בלאט 5 פון 6

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 3:53 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
שפר ב'כיכר': לאחר הפגישה המשולשת בין גבאי הרבי מבעלזא לבניו של הרבי מגור, מפרסמים כעת בבעלזא הודעת התנצלות רשמית. "חשוב לבעלזא הידידות עם חסידי גור, ומה שקרה לא יקרה עוד".

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 3:55 pm
דורך סמבטיון
איימסארי צו באסטן דיין באלאן. דער רב שליט"א איז יעצט געווען ביי די גער'ע שבע ברכות, און איך גלייב אז דער גער'ע וועט קומען באלד צו די בעלזע שבע ברכות.
בדרך אגב, גער'ע רבי פלעגט קיינמאל נישט קומען צו די חתנות, נאר איז אלעמאל געקומען צו די שבע ברכות, ווער עס האט די בילדער זאל עס אהער ברענגען ביטע.

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 4:14 pm
דורך מחצה''ק
.

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 6:24 pm
דורך לך לך
_

נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 8:19 pm
דורך מפיל קינד
סמבטיון האט געשריבן:איימסארי צו באסטן דיין באלאן. דער רב שליט"א איז יעצט געווען ביי די גער'ע שבע ברכות, און איך גלייב אז דער גער'ע וועט קומען באלד צו די בעלזע שבע ברכות.
בדרך אגב, גער'ע רבי פלעגט קיינמאל נישט קומען צו די חתנות, נאר איז אלעמאל געקומען צו די שבע ברכות, ווער עס האט די בילדער זאל עס אהער ברענגען ביטע.

אינטערעסאנט אז דו דערמאנסט נישט די מודעה פון שמעון וואלף וואס איז פארמעקט געווארן...

לאחר הפגישה המשולשת הערב (שני) בין גבאו של האדמו"ר מבעלזא, לבניו של הרבי מגור מוקדם יותר באשדוד, פורסמה בדקות האחרונות הודעת התנצלות חריגה בקו המידע הרשמי של חסידות בעלזא, הודעה שנמחקה כעבור דקות ספורות.

בהודעה החריגה שפורסמה בחסידות נאמר כי "הגבאי ר' שמעון וואלף קליין נפגש היום עם בני האדמו"ר מגור בשליחות קודשו של האדמו"ר מבעלזא, והבהיר מולם בשם האדמו"ר כי לחסידות בעלזא מאוד חשוב ויקר הידידות וכבוד חסידות גור, ומה שקרה לאחרונה לא יקרה יותר".

"וח"ו לא יפגעו יותר בחסידות גור", התחייבו בהודעה של בעלזא, שנמחקה כעבור זמן קצר.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 2:55 pm
דורך תרמב
זיך צאמגעלייגט פאר אביסל פרעשור, איך האב געמיינט אז די בעלזער איז מער געוואגט ווי דעם

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 3:16 pm
דורך סמבטיון
פרייז פאר שלום.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 4:44 pm
דורך ישעיה
סמבטיון האט געשריבן:פרייז פאר שלום.

וואס ס'איז באמת געווען אזא הודעה אויפ'ן בעלזער טעלעפאון ליין?

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 5:53 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ס'קוקט אויס ווי בעלזא האט זיך צוזאמגעלייגט פאר גור, די מציאות איז אבער פארקערט.

נאך וואס די גור'ע האבן נישט געלאזט אהרן מרדכי לאדענען דעם גור'ע רבי צום חתונה, ווי געווענליך, נאר געזאגט אז ער דארף זיך טרעפן מיט די קינדער פון גורע רבי, האט בעלזא געהאט ביי די חתונה ר' שאול (וואס פלעגט אלעמאל קומען צו די בעלזע חתונות), און כידוע האט דער ויז'ניצער גערעדט מיט אים צוואנציג מינוט לפני הקהל הקודש. ר' שלמה צבי - זוהן פון גור'ע רבי, האט פארלאנגט אז די ברכה אחריתא פון ר' ישראל זאל אפגעזאגט ווערן, אבער אברהם בנימין זילבערבערג (ר' צבי מאיר'ס ברודער - און ווער עס פירט דארט כידוע דעם קאמף) האט פארשטאנען אז מען קען זיך נישט שלאגן מיט די וועלט, האט מען געלאזט די ברכה אחריתא פאזיציע אויפן ארט, נאר אנשטאט דעם האט מען געגעבן פאר מרכז ויז'ניץ דעם בענטשן, וואס דאס האט געזאלט זיין א שטאך פאר ר' ישראל (וואס כאפט נאכנישט דעם שטאך...)

א טאג שפעטער האט אברהם בנימין גערופן בעלזא, אז ר' אהרן מרדכי זאל אריבערקומען רעדן מיט די קינדער פון גור'ע רבי, אבער ר' אהרן מרדכי האט נישט געוואלט, ער רעדט נאר מיטן רבי'ן אליין (בשלב זו), האבן זיי ענדליך מסכים געווען אז ר' שמעון וואלף קליין זאל רעדן מיט די קינדער פון דעם רבי'ן (איר פארשטייט וויפיל זיי האבן זיך משפיל געווען למען השלום?).

נאכן רעדן איז ארויפגעגאנגען דער באקאנטער מודעה אויף קול בעלזא. אבער גראד נאכדעם האט ר' אהרן מרדכי אנגערופן פרעגן, ווער האט געהייסן דאס ארויפלייגן? - האט מען געזאגט, שמעון וואלף! - האט ער געזאגט, "איך בין זיך נישט מתנצל, איך האב אים גערופן צו די חתונה און איך בין זיך נישט מתנצל". ער האט געהייסן אז מען זאל אראפנעמען די הודעה, און אזוי איז געשען. פארשטייט זיך אז שמעון וואלף האט תיכף נאכדעם גערופן און געהייסן אז מען זאל עס צוריקלייגן, אבער קול בעלזא האט געענטפערט אז זיי זענען מחויב פאר הרה"צ און נישט פאר שמעון וואלף, און דערמיט איז עס געבליבן.

פון אנשי ר' שאול הער איך אצינד, אז אויך זיי האבן זיך פארשטענדיגט מיט בעלזא, און בעלזא זאגט אז הרה"צ טענה'עט אז אלעס איז צוריק צום אלטן, בלויז דאס, אז גור איז אראפגעקראכן פון טיש און האלטן אן דאס ידידות כבראשונה. גארנישט מער.

Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 7:46 pm
דורך ישן מלא חדש
ישעיה האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:פרייז פאר שלום.
וואס ס'איז באמת געווען אזא הודעה אויפ'ן בעלזער טעלעפאון ליין?



נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 11:37 pm
דורך אישתישבי
כידוע רופט מען אים שמעון בלאף, אבער דא איז ער בעסער פין דער הרה"צ וואס פארשטייט נישט אז די נארישע התנצלות איז כדאי פאר שלום.

גער פארשטייט שוין אז ווייל זיי האבן פיינט ר' שאול דארף נישט יעדער אים פיינט האבן. און עס איז היבש נאריש צו האלטען א מחלוקת וועגן א סטופיד מודעה.

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 7:12 am
דורך סעגאל
איך פארשטיי עס גראדע יא.

איך האב גערופן איינעם צו מיין חתונה און א יעדער ווייסט אז איך האב אים טאקע גערופן, קען איך מיר נישט צונאר לייגן פאר יעדן זאגן איך האב אים נישט גערופן, אדער אפי' אז עס איז א טעות אז איך האב אים גערופן.

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 10:27 am
דורך סמבטיון
אישתישבי האט געשריבן: כידוע רופט מען אים שמעון בלאף

כידוע וואו פונקטליך?
ערשטע מאל איך הער איינעם אים רופן אזוי!

שמעון וואלף קליין האט לכאורה די מערסטע קרעדיט אין בעלזא היינט צו טאגס, א יוד וואס האט אוועקגעגעבן זיין לייב און לעבן פאר בעלזא.

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 12:56 pm
דורך תרמב
סמבטיון האט געשריבן:פרייז פאר שלום.

די פרייז פאר שלום מיט איינעם איז צו מיטשטיין מיט יענעמס מחלוקת מיט א דריטן?

Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 5:22 pm
דורך פאליטיקאנט
אויב האט די בעלזער זיך געבראכן, איז עס אפשר א פראגמאטישע החלטה צו "צאלן די פרייז פאר שלום" (ליין: אפהאלטן פאטענציאלע נזק פון מחלוקת) אבער א מאראלישע איז עס זיכער נישט!
דו דארפסט זיך פארענטפערן / אנטשולדיגן פאר'ן נישט שפרינגען מיט יענעם'ס מחלוקה?
אפי' אויב יענער איז בארעכטיגט (אזויגעריפן) מיט די מחלוקה דארף איך מיך נישט צושטעלן, ווער רעדט נאך דא וואס גער פירט א זינלאזע און רשעות'דיגע מלחמה. דער וואס איז נישט מוחה אויף גער דארף זיך פארענטפערן.

Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 6:15 pm
דורך שפילער



ער נעמט אים אויף דא נאכאמאל. איינער ווייסט פשט?

קוקט אויס ווי די רב איז גאר שוואך. השם ישלח לו רפואה בקרוב.

Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2024 3:58 pm
דורך ר' גרשון
געזען אזאכע וואס שרייבן אז די רב שליט"א האט אנדערע פלעצער ווי ער איז מכבד צו זיצן צווישן רבי'ס און ר"י, און ר' שאול האט ער געגעבן צו זיצן ווי א רבי, וואטעווער.. עפעס אזוי..

Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 8:51 am
דורך נאוואמינסקער
אפשר וועגן די וואלן פון פרוש אלץ ראש העיר. גור אין וויזניץ זענען געגאנגען נגד בעלז אין די רעשט פון אגודה.

Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 10:38 am
דורך אייביג פרייליך
עס איז לכאורה pay back time , נאך די וואלען לעצטענס איז געווארן א ריס צווישען גור אין בעלזא אז ווען די גערער רבי האט חתונה געמאכט אן איינקעל א חודש צוויי צערוק האט ער געגעבען ברכות ביי די חופה פאר די מאכנובקא רבי אין פאר די דאראג רבי ביידע געגענערס פאר בעלזא וואס גור האט עס קיינמאהל נישט געטוהן פריער ! האט בעלזא יעצט צעריק געשאסען צו גור מיט אויפנעמען ר׳ שאול ביים רב בכבוד גדול !!!

Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 11:58 am
דורך כספי
אבער, וואס פארשטייען אונז אין דרכי 'הצדיקים'...

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 1:10 pm
דורך הכנה דרבה
בעיביס איז אן understatement

Re:

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 2:14 pm
דורך היימלינד
הכנה דרבה האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 1:10 pm בעיביס איז אן understatement
סיי די וואס פירען עס און סיי די וואס זענען פארנומען מיט עס

Re: פייערדיגע מחלוקת צווישן בעלזא און גור

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 2:33 pm
דורך צוויי
אייביג פרייליך האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 10:38 am עס איז לכאורה pay back time , נאך די וואלען לעצטענס איז געווארן א ריס צווישען גור אין בעלזא אז ווען די גערער רבי האט חתונה געמאכט אן איינקעל א חודש צוויי צערוק האט ער געגעבען ברכות ביי די חופה פאר די מאכנובקא רבי אין פאר די דאראג רבי ביידע געגענערס פאר בעלזא וואס גור האט עס קיינמאהל נישט געטוהן פריער ! האט בעלזא יעצט צעריק געשאסען צו גור מיט אויפנעמען ר׳ שאול ביים רב בכבוד גדול !!!
פונקט פארקערט, ביידע ווילן לעבן בשלום, ביידע האבן שוין לאנג געזוכט די געלעגענהייט צו לעבן בשלום און אפי' טוהן זאכן וואס זיי האבן נישט געוואלט טוהן אסאך יארן צוליב פאליטיק, און יעצט האט סיי גערער רבי גענומען די געלעגענהייט און מכבד זיין מחנובקא און דאראג, און סיי בעלזא רבי גענומען לעומת זה די געלעגענהייט און מכבד געווען רבי שאול אלתר....

והרחמן הוא עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל..

ואמרו אמן!!!