בלאט 5 פון 8
Re: יהודה משי זהב קריטיש נאך זעלבסטמארד פרואוו
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:18 pm
דורך אונטער חכם
צפור בודד האט געשריבן:walder2.JPG
די קאפאציטעט ביי איזרעיליס פאר קאנספיראציעס איז אומגלויבליך. דיין טאטע אדער דו אליין האבן שוין אמאל געהאט א סכסוך מיט עמעצן? איז דיר איינגעפאלן מאכן אויף יענעם א בלבול מיט עדיות, ארייננעמען נאך איינעם אין דעם בלבול, ארבעטן אויף דעם חודשים לאנג און דערנאך עס פובליצירן אונטער דיין אייגענעם נאמען אז די וועלט זאל זען אז אלעס קומט פון דיר אליין?
נאר אויף קאנסיפראציעס פרעגט מען נישט קיין קשיות, "מען קען נישט וויסן" פארענטפערט אלע קשיות און אין אפוטרופוס לעריות מיינט נישט חרדים און כל שכן נישט פראמינענטע חרדים וואס זיי זענען חפים מפשע בין קודם החטא ובין לאחר החטא.
פונקט פארקערט, ווען ראבינאוויטש שיקט ווען א צווייטן עס צו פאבלישן וואלט געווען גרינג געוואויר צו ווערן אז ער שטייט אונטער דעם.
עניוועי, איך האלט נישט אז דאס איז דער עיקר סיבה נישט צו גלייבן, ראבינאוויטש האט סאך שטערקערע אינטערעסן צו פאבלישן אזעלכע מעשיות ווי זיין טאטנס אלטע מחלוקת.
אויב גלייבסטו נישט אז מענטשן קענען אויפמאכן מעשיות, דריי דיך אביסל אויף אינפאווערס.
Re: יהודה משי זהב קריטיש נאך זעלבסטמארד פרואוו
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 2:20 pm
דורך אונטער חכם
טיכטיגער האט געשריבן:אינטערעסאנט ביים דעם פרשה האט שוין די עדה החרדית ארויסגעגעבן א בריוו עטליכע חדשים צוריק
זיי האבן געשריבן עפעס וועגן אזעלכע מעשיות?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 5:10 pm
דורך מונטסורי
דא איז די נייעס אין ענגליש פאר ווער ס׳איז אינטערעסירט:
https://m.jpost.com/israel-news/author- ... ors-684837לענ״ד איז דאס נישט א וועבערמאן מעשה וואו עס איז געווען פּלענטי צו דעבאטירן לכאן ולכאן. דא רעדט זיך פון דריי מענטשען אין אנדערע יארגענג וואס שילדערן עפעס וואס שיינט צו זיין א pattern. פארשטייט זיך innocent until proven guilty וכו׳ וכו׳ אבער ס׳פרעגט זיך אליינס וואס זענען די odds אז ער איז חף מפשע? וואס זענען די שאנסען אז דריי פרויען זאלן פאלשערהייט באשולדיגען איינעם?
———
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:תוהו ובוהו האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:און אז די משטרה האלט נישט אז סאיז א קעיס (לעת עתה)
פון וואו נעמסטו דאס?
איינע פון די מתלוננות איז שוין געווען אין משטרה און מען האט פארמאכט די קעיס נאך א יאר.
הוא הנונתנת, דאס איז געווען צען יאר צוריק און איז מסתמא נישט פארבינדען מיט די יעצטיגע צוויי באשולדיגערס וואס פארשטערקערן פונדאסניי די אלטע תלונות.
———
ס׳כאפט מיר ממש אן איבל, כ׳האב נאר לעצטענס געקויפט א סעט פון זיינע ביכער ביי בינגא און כ׳ליין עס פאר די קינדער נעכטליך, כ׳האב הערשט היינט באמערקט די נייעס, וואס טוט מען?
אגב, די אחראים וואלטען אפשר געדארפט אפטיילען דעם אשכול פון
די תגובה, משי זהב האט זיין אייגן פעקל, זיין אשכול דארף נישט ווערן לענגער מיט וואלדערס עבירות…
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 5:35 pm
דורך berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:Kids speak. Sometimes it's about the author.
מאנכע צייכענען אהן אז אהרן רבינוביץ וועלכער האט אויפגעדערט די פרשה אין זיין הארץ ארטיקל (צוזאמען מיט נאך א דזשורנאליסט(קע?)), איז א זוהן פון בני רבינוביץ וועלכער איז אין א שווערע קאנפליקט מיט חיים וואלדער.
לדעתי איז אהרן א שטארק אויפריכטיגע און ברייטביינערדיגע דזשורנאליסט און איך האלט נישט אז ער האט אגענדעס.
די פאליגראף איז א שטארקע ראיה אז איז אומשולדיג. ווייסעך נישט.
אינגערמאנטשיקל: ס'ווענדט זיך וואו און ביי וועם ער האט גענומען דעם פוליגרף טעסט. ווייל מ'קען עס בייגן אין אלע וועגן. ופשוט הוא...!
Re: יהודה משי זהב קריטיש נאך זעלבסטמארד פרואוו
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:13 pm
דורך תוהו ובוהו
מונטסורי האט געשריבן:ס׳כאפט מיר ממש אן איבל, כ׳האב נאר לעצטענס געקויפט א סעט פון זיינע ביכער ביי בינגא און כ׳ליין עס פאר די קינדער נעכטליך, כ׳האב הערשט היינט באמערקט די נייעס, וואס טוט מען?
וואס האסטו מורא? כוח הפועל בהנפעל? החזקת ידי עוברי עבירה? אדער אפשר גאר אז האט ער אריינגעשמוגעלט טשיילד פארנאגראפיע?
כ'זעה נישט וואס איינס האט מיטן צווייטן, זאלן דיינע קינדער ווייטער ליינען זיינע ביכער, און ער זאל גיין אין תפיסה אויב ס'איז אמת.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:24 pm
דורך Nanach
תוהו ובוהו האט געשריבן:מונטסורי האט געשריבן:ס׳כאפט מיר ממש אן איבל, כ׳האב נאר לעצטענס געקויפט א סעט פון זיינע ביכער ביי בינגא און כ׳ליין עס פאר די קינדער נעכטליך, כ׳האב הערשט היינט באמערקט די נייעס, וואס טוט מען?
וואס האסטו מורא? כוח הפועל בהנפעל? החזקת ידי עוברי עבירה? אדער אפשר גאר אז האט ער אריינגעשמוגעלט טשיילד פארנאגראפיע?
כ'זעה נישט וואס איינס האט מיטן צווייטן, זאלן דיינע קינדער ווייטער ליינען זיינע ביכער, און ער זאל גיין אין תפיסה אויב ס'איז אמת.
אפשר משום הרחק מן הכיעור
יעדע מאל ווען ער גייט עס פארליינען גייט אים ארויף קומען אין קאפ די נייעס. איך פארשטיי די געפיל
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:45 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
נאכ’ן דורכליינען און דורכאקערען די ארטיקל, תגובות און אינטערוויוס אויפ’ן נושא, הנה דעתי בזה:
אהרן רבינוביץ האט נישט קיין אגענדע.
חיים וואלדער איז א רעיפער און דארף גיין אין חד גדיא.
יהדות החרדית איז טיף אין די אדמה אז אזעלכע רוצחי נפש בצורת אדם ווערן דיפענדעט בלויז ווייל זיי זענען פאוערפול מענטשן.
איטס עי מעטטער אף טיים אז עס זאלן ארויסקומען נאך עטליכע מעשיות אויף חיים, אזויווי עס איז געווען מיט משי-זהב.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 9:43 pm
דורך קהל'ס נער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:חיים וואלדער איז א רעיפער און דארף גיין אין חד גדיא.
סה"כ א שרייבער זיכט סענזאציע לצורך פרנסה, קיין איין פרוי האט נאך נישט ארויסגעקימען זאגן האסט מיך גערעיפט, ער שרייבט סה"כ אז ער ווייסט וכו' די אלע שרעקליכע זאכן קומט פונעם שרייבערס פענע.
די פרוי וואס האט יא ארויסגעקימען זאגן האט מען ארויס געווארפען די קעיס מחוסר ראיות, דעיס זאגט עפעס? ניין, איך קען אויך גיין מארגן צי פאליס און זאגן אז אינגערמאנטשיקל האט מיך געטאשט און נאך דעים וועט מען ארויסווארפן די קעיס מחוסר ראיות.
אז ס'וועט זיין א משפט און ער וועט ארויסקימען שילדיג, דעמאלטס קענסטו עים געיבן וועלכע טיטלן ס'שמעקט דיר.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 10:16 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
מער ווי איין פרוי איז ארויסגעקומען און צו מער ווי איין דזשורנאליסט.
ביזט גערעכט, אין חד גדיא וועט ער נאר אנקומען דורך א ציווילע געריכט. אבער לויט אלע אינדיקאציעס רעדט מען פון א רעיפער.
איך געב טיטלן כפי ראות עיני, איך צווינג נישט ארויף מיין מיינונג אויף קיינעם.
אז מ'רעדט שוין. א שרייבער וועלכע האט גענומען ביצים-פונעם-יאר-הונדרעט אויפצודעקן די דריטע שמוציגע פרשה ביים יהדות החרדית אין די לעצטע יאר צייט ווען יעדע איינס האט געעפענט א קופה של שרצים פון צענדליגע עדות וואס 'האבן געוואוסט אבער מורא געהאט צו רעדן', דעזערווט עפעס שענער ווי "סה"כ א שרייבער זיכט סענזאציע לצורך פרנסה".
ועוד-די איזראעלי סאשעל מידיע איז פול מיט מענטשן וועלכע האבן 'תובע דיבה' געווען מענטשן וועלכע האבן געשריבען פיצקעלע ליגנט אקעגן זיי (היינט אליינס האט א ח"כ פון ליכוד גערופן אין בית משפט א שרייבער אין הארץ פאר נארישקייטן), לאמיר זעהן חיים וואלדער זאל רופן אין בי"מ אהרן רבינוביץ אויב ס'איז טאקע שקר וכזב.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:08 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אהרן רבינוביץ למנדי ביתאן הבוקר: "מעבר לשלוש המתלוננות נגד ולדר, יש בידינו עוד כ15-20 עדויות נגדו. רוב המתלוננות והמתלוננים חוששים להעיד נגדו"
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:41 pm
דורך קהל'ס נער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:מער ווי איין פרוי איז ארויסגעקומען און צו מער ווי איין דזשורנאליסט.
ביזט גערעכט, אין חד גדיא וועט ער נאר אנקומען דורך א ציווילע געריכט. אבער לויט אלע אינדיקאציעס רעדט מען פון א רעיפער.
איך געב טיטלן כפי ראות עיני, איך צווינג נישט ארויף מיין מיינונג אויף קיינעם.
אז מ'רעדט שוין. א שרייבער וועלכע האט גענומען ביצים-פונעם-יאר-הונדרעט אויפצודעקן די דריטע שמוציגע פרשה ביים יהדות החרדית אין די לעצטע יאר צייט ווען יעדע איינס האט געעפענט א קופה של שרצים פון צענדליגע עדות וואס 'האבן געוואוסט אבער מורא געהאט צו רעדן', דעזערווט עפעס שענער ווי "סה"כ א שרייבער זיכט סענזאציע לצורך פרנסה".
ועוד-די איזראעלי סאשעל מידיע איז פול מיט מענטשן וועלכע האבן 'תובע דיבה' געווען מענטשן וועלכע האבן געשריבען פיצקעלע ליגנט אקעגן זיי (היינט אליינס האט א ח"כ פון ליכוד גערופן אין בית משפט א שרייבער אין הארץ פאר נארישקייטן), לאמיר זעהן חיים וואלדער זאל רופן אין בי"מ אהרן רבינוביץ אויב ס'איז טאקע שקר וכזב.
איך בין מסכים מיט אלעס וואס די זאגסט, איך האב אבער איין פראבלעים, ס'איז נאך נישט ארויס געקימען קיין איין פרוי מיט איר נאמען מיט א פנים זאגן: "די חיים ולדר האסט מיך פלונית פלוניתאוויטש גערעיפט".
די האסט אלע צישפייזן מיט אלע ספייסעס אין אלע דיזערטס און די עסצייג אויכט, אבער די בקר פעילט.
לענינינו די האסט גיטע פשעטלעך, סברות, מה מצינו'ס, על כרחך'ס, אבער קיין עגונה איז מען נישט מתיר מיט די אלע תורות ביז ווי לאנג איינער קימט זאגן אז ער האט געזעין די מת.
ביי מיך איז די חיים ולדר כשר למהדרין ביז ווי לאנג קיינער קימט נישט זאגן "חיים רבעני שלא לרצוני".
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:52 pm
דורך נפה
עס איז זייער שווער ארויסצוקומען מיטן נאמען און פרצוף בפרט ווען מען רעדט פון אזא פאווערפול מענטש ביי משי זהב איז נישט געווען קיין נאמען און אזוי אויך ביי גורער רבי׳ס זון, און אזוי גייט עס ביי רוב פרשיות, אויב דו ווילסט וויסען פארוואס קוק נאך אביסעל אויף סאשעל מידיא די שעמינג וואס די קרבנות באקומען און דאס איז נאך ווען קיינער ווייסט נאך נישט זייער נעמען
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 12:30 am
דורך קהל'ס נער
נפה האט געשריבן:עס איז זייער שווער ארויסצוקומען מיטן נאמען און פרצוף בפרט ווען מען רעדט פון אזא פאווערפול מענטש ביי משי זהב איז נישט געווען קיין נאמען און אזוי אויך ביי גורער רבי׳ס זון, און אזוי גייט עס ביי רוב פרשיות, אויב דו ווילסט וויסען פארוואס קוק נאך אביסעל אויף סאשעל מידיא די שעמינג וואס די קרבנות באקומען און דאס איז נאך ווען קיינער ווייסט נאך נישט זייער נעמען
גערעכט ס'איז טאקע א גרויסע פראבלעים, אבער מען קען נישט באשילדיגן קיין מענטש באזירט אויף תורות.
דאונט געט מי ווראנג, איך נעם נישט קיין רעיפסטס פאר לייכט, לדעתי דארף מען זיי אראפשניידן די תחתון, אבער מען דארף עים ערשט פראוון גילטי.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 12:56 am
דורך נפה
אקעי מען דארף אבער אביסעל קלענער מאכען די כבדהו און אביסעל גרעסער די חשדהו
אבער מען וועט ווארטען צו ער וועט תובע דיבה זיין
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:29 am
דורך אינגערמאנטשיקל
קהל'ס נער האט געשריבן:ביי מיך איז די חיים ולדר כשר למהדרין ביז ווי לאנג קיינער קימט נישט זאגן "חיים רבעני שלא לרצוני".
הייסט ביי דיר איז די דיסיידינג פעקטער א נאמען מיט א פנים. פארדעם גלייבסטו נישט און נאכדעם גלייבסטו אלעס? אפשר ווילסטו צולייגן נאך עפעס ריקווייערמענטס? ס'דארף זיין אין פארנט פון עדות/בי"ד/געריכט? ס'דארף זיין אונטער שבועה?
א דזשורנאליסט מיט א צייטונג זענען אויף אסאך גרעסערע צרות לעגאל און פיינענשעלי אויב מען פאקט זיי מיט פאלשע מעשיות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:43 am
דורך [NAMELESS]
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:נאכ’ן דורכליינען און דורכאקערען די ארטיקל, תגובות און אינטערוויוס אויפ’ן נושא, הנה דעתי בזה:
אהרן רבינוביץ האט נישט קיין אגענדע.
חיים וואלדער איז א רעיפער און דארף גיין אין חד גדיא.
יהדות החרדית איז טיף אין די אדמה אז אזעלכע רוצחי נפש בצורת אדם ווערן דיפענדעט בלויז ווייל זיי זענען פאוערפול מענטשן.
איטס עי מעטטער אף טיים אז עס זאלן ארויסקומען נאך עטליכע מעשיות אויף חיים, אזויווי עס איז געווען מיט משי-זהב.
נאכן דורכליינען און דורכאקערן דיינע תגובות אויף אלע נושאים, הנה דעתי בזה:
[tag]אינגערמאנטשיקל[/tag] איז לעצטנס געווארן אויפגעקלערט און בארעגט אויף די חרדים, און דעריבער איז ער נישט מבחין בין טוב לרע און ער וועט בעסער אננעמען אז חיים וואלדער איז א רעיפיסט ווי אז דער מיטן געשעיווטער בארד איז דא מיט אן אגענדע.
און אט זענען די פאקטן:
בני רבינוביץ איז דער פאטער פון אהרן רבינוביץ. ער האט געארבעט אין א צייטונג און איז געפלויגן פון דארטן צוליב חיים וואלדער'ס ווארט. די רבינוביץ פאמיליע האט אן אלטער חשבון מיט חיים וואלדער, און דעריבער האבן זיי באשלאסן אז זיי גייען אויסנוצן דעם פאקט אז חיים איז א פארפיינטעטער מענטש ביי פילע, און זיי גייען אויף אים אנקלעבן דעם מאלעסטער ליילעך. איך פערזענליך ווייס נישט אויב חיים וואלדער זינדיגט נישט ביינאכט מיט זונות, אבער עכ"פ מיט זיינע קליענטן האט ער נישט געפעצלט לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס פון די ריסיורטש וואס משטרת ישראל האט געמאכט.
בארואיג זיך, יהודה משי זהב איז נישט געווארן דעפענדעט דורך קיינעם כאטש וואס ער איז געווען טויזענט מאל אזוי מאכטפול ווי חיים וואלדער.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 9:52 am
דורך זופ מיט מאנדלען
איך קען זעהן אינגערמאנטשיקלס סברה אז א נארמאלער דזשורנאליסט וועט זיך נישט פארפליישיגן צוליב א משפחה פייט, סקען אים קאסטן זיין פרנסה און שווערע מיליאנען אין צוגאב, און בכלל וואלט הארץ נישט דורכגעלאזט אזא סקאנדאל אן עפעס קראנטע אינפארמאציע, מצד שני קען נאך אלס זיין אז עטליכע שונאים פון ולדר האבן געלאזט פאלן האלבע ווערטער און רבינוביץ האט זיך צוגעכאפט דערצו און געבלאזן א מעשה אבער רויך איז זיכער דא.
ביי משי זהב האבן גענוג נישט געגלויבט ביז דער צדיקל האט ארומגעדרייט סשטריקעלע ארום זייל העלזל.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:04 am
דורך אינגערמאנטשיקל
[tag]מאך זיכער[/tag] אקעי.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:06 am
דורך קהל'ס נער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:ביי מיך איז די חיים ולדר כשר למהדרין ביז ווי לאנג קיינער קימט נישט זאגן "חיים רבעני שלא לרצוני".
הייסט ביי דיר איז די דיסיידינג פעקטער א נאמען מיט א פנים. פארדעם גלייבסטו נישט און נאכדעם גלייבסטו אלעס? אפשר ווילסטו צולייגן נאך עפעס ריקווייערמענטס? ס'דארף זיין אין פארנט פון עדות/בי"ד/געריכט? ס'דארף זיין אונטער שבועה?
א דזשורנאליסט מיט א צייטונג זענען אויף אסאך גרעסערע צרות לעגאל און פיינענשעלי אויב מען פאקט זיי מיט פאלשע מעשיות.
האסט נישט קלאר פארשטאנען.
ס'איז דא דריי היכי תמצא'ס, ואפרטם כי שלשה הם.
פאר איינער זאגט פלוני רבעני איז אפילו נישט דא קיין חשש, און ער איז כשר למהדרין, ס'איז נישטא קיין באשילדיגער, ס'איז סתם מוזרות בלבנה.
ווען איינער קומט זאגן פלוני רבעני, גייט עס שוין אריין אין כבדהו וחשדהו, ס'איז דא א קעיס.
נאך איינער ווערט אנגעקלאגט אין ווערט באשילדיגט דארף מען גיין בכל חומר הדין.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:08 am
דורך [NAMELESS]
נפה האט געשריבן:ביי משי זהב איז נישט געווען קיין נאמען
נישט נאר וואס עס איז געווען א נאמען, עס זענען ארויסגעקומען מענטשן מיט זייערע געזיכטער רעדן אויף די טעלעוויזיע. ביטע מאך דיין מינימאלע ריסיורטש בעפאר דו שרייבסט...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 10:13 am
דורך זופ מיט מאנדלען
וואו געשמועסט אויבן אין אשכול זענען די געשיכטעס פון משי זהב לאו דוקא געווען די פנימער וועלכע האבן גערעדט אפן, אט די עדותער זענען געווען לעכעריג די עיקר איז געווען דאס א גרויסע צייטונג האט געוטענהט אז זיי האבן אין באזיס מער אינפא וואס זיי קענען נישט ארויסגעבן, און די אומאויפהערליכע רינון אין וואס מען האט נישט געקענט לייקענען, ביי וואלדער איז קיין גרויסע רינון נישטא אבער אינעם ערשטן פרט שטייט ער נישט קיין סאך בעסער.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 2:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ירננו על משכבותם

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:50 pm
דורך מצפצף
נפה האט געשריבן:אקעי מען דארף אבער אביסעל קלענער מאכען די כבדהו און אביסעל גרעסער די חשדהו
אבער מען וועט ווארטען צו ער וועט תובע דיבה זיין
זיינע לויערס זאגן אז זיי גייען.