בלאט 5 פון 6

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:12 pm
דורך יצמחפרקני
שבת של סיגעיט!?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:26 pm
דורך איחוד פעלד
דאס גייט לכאורה פאר די מייזעלס משפחה.
זיי זענען אויך ענטייטעלט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:30 pm
דורך קלאר
קלאר האט געשריבן:כ'הער אז מתעסקים האט געפנט א פרישע גאראזש אין וויליאמסבורג

http://www.jdn.co.il/news/148066
ר' יחזקאל ראטה איז געקומען קיין וומ''ס קלאפען מזיזות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 1:06 pm
דורך קפנדריא
גלות איד, איך ווייס נישט אין וועלכע גלות שול דו דאווענסט אז ס'דרייען זיך דארטן אזויפיל אנאנימע פושקעס, אין דעם שול ווי איך דאוון קען איך די מוסדות פון אלע פושקעס וואס גייען ארום, און אויב מאכט זיך אמאל א פושקע וואס איך קען נישט, נעם איך א היי ריסק פון א קוואדער, און איך בין מקיים דעם אין בודקין אחר מזונות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 3:28 pm
דורך נס קאווע
יצמחפרקני האט געשריבן:שבת של סיגעיט!?

וואס פאלט דיר ביי אז די תושבים (וואס האבן געהאט גרויס שאדן) באקומען נישט?
גראדע האבעך געהערט פון איינעם וואס וואוינט דארט אז זיי העלפן ארויס צוריק צו שטעלן לעקטער און סטים וואס מ' דארף איבער מאכן אין זייער אסאך הייזער אדער איבעראל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:03 pm
דורך קפנדריא
יאנקל האט געשריבן:א מין משוגעת צו וועבן קאנספיראציע-טעאריעס אויף צדקה-צוועקן סתם אין הוילן חלל אריין. סיגעיטער אידן האבן געליטן מאסיווע שאדנס, און ביז ווילאנג איינער האט נישט קיין קראנטע באווייזן אז עס איז פאראן א לאך אין דער קאסע פארוואס זאל מען קאלט מאכן דעם צוועק?!
(אדמיטעדלי, איך בין בייעסד, ווייל איך האב מיך באטייליגט אין דעם צוועק.)

ס'איז א גוטע וועג פון זיך בארעכטיגן צו פארמאכן די האנט פאר אלע צדקה צוועקן אויפאמאל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:37 pm
דורך שרייבער
א זייטיגע שאלה
פימא באצאלט נישט פאר סיגעיט?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:59 pm
דורך עוד מישהו
כמעט אלע ארץ ישראלדיגע ארגאניזאציעס וואס זענען וואילטעטיג, זענען וואילטעטיג פאר זייער טאש אין כבוד.
אנגעהויבן פון אלע מיני הצלות, איחוד הצלה וכו' וכו', אלע קופת העיר מיט ועד הצדקות, איך זאג עס וואו איינער וואס וואינט אין ירושלים א חלק פון יאר פאר ארבעט.
די אלע מניינים ביי קבר רחל, ביים כותל כדי מוצא צו זיין די וואס קענען אהין נישט גיין, מירון. עמוקה. הושע בן בארי. בני בתירא און אחשורוש.
ביי רוב קברים זענען דא מניינים יעדן טאג, אבער נישט פון די קאמפעניס וואס נעמען געלט פון די אידן אין אמעריקע, נאר פשוטע אידן וואס וואינען אין ירושלים אדער טוריסטן, וואס קומען מתפלל זיין פאר זיך פאר די משפחה.
די אלע רשב"יס זענען דארט ווען מ'דארף זיי האבן? ווער עס וועט אהינגיין א גרינע דינסטאג, וועט ער גארנישט טרעפן פון קיין איינע פון די אלע ארגאניזאציעס.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 10:23 am
דורך קפנדריא
שרייבער האט געשריבן:א זייטיגע שאלה
פימא באצאלט נישט פאר סיגעיט?

מסתמא צאלט פימא יא, אבער פימא האט רעגולאציעס, צב"ש איינער וואס געהאט אינשורענס אויף 5000 דאללאר, און זיין שאדן איז געווען 100,000, ווער ער נישט קיין סאך באקומען פון פימא, ווייל ער האט אינשורענס, אויסער דעם צאלט נאר פימא א קליינע טייל, די אלע בלייבן נעבעך מיט גרויסע לעכער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 8:54 pm
דורך איך אויך
לויט דא איז געבליבן סך הכול 130 אידן אין גאנץ תימן אנשים נשים וטף. אינטרעסאנט וויפיל אידן מאכן פרנסה אויף זייער ריקען. די סוכנות היהודית לייזט שיין איין, די פרומע ארגאניזאציעס אין ניו יורק און לאנדאן מאכן אויך שיין פרנסה. העיקר אז אידן מאכן געלט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 5:02 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:לויט דא איז געבליבן סך הכול 130 אידן אין גאנץ תימן אנשים נשים וטף. אינטרעסאנט וויפיל אידן מאכן פרנסה אויף זייער ריקען. די סוכנות היהודית לייזט שיין איין, די פרומע ארגאניזאציעס אין ניו יורק און לאנדאן מאכן אויך שיין פרנסה. העיקר אז אידן מאכן געלט.

לכאורה זענען זיי געבליבען דארט אז אפאר הונדערט אידען זאלען אויף זיי מאכען געלט..

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 8:28 am
דורך gehlungen
געפילטע פיש האט געשריבן:נאך א פוינט, גוטזאגער.
האסט געזען איינעם זיך אפרעדן אז יענער מאכט געלט? האט איינער געהאט טענות אויף איינער וואס האט א לעגאטימע ביזנעס און מאכט א מאיאנטעק?
די אישו וואס דר'עולם האט דא איז אז יענער קומט וויינען מיט קראראדיל טרערן וועגן זיין וויכטיגע צוועק בשעת ער זיצט על סיר הבשר, ער איז א בנין אב -בויעט הייזער - פאר אלע זיינע קינדער און לעבט א רייכע לעבן אויפן חשבון פונעם עולם'ס רחמנות געפיעלן.

But its very interesting most (not all )that work in moisdes or in big chesed organizations "zeetzen bom sheesel " are really WELL OFF. House cars summerhouse etc . Doesn't that alert a bell ??

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 9:53 am
דורך יאסעלע וואסער טרעגער
דער אייבישטער זאל העלפן אז קיין איין יוד זאל נישט דארפן אנקומען צו קיין איינס פון די אלע ארגענעזאציס.

אבער וואס איז בכלל די גאנצע שמיעס? מוז מען טאקע דא מאכן א נעגעטיווקייט פון יעדע שיינע זאך וואס אינזער היימישער עולם טוט?
די פאקט איז אז רוב ארגענעזאציס העלפן ארויס אחינו בני ישראל וואס טויבלען זיך נעבעך און צרות.

למשל אויב האט חי לייפליין געהאלפן איין זיסע שעפעלע וואס מיטשעט זיך נעבעך מיט די ביטערע מחלה, זאלן זיי זיך פאקען מיליאנען און די אייגענע טאש, זיי העלפן ארויס שווערע הונדערטער יודן וואס וואלגערן זיך פאר יסורים, פון מיר אויס זאל די בעל הבית מאכן א ביליאן דאללער א יאר.

אויב געפעלט איינעם נישט אז זיי מאכן געלט דאן ווען זיי אדער אן אנדערע ארג. מאכט א קאמפיין פאר געלט איז קיינער נישט מחייב צו געבן אויב וויל ער נישט, אבער סתם זיצן און אראפרייסן ארגענעזאציעס איז א רשעות פאר די יודן וואס געניסען דערפון...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:35 am
דורך קרעקער
נישט גערעכט
געלט וואס די באלעבתים פון די ארגענעזעשאנס מאכען קומט אויפן חשבון פין אפגעהארעוועטע יודען וואס פלאגען זיך אדערכצושטיפען דעם טאג און געבען עס בתמימות מיינען אז סגייט פאר קראנקע קינדער ביזדערווייל גייט עס אין טאש פון יחידים וואס ראנען די ארג.
דו ווייסט וואס א משפחה מאכט מיט ווען זיי האבען א קינד מיט די מחלה? די טאטע קען נישט ארבעטען און אין הויז גייט מען אויס פאר א דאלער צו צאלען גראסערי, קומט א שיינע טשאקלאד ערעינזשמענט פון חיה לייפליין, קאמ אן אויב סאיז דא געלט טייל געלט וואס די משפחות דארפען שטארק
די זעלבע איז מיט אלע אנדערע ארגאנעזעשאנס וואס מענטשען האבען געפענט צו האבען פרנסה דערפין זיי מאכען וועידזשעס פין הונדעטער טויזענטע דאלער און געבן טשאקלאד מיט ניסלעך פאר דע וואס ליידען
דעס איז די חילוק צווישן בוני עולם און עיטיים, שלמה באכנער נעמט נישט קיין וועידזש ער איז דא צו טיילען געלט פאר באדערפענדע, דער אנדערע זיצט דארט אויף א וועידזש, די זעלבע איז די חילוק צווישען לאסורים וואס קיינער נעמט נישט קיין וועידזשעס אלע זענען וואלאנטירען און זיי טיען אויף א געוואלד, און דרור וואס האט זיך געפענט צו געבען פרנסה פאר אפאהר יונגעלייט און העלפען קיינעם נישט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:40 am
דורך עסן עסט'זיך
קרעקער האט געשריבן:נישט גערעכט

חי לייפליין הייסט טאקע א זייער רייכע ארגענאזציע וואס טיט ווייניג לפי ווי סאך געלט ער מאכט, אבער וואס זענען דיינע מסקנה'ס וועגן בוני עולם-איטיים און לאסורים דרור?
די ווארפסט הנחות? בוני עולם האט א שיינע שטאב ארבעטער וואס מאכן הערליך פרנסה. שלמה באכנער האט פערצופאל א גוטע ביזנעס און ער האט עס נישט געוואלט אויפגעבן, און שאולי ראוזן פון אי טיים טאר נישט ארויסנעמען א וועידזש?
וואס טוט לאסירים אויף? פארוואס זאגסט אז דרור העלפט קיינעם נישט זיי העלפן אסאך אסאך ארעסטאנטן און משפחותיהם, און פארוואס זאגסטו אז דרור איז פרנסה, ווער זיצט אויף א וועידזש אין דרור?
עס זעהט אויס ווי די האסט אדזענדעס און טרייסט צו שפילן כאילו די ווייסט פשוט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 10:48 am
דורך [NAMELESS]
וועסטו קיינמאל נישט וויסן פונקטליך וועלכע מוסד איז עכט און וועלכע איז דא פאר ביזנעס, א מוסד מיט א גוטע אקאונטענט און א גוטע פאבליק-רילעישאנס קאמפיין קען זיין רייך ווי קורח און גלייכצייטיג שניי ווייס. א ערליכע ארגענאזאציע וואס האט נישט קיין גוטע מארקעטינג און פארפאטשקעט אמאל בטלניש די נאמען איז שוין פאר'חתמט לדראון עולם. אנשים פשוטים אן קיין אויספארשונגען וועלן עס קיינמאל נישט דערגיין

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:00 am
דורך קרעקער
איך נעם אחריות אויף וואס כזאג
אוודאי איז דא אין א ארגאנעזעשאן ארבייטערס, זיי פארדינען אבער ווי א געהעריגע ארבייטער אין א ביזנעס, אבער אויב די באלעבתים פון די ארגאנעזעשאן זיצען אויף דע קאסע און נעמען ארויס בערג געלט איז א פראבלעם, דע פאקט איז באכנער נעמט נישט קיין פעני שאולי רויזען יא, בוני עולם טיילט געלט און עיטיים טיילט פיינע עצות און עדווייס//// אין לאסורים מאכט נישט האלענדער קיין פעני, און אויך אלע ארבייטער דארט זענען וואלאנטירען, זיי געבען אוועק פין זייער אייגענע צייט שעות צו גיין באזוכען יעדען טאג פין יאהר {פורים יום כיפור און ראש השנה} אין תפיסות און טוען אויף א געוואלד, דרור זיצט מענדלאוויטש און לאבין אויף וועידזשעס און כווייס נישט וואס זיי טוען אויף, זיי קלעימען אז זיי האבען א כולל אין דזשעיל.....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:06 am
דורך [NAMELESS]
קרעקער האט געשריבן:דרור זיצט מענדלאוויטש און לאבין אויף וועידזשעס און כווייס נישט וואס זיי טוען אויף, זיי קלעימען אז זיי האבען א כולל אין דזשעיל.....

אפשר דאס איז די תהילים כולל וואס יעדער זיכט שוין אזוי לאנג???

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:08 am
דורך עסן עסט'זיך
קרעקער האט געשריבן:איך נעם אחריות אויף וואס כזאג
אוודאי איז דא אין א ארגאנעזעשאן ארבייטערס, זיי פארדינען אבער ווי א געהעריגע ארבייטער אין א ביזנעס, אבער אויב די באלעבתים פון די ארגאנעזעשאן זיצען אויף דע קאסע און נעמען ארויס בערג געלט איז א פראבלעם, דע פאקט איז באכנער נעמט נישט קיין פעני שאולי רויזען יא, בוני עולם טיילט געלט און עיטיים טיילט פיינע עצות און עדווייס//// אין לאסורים מאכט נישט האלענדער קיין פעני, און אויך אלע ארבייטער דארט זענען וואלאנטירען, זיי געבען אוועק פין זייער אייגענע צייט שעות צו גיין באזוכען יעדען טאג פין יאהר {פורים יום כיפור און ראש השנה} אין תפיסות און טוען אויף א געוואלד, דרור זיצט מענדלאוויטש און לאבין אויף וועידזשעס און כווייס נישט וואס זיי טוען אויף, זיי קלעימען אז זיי האבען א כולל אין דזשעיל.....

פערצופאל האלט איך מיט א משפחה וואס די טאטע זיצט אין דזשעיל וואס סיי די טאטע באקומט געלט פון דרור אין דזשעיל פאר די כולל לימודים וואס ער לערנט דארט, סיי די משפחה באקומט געלט ימים טובים און ווען זיי בעטן און זיי האלטן מיט שבתוןס און מסיבות וואס דרור מאכט מחזק צו זיין און דרור האט זיי געהאלפן מיט די לויערס אוון ממש אלעס זיי לעבן מיט דרור
און כמיין אז לאבין מאכט פרנסה פון שרייבן, ער איז דאך א מצליחדיגע שרייבער און ער איז א וואלונטיר פאר דרור מענדלאוויטש וווייס איך נישט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:13 am
דורך [NAMELESS]
עסן, קרעקער נעמט אחריות, דו אויך?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:15 am
דורך עסן עסט'זיך
יא. די משפחה איז מיר נאנט, דער טאטע זיצט אין פארט דיקס (ניין נישט סאמעט, סאמעט זענעו אויך גרויסע חסידים פון דרור, אבער כ'רעד פון אן אנדער משפחה) און כ'ווייס אויך אז לאבין האט פרנסה פון שרייבן ער שריבט אין שטערן און איז דער מארקעטער און שרייבער פון אסאך מוסדות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:18 am
דורך [NAMELESS]
אוי וויי, ביידע נעמען אחריות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 11:20 am
דורך עסן עסט'זיך
קרעקער זאגט כווייס נישט ווואס זיי טוען אויף, סאו ווייסט ער נישט איך ווייס יא