http://forward.com/articles/195021/his- ... story/?p=1

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 10:59 am
דורך טישו באקס
בן תמליון האט געשריבן:א גוטער ארטיקל איבער א היימישן טוי געשעפט אויף לי עוו. און וויאזוי א היימישער אינגערמאן האט גרויסע חלומות צו ווערן דער נעקסטער וואלמארט:

http://forward.com/articles/195021/his- ... story/?p=1


האסט פארגעסן דעם נאמען פונעם אשכול?
ס'הייסט נישט "פאזיטיווע ליכט אויף חסידים אין די יודישע מידיא...

נשלח: פרייטאג מאי 23, 2014 7:44 am
דורך קאנצעפט
Understanding The Style of Hasidic Judaism
http://live.huffingtonpost.com/r/segmen ... 3d930004aa

בהמשך צום StlyesULike פילם

פארווערטס פארטיידיגט וויליאמסבורג חסידים

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:23 pm
דורך היסטאריקער
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... _feed=true


כדאי צו לייענען די פאזעטיווע קאמענטס דארט

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:21 pm
דורך petergrifin
גוטע ארטיקעל דער דר. קלײן איז א ריכטיגע סעלף העיטינג זשו און ער שטעלט דער דר. אין פלאץ.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:41 pm
דורך petergrifin
מיסטער דין פליז זאג עפעס כ׳װיל דיר געבן א לײק און א האג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:46 am
דורך געפילטע פיש
ס'נישט דא קיין אשכול דעדיקעיטעד פאר די סקול דיסטריקט אין מאנסי?

א שיינע ארטיקל וואס פארענטפערט אביסל די מצב אין מאנסי, אז די חסידים זענען נישט אזוי שולדיג ווי די מידיע מאכט זיי אויס צו זיין.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 12:58 pm
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'נישט דא קיין אשכול דעדיקעיטעד פאר די סקול דיסטריקט אין מאנסי?

א שיינע ארטיקל וואס פארענטפערט אביסל די מצב אין מאנסי, אז די חסידים זענען נישט אזוי שולדיג ווי די מידיע מאכט זיי אויס צו זיין.


די פרעסטיזשפולע וועכנטליכע ראדיאו פראגראם "דיס אמעריקען לייף" מעלדט אז איר פראגראם מארגן גייט קאווערן די איסט רעמעפאו סקול דיסטריקט באורד סומעטאכע. די פראגראם איז באקאנט פאר איר זיך אריינטוהן אין א נושא מיט א סקעפטישע ברילן און פאר איר ציענדע אופן הסיפור.

http://m.thisamericanlife.org/radio-arc ... 4.facebook

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:28 pm
דורך יואליש
יוסי געשטעטנער איז ציטירט אנהויב פון די צוויי-חלקים אינוועסטיגעשאן.

ס'גרעסטע חידוש פאר מיר איז געווען אז די חסידים אין מאנסי פלעגן האבן אן אפמאך מיט די סקול דיסטריקט צו קוקן די אנדערע וועג בנוגע די אומעקזיסטירנדע עדיוקעשאן ביי חסידים.

פארשטייט זיך אז היטלער, קרעמעטאריומס, אושוויץ און טרעבלינקע ווערט ערווענט אלס א געצייג צו שטיל מאכן דעם צד שכנגד.

די היבש געמיינע ווערטער פון די חסידישע סקול בארד'ס אטורני איז נישט ארויסגע'בליפט אין די אנליין ווערסיע. נישט הערן אין די אנוועזנהייט פון אומפארהייראטע קינדער.
http://m.thisamericanlife.org/radio-arc ... e-majority

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:39 pm
דורך גנדי
איך אלץ חסיד האב אייביג גהאלטען אויף די זייט פון די חסידים אין מאנסי.

ביז.... איך האב געהערט די אינטערוויא...

א נייע מין תירוץ פון יוסי ג. מיר גלייכען נישט די געזעץ. וועגן דעם פאלגען מיר עס נישט. און ווער עס האט טענות אויף אונז זאלן טוישען די ״דעמן״ געזעץ!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:53 pm
דורך ישראל קאפקע
@גאנדי ס'איז נישט קיין אינטערווי, ס'איז א באריכט אויף די איסט ראמאפאו סקול דיסטריקט,
נאכן הערן די ערשטע האלב, האלט איך אז ס'איז זייער זייער איינזייטיג לטובת די קעגנער פון די סקול באורד,
סך הכל הערט מען (איינעם וואס זיי רופן) יוסי געשטעטנער (וואס קען נישט זיין 'אונזער' י.ג.) מאכן אן אידעאטישן דרייסיג סקונדעס סטעיטמענט, און פארליינען א פיר שורות בריוו פון הרב ווייסמאנדל,
מצד שני הערט מען עטליכע מינוט פון א געוועזענע שילערען איבער א טאג סקעדזשועל פון א סטודענט, וואס איך וואלט געגעסט איז די מערסט עקסטרעמע פאל וואס זי האט געטראפן (אפי' איך נעם אן אז ס'איז הונדערט פראצענט פונקטליך) און אזויווי דעם שטיקל איז אנפאנג פונעם באריכט שטעלט עס די טאן פארן גאנצן באריכט, וואס די צוהערער דארפן פארשטיין דערפון אז דאס איז די נארמע, און א פארווייטיגטע מאמע שרייען אז מען באעוולט אירע קינדער
דורכאויס די גאנצע באריכט -מיטן אויסנאם פון די ערשטע דריי פיר מינוט- לייגט דער נערעיטאר אראפ מיט אלע פארבן די געפערליכע מצב אינעם סקול דיסטריקט, און די 'דראמאטישע אויפנעמען' פון די נייע אטוירני פארן דיסטריקט, ער בארירט נישט די פאקט אז די געשלעג וואס האט זיך צעשפילט אנגעפאנגען פון 2007 איז די רעסעסיע פילייכט א גרויסע פאקטאר אין די שניטן, און מוניציפאליטעטן און סקול דיסטריקטס איבערן גאנצן לאנד האבן געדארפט מאכן די זעלבע שווערע באשלוסן אפגעזען פון די ארטאדאקסישע סקול באורד מיטגלידער, און די פאקט אז די דיסטריקט פובליק שולע פאפולאציע שרינקט בשעת די פריוואטע שולע פאפולאציע וואקסט אבער די בודזשעט וואקסט אינגרויסן,

איראניש איז, אז ער רעדט מיט אזא געפיל וועגן די סטודענטן בענד 'וואס שפילט אין דענזעל וואשינגטאנ'ס רימעיק פון די אמעריקאנער רעוואלוציע פילם', אבער די הילף פאר חרידישע קינדער וואס דארפן ספעשיעל עדוקעישן לייגט ער אראפ זייער אומסימפאטיש,

איך בין אנטוישט, זייענדיג גאנץ באקאנט מיט דעם ראדיא פראגראם, האב איך געמיינט אז This American Gife וועט מאכן א מער האנעסט צוויי זייטן באריכט

איך האף אז די צווייטע חלק וועט מער אדרעסירן די טענהס פון די עלטערן פון די פריוואטע סקולס,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:43 pm
דורך יואליש
ישראל קאפקע האט געשריבן: נאכן הערן די ערשטע האלב, האלט איך אז ס'איז זייער זייער איינזייטיג לטובת די קעגנער פון די סקול באורד


א גאנצע העלפט האט דיר גענימען צי ציען מסקנות איבער וואס זיי קאווערן "נישט"? מיין שוואגער האט געצויגן די זעלבע מסקנה נאך בלויז די מוזיק אריינפיר.

:)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:46 pm
דורך ישראל קאפקע
יואליש האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן: נאכן הערן די ערשטע האלב, האלט איך אז ס'איז זייער זייער איינזייטיג לטובת די קעגנער פון די סקול באורד


א גאנצע העלפט האט דיר גענימען צי ציען מסקנות? מיין שוואגער האט געצויגן די זעלבע מסקנה נאך בלויז די מוזיק אנהייב.

:)

איך האב אזא 'שוואכקייט' אז איך גלייך צו הערן עקטשועלי פון וואס די רעדע איז! :ביי