בלאט 5 פון 11

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 2:15 pm
דורך בעל דרשן
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:קיינמאל בעפאר געהערט פון "קהילת 45". ווער איז די קהילה?


אייביג איז דא א ערשטע מאל
אין קורצן נאכן פטירה פונעם דברי שלמה ( פון אים האסטי שוין יא געהערט? ) האט איבערגענומען רבי נפתלי צבי און די צווייטע זין רבי בנציון איז אויפגענומען געווארן אלץ רב הצעיר וואס דאס מיינט אז לאחר פטירת רבי נפתלי ווערט ער ממלא מקום און דאס איז טאקע געווען רבי בנציון איז געווארן אויפגענומען דורך רוב חסידי באבוב אלץ ממשיך וממלא מקום ווען א חלק האבן זיך צוטיילט און אויפגענומען רבי מרדכי דוד אונגאר א איידעם ביי רבי נפתלי א פלימעניק פון רבי בנציון אלץ זייער פירער און זייער קהילה ווערט גערופן באבוב45 בלשון קיצור איז עס 45 !
כת 45 איז ארויס מיט א שטארקע מלחמה קעגן די פעטער און עדת חסידי באבוב זאגענדיג אז צו זיי געהערט די המשכה געלאפן און קאורט און דערנאך אין בית דין ווי זיי האבן צו זייער שלעכטע מזל פארלוירן די פסק דין וואס איז געווען א הילכיגע פראסק פאר זיי ( און פארשטייט זיך אז זיי האבן געשריגן שוחד ווי יעדע מענטש וואס פארלירט אין בית דין .. ) רבי בנציון איז היינט די אנערקענטע ממשיך לבית באבוב איבערנעמענדיג רוב באבוב אריינגערעכנט די געהויבענע אלטע חסידים וואס האבן געזעען אין אים די ריכטיגע המשכה
ווען צו די זייט איז דא רבי מרדכי דוד אונגאר די ראש פונעם שלשלת 45 וואס פירט זיין קרעמעל אין בית יעקב וואס זיי דינגען אפ און עס צום האפן אז בקרוב וועלן זיי אויפבויען א אייגענע שול וואס סשוין העכסט צייט פאר דעם שטייענדיג 20 יאר נאך די טיילונג

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 5:43 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אהא, איז דו שרייבסט גלייך דעם קיצור נאמען.

מען זעהט טאקע אין אלע דיינע תגובות אז דו פירסט זיך צו מקצר זיין.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 23, 2021 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
הרב בעל דרשן: איך ווילל נישט איבערחזר'ן אדער קוואוטן דיין תגובה, ווייל ס'איז איבריג. נאר אויף איין נקודה וועלל איך מיך יא שטעלן.

דו זאגסט אז באבוב 45 איז ארויס אין א מלחמה אקעגן ר' בנציון...! אפשר פארקערט. ר' בנציו וכת דילי' זענען ארויס אין א מלחמת חרמה אקעגן הר"ר מרדכי דוד שליט"א וחסידיו, זיי האבן איהם אנגערופן מיט די ערגסטע שפעט נעמען און בזיונות.ף, דאס בעסטע וואס זיי האבן געקענט זאגן אויף איהם איז אז ער איז "קארטשינער שוחט"... דאס הייסט בטוב לבם פארגינען זיי איהם צו זיין קארטשינער שוחט אבער נישט באבוב'ער רב. און קינדער פון די בני ר' בנציון (קינדער וואס האבן געלערנט אין באבוב'ער חדר) האבן גע'רודפ'ט און אפילו געשלאגן און געיאגט (געטשעיסט) אין טרעפיק (בעיני ראיתי) קינדער פון ר' מרדכי דוד'ס ת"ת....!

איך, אלס נייטראלער מענטש (נישט קיין באבוב'ער) וואלט געזאגט אז ר' מרדכי דוד איז מער ראוי לאותה איצטלא. צוערשט, ווייל ער איז אן עניו. (נישט קיין בעל גאווה. אזוי ווי...), תלמידי חכמים זענען זיי ביידע. און ר' בנציון קען בשום אופן נישט צונעמען די גאנצע הנהגה פאר זיך, ווייל מיט דעם איז ער מקפח זיין ברודער און זיינע יורשים...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 23, 2021 10:41 pm
דורך בעל דרשן
פון דיין תגובה קוקט טאקע אויס ווי דו ביסט נישט א באבובע, נישט האבענדיג קיין השגה וואס דארט איז פארגעקומען אנפאנג די מלחמה.

וועל איך דיר אביסל געבן צו פארשטיין, פשוט זאלסט קלאר ארויסהאבן די נושא אז נעקסטע מאל דו פארפירסט א שמועס מיט עמיצן זאלסטו זיין מער אויסגעקאכט אינעם נושא

רבי מרדכי דוד אונגאר איז ביז שנת תש"ס געווען א מגיד שיעור אין מתיבתא וואס קיינער האט אים נישט ספעציעל אנגעקוקט און אודאי נישט געשיקט געווארן צו פארטרעטן באבוב, נישט אלס נואם הכבוד אורח הכבוד שליח צו חתונות - גארנישט !!

ערגעץ סוף תש"ס האט ער אנגעהויבן צו באקומען די תאווה פון רעביסטעווע און דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן א קאפיטל פון רדיפות קעגן די היינטיגע באבובע רבי שליט"א. די גאס ווייסט נישט, אבער חסידי באבוב און דער וואס האט אביסל נאכגעפארשט די נושא ווייסן דאס גוט

אין די יארן פון תש"ס - תשס"ה האט דער באבוב רב שליט"א געליטן געפערליכע רשעות'דיגע רדיפות "דירעקט" פון ר' מרדכי דוד און זיינע מענטשן, אלע וואס האבן צופיל גערעדט מיט רבי בנציון שליט"א זייענדיג רב הצעיר האבן געכאפט ביטערע קלעפ דערפאר.
באבובער רב שליט"א האט געשוויגן למען השלום

תשס"ה האט זיך דער וועלט אויפגעוועקט צו א נייע פיגור מיטן נאמען ר' מרדכי דוד אונגער.
רמ"ד אונגער א רבי.
רמ"ד אונגער א באבובע רבי.
רמ"ד אונגער א שר התורה.
רמ"ד אונגער א יורש
ער איז דא. ויבוא.

ווער ס'האט עם אביסל געקענט, האט זיך געריבן די אויגן. רמ"ד אונגער א רבי?
די גאס ווייסט אבער נישט זיין היסטאריע, די גאס קויפט וואס מען פארקויפט. פינטל.

דער היינטיגער באבובע רבי שליט"א האט איבערגענומען זיין ברודער'ס און פאטער'ס בענקל, וואס יעדער באבובער חסיד האט געוואוסט אז עס קומט אים כהלכה.

רמ"ד האט זיך געעפנט א קרעמל און זיך גערופן באבוב...
און עדת חסידי באבוב זענען געבליבן שטיל און זיך געטרייסט מיט'ן נייעם ממשיך וממלא מקום לבית באבוב כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, יאריך ימים על ממלכתו!

דא קומט רמ"ד, און האט באשלאסן, אז באבוב באלאנגט צו אים!

שלום עליכם! ווער ביסטו?

כמעט 80 פראצענט פון באבוב האט נישט אזוי פארשטאנען!
אלע אלטע חסידים זקני העדה רבני באבוב האבן נישט אזוי געהאלטן!
רוב מנין ובנין פון די המון עם נארמאלע מענטשן וואס האבן נישט קיין שום חשבון און שייכות מיט באבוב טראכט נישט אזוי!

דא איז באבוב געוואויר געווארן אז די רדיפות וואס מרדכי דוד האט אלע יארן אינטערגעשטעלט האט זיך גארנישט געענדיגט...
רמ"ד איז געלאפן אין בית המשפט און מ'האט אים פון דארט ארויסגעשטויסן און בלית ברירה איז ער געגאנגען אין בי"ד ווי ער האט נאך 10 יאר ביטער ביטער פארלוירן געכאפט א פראסק ווי עס קומט אים...

נאך 3 חדשים זוכן היתרים האט ער בלית ברירה באשלאסן צו פאלגן דעם די"ת. נישט אינגאנצן, נאר א היכר, נאר בתנאי, נאר א חלק.
און ער זינגט און ער שרייט אז ער וויל שלום שלום שלום שלום.

יעצט נאכ'ן פארלירן מאכט ער א חשבון, ערגער קען אים שוין נישט זיין, וויל ער שלום.
ער האט צופליקט באבוב, ער האט מבזה געוועזן באבוב וואס די הייליגע דברי שלמה האט אויפגעבויט, ער האט באראבעוועט באבוב, ער האט געטשעפעט און גע'רודפ'ט אדמו"ר מבאבוב שליט"א און קהל חסידי באבוב פאר יארן לאנג.
און יעצט שלום, שלום, שלום!!

ער קען שרייען שלום, באבוב האט אבער נישט פארגעסן זיינע שלעכטע מעשים!
ווען די גאס וואלט מיטגעהאלטן וואס ער האט אלס אפגעטוען וואלט די גאס זיך געוואונדערט ער איז גאר א רבי?
אבער יעצט נאכ'ן ליגן אין די ערד פארשעמטערהייט שרייט ער ארויס שלום... א ליצי ליצנות!

אלץ א רבי וואלט ער געדארפט אויפשפרונגען נעקסטן טאג וואס די פסק איז ארויסגעקומען, וואס הייסט? אודאי גייט מען פאלגן! און וואלט געדארפט פארלאנגען פון זיינע אנהענגערס צו פאלגן!
דאס ארומלויפן 3 חדשים איז גענוי דאס פארקערטע, דאס פאסט פאר א גאסן יונג, נישט א רבי.
אבער נאך 3 חדשים געבט ער אלס אויף, אויך נאר נאך געזונטע פרעשור פון אלע זייטן, און ער איז גאר די תובע דא פאר שלום... איז דא א גרעסערע ליצנות פון דאס??

איי רמ"ד וויל שלום, אוודאי וויל ער, ער מוז דאך ווייזן די שיינע פרצוף פאר דער וועלט, ער איז די נייס גיי וואס זוכט שלום...

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 23, 2021 11:13 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
הרב בעל דרשן, עס האט דיר בפשטות געדויערט א שיינע פאר מינוט צו שרייבן דאס לענגערע תגובה. איז עס דען נישט א שאד די צייט?

קינדערישע איינזייטיגע אנאליז וואס האט נישט קיין שום talking points. באמת א שאד אויף דיין צייט.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 23, 2021 11:18 pm
דורך בעל דרשן
אפילו נאר איינער גייט ווערן פון דעם קלארער וואס איז דארטן פארגעגאנגען האט זיך אלעס געלוינט

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 23, 2021 11:21 pm
דורך בעל דרשן
געהויבענע שבת ערווארטעט אין לעיקוואד מיטן גרויסן גאסט כ"ק מרן אדמו"ר מבוהוש שליט"א מגדולי צדיקי הדור בארץ הקודש

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 2:17 am
דורך berlbalaguleh
בעל דרשן האט געשריבן:אפילו נאר איינער גייט ווערן פון דעם קלארער וואס איז דארטן פארגעגאנגען האט זיך אלעס געלוינט

בעל דרשן: איך האב נישט איבערגעליינט דיין גאנצע (לאנגע) תגובה. פשוט. כ'האב נישט קיין נערוון דערצו. איך האב גראדע גאנץ גוט מיטגעהאלטן וואס ס'האטציך אפגעטון אין באבוב אין יענע תקופה. מיין זון האט געלערנט ביי הרה"צ ר' מרדכי דויד שליט"א. און די זייער שטארק מענטשליכע באציאוג פון איהם צו אלע זיינע תלמידים ווייסטו נישט . און דו ווילסט נישט וויסן ואכמ"ל. לעומת די פארקערטע (פון גוט און אנשטענדיג) וואס די אפיציעלע באבוב'ער רב שליט"א האט ארויסגעוויזן צו איהם (מיין זוהן.) ביי א סעודת ר"ח און אנדערע זמנים ...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 2:19 am
דורך berlbalaguleh
מזל טוב: נייעס אין קאווע שטיבל. ס'האט אויסגעבראכן א געפערליכע פייער'דיגע מחלוקת צווישן בעל דרשן און בערל בעל עגלה...האסט נישט געהערט...?!

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:10 am
דורך בעל דרשן
האדמו"ר מסערט ויז'ניץ המריא בדקות האחרונות לארה"ב לטובת המוסדות.
בערב ייערך מעמד קבלת פנים בבית מדרשו בבו"פ.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 10:37 am
דורך אינגערמאנטשיקל
בעל דרשן האט געשריבן:אפילו נאר איינער גייט ווערן פון דעם קלארער וואס איז דארטן פארגעגאנגען האט זיך אלעס געלוינט
עלי ועל צווארי, קיין איינער. אף אחד.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 11:51 am
דורך בעל דרשן
דיין מיינונג איז זייער חשוב אבער דאך ביסטו נאר איין מענטשעלע

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 11:53 am
דורך בעל דרשן
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א קומט היינט אן צוגאסט אין ניו יארק לשמחת לב חסידי בעלזא באמעריקא

אדמו"ר מפיטסבורג אשדוד שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין ניו יארק לשמחת לב חסידי פיטסבורג באמעריקא

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 11:57 am
דורך בעל דרשן
הגאון האדיר מרן רבי דוב לאנדא שליט"א אויפן וועג צום ערשטן מאל קיין אמעריקע

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:35 pm
דורך ארי נוהם
בעל דרשן האט געשריבן:דיין מיינונג איז זייער חשוב אבער דאך ביסטו נאר איין מענטשעלע

און דו ביסט דאס אויך נישט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 8:44 pm
דורך berlbalaguleh
בעל דרשן האט געשריבן:האדמו"ר מסערט ויז'ניץ המריא בדקות האחרונות לארה"ב לטובת המוסדות.
בערב ייערך מעמד קבלת פנים בבית מדרשו בבו"פ.

שוין: יעצט וועללן אלע שלאפעדיגע הינט זיך אויפוועקן און נעמען ביללן. (אבי נישט ערגער). אלעס לשם קנאות און אידישקייט, שטייצעך...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 11:03 pm
דורך בעל דרשן
היינט זענען אנגעקומען קיין ניו יארק
הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסערעט וויזניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא שליט"א

Re: נייעס און קרישקעלעך פון אלע חצרות הקודש

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 11:28 pm
דורך כניאק
בעל דרשן האט געשריבן:היינט זענען אנגעקומען קיין ניו יארק
הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסערעט וויזניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא שליט"א
וועלכע טאלנא?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:14 am
דורך שמעון וואלף
בעל דרשן האט געשריבן:היינט זענען אנגעקומען קיין ניו יארק
הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסערעט וויזניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא שליט"א

מ'לאזט ארץ ישראל אויף הפקר? ווי איז די אחריות?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:36 pm
דורך בעל דרשן
ארה"ב החסידית לא זוכרת שנים רבות כזו נהירה של אדמו"רים שמגיעים לבקר בה בשבועות אלו. מדובר בלמעלה מעשרה אדמו"רים מישראל שיצאו לביקור בארה"ב, חלקם יגיעו בשבוע הבא וחלקם כבר שוהים במקום. 

אדמו"ר מוויזניץ ב"ב צפוי לצאת במוצאי השבת הקרובה לביקור בניו יורק, לרגל שמחת הנישואין לנכדו, החתן בן לחתנו הרה"צ רבי יצחק טווערסקי, בנו של האדמו"ר מסקווירא, שתיחגג ברוב עם והמון חוגג ביום שני פרשת ויצא בשיכון סקווירא.

אדמו"ר מויז'ניץ מרכז יצא השבוע לביקור בארה"ב, לרגל פתיחת הישיבה לצעירים 'ישועות משה ויז'ניץ' שתחת נשיאותו של הרבי. ישיבה חדשה שנפתחה עם תחילת זמן חורף במונסי.

אדמו"ר מסערט ויז'ניץ הגיע השבוע לביקור בארה"ב. במהלך ימי הביקור מגיעים מאות חסידים ל'קבלת קהל' אצל הרבי - בבורו פארק, במונסי ובלייקווד. בשבת הקרובה תתקיים בראשות האדמו"ר שבת התוועדות מיוחדת בסוואן לייק שבארה"ב בהשתתפות כל החסידים מאמעריקא

מרן ראש ישיבת גור יצא בשבוע הבא לאמעריקא לחזק ולרומם את קהל עדת חסידי גור באמעריקא

הרבי יהיה בין היתר בלאס אנג'לס, שיקאגו, ליקווד, וכמובן גולת הכותרת בבארא פארק, שם ישבות בשב"ק תולדות הבעל"ט בהשתתפות אלפי תושבי העיר ובפרט אלפי חסידי גור מאמעריקא

אדמו"ר מבוהוש יוצא היום (שלישי) לביקור בארה"ב, בה ישהה למשך שבוע ימים. מקום אכסנייתו של הרבי יהיה בלייקווד בבית הנגיד ר' אביש בראדט. הרבי יחגוג את השבת בישיבת משכן התורה בלייקוווד, בהשתתפות המוני תושבי העיר

אדמו"ר מטאלנא יצא השבוע לארה"ב, לרגל קמפיין 'והראנו בבניינו' לטובת השלמת הבנייה בית המדרש הגדול טאלנא באשדוד

אדמו"ר מפיטסבורג יצא ביום שני השבוע לביקור ממושך בארה"ב, לטובת החזקת מסודותיו באשדוד. הרבי ישהה בניו יורק במשך מספר שבועות.

אדמו"ר מוואסלוי צפוי לצאת בשבוע הבא לביקור בארה"ב, לרגל שמחת החתונה לנכדו. הרבי ישהה בניו יורק עד אחרי 'שבת שבע ברכות'

אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק צפוי לצאת למסע ביום שלישי הקרוב, כאשר עשרות חסידים מארה"ק צפויים גם הם להצטרף לנסיעת הרבי.
את התפילות והטישים במהלך השבת הראשונה, יחגוג האדמו"ר באולם 'עמינענס' בבורו פארק. במוצאי שבת יגיע הרבי למונסי למלווה מלכה חגיגית בשילוב דינר יוקרתי לטובת מוסדות סאדיגורה בני ברק

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:49 am
דורך נחום הסופר
כניאק האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן:היינט זענען אנגעקומען קיין ניו יארק
הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מרכז שליט"א
כ"ק אדמו"ר מסערעט וויזניץ שליט"א
כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא שליט"א
וועלכע טאלנא?

אשדוד, הרה"צ ר' אמיתי טווערסקי שליט''א

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 11:33 pm
דורך בעל דרשן
צאנז'ע רבי האט היינט מנחם אבל געווען זיין שוואגער הגאון רבי בערל ווייס שליט"א גאר היסטאריש פאר דער וואס ווייסט ואין כאן המקום להאריך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 12:41 am
דורך מחצה''ק
בעל דרשן האט געשריבן:לאמיר האפן ס'וועט זיך אויסארבעטן און ער וועט קומען קיין אמעריקע ווי נישט ווי איז בעלזא היינט פון די גרעסטע הויפן און סוועט זיין געהויבענע טעג מיט זיין קומען
סאטמאר דארף שוין איינזעהן די מציאות אז די בעלזע רבי איז היינט פון די גרויסע רבי'ס ווי טויזענטע חסידים זענען זיך מסתופף בצלו הטהור און די רבי אליין איז א געהויבענע פערזענליכקייט וואס מ'קען נישט אוועקמאכן

לאמיר האפן אז די וועסט אויך איינזעין אז די באבוב 45 רבי איז היינט פון די גרויסע רבי'ס וואס טויזענטער חסידים זענען זיך מסתופף בצלו הטהור און די רבי אליין איז א געהויבענע פערזענליכקייט וואס מ'קען נישט אוועקמאכן
פאר די ביסט מחנך סאטמאר אין סאדיגורא זיי דיך מחנך