בלאט 5 פון 5
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 6:31 pm
דורך אויפריכטיג
Ah Blick איז אויך אפן ביי אלעס היימישע פילטערס..
ווי אויך איז אינטערסאנט וואס זיי שרייבן אז אידיש24 איז אריבער צו א נייער פירערשאפט. איז עס ריכטיג אבער נאר א וועג זיך צו אפטיילן פון די אלטרא- צענזירטע קול מבשר?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:24 pm
דורך קהל'ס נער
לאל
ס׳איז נאר א טריק אז מען זאל נישט קענען בויקאטן קאלמע, זאגן זיי אז די עפפ האט גארנישט מיט זיי.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:34 pm
דורך אפטימיסטיש
אויפריכטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 6:31 pm
Ah Blick איז אויך אפן ביי אלעס היימישע פילטערס..
ווי אויך איז אינטערסאנט וואס זיי שרייבן אז אידיש24 איז אריבער צו א נייער פירערשאפט. איז עס ריכטיג אבער נאר א וועג זיך צו אפטיילן פון די אלטרא- צענזירטע קול מבשר?
איך רעד פון עפפ'ס, ווי ווייט איך ווייס פארמאגט 'א בליק' נישט קיין עפפ, און as a matter of fact: משומר בלאקט יא א בליק (by default)
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:24 pm
דורך מייערן
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:34 pm
אויפריכטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 6:31 pm
Ah Blick איז אויך אפן ביי אלעס היימישע פילטערס..
ווי אויך איז אינטערסאנט וואס זיי שרייבן אז אידיש24 איז אריבער צו א נייער פירערשאפט. איז עס ריכטיג אבער נאר א וועג זיך צו אפטיילן פון די אלטרא- צענזירטע קול מבשר?
איך רעד פון עפפ'ס, ווי ווייט איך ווייס פארמאגט 'א בליק' נישט קיין עפפ, און as a matter of fact: משומר בלאקט יא א בליק (by default)
מיט איין ריקוועסט איז עס אפען, און געב עס אפאר טאג און זיי וועלען דעיס אויכעט צימאכן בי דיפאלט
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:51 pm
דורך לאכעדיג
מיר האט משומר געזאגט אז זיי עפענען נישט א בליק לייו ווייל ס'איז ציונות געשטימט.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:19 pm
דורך נחום הסופר
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:51 pm
מיר האט משומר געזאגט אז זיי עפענען נישט א בליק לייו ווייל ס'איז ציונות געשטימט.
'קנאים' האבן אנגעדרייט א געשיכטע אז ס'איז ציוניסטיש וועגן קליפס פון IDF סאלדאטן נאך די שמח''ת שחיטות
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:39 pm
דורך אפטימיסטיש
אויכעט וועגן זיי לייגן בילדער פון מהר"א...
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:41 am
דורך גארטל
אידיש 24 (צו סאיז קול מבשר אדער א צווייטן) האט א ליניע ביז ווי ער גייט, און וועלעכע ווידיאוס ער וועט יא אדער נישט לייגן.
נעם למשל די 24/6 און גיי דורך וואס זיי לייגן און נאך דעם קוק וואס 24/6 לייגט.
(נישט אז 24/6 איז א פראבלעם, נאר די פילטער קאמפעניס פילן זיך מער פארזיכערט מיט איינער וואס האט א רויטע לינע).
א בליקס וועבסייט, נעמען זיי נישט אפיציעל קיין אחריות. זיי זאגן אז עס האט נישט מיט זיי.
מיינס א באקאנטע וואס האט געהאט עפעס א פראבלעם מיט עפעס וואס איז דארט געווען, האט זיך פארבינדען מיט די אימעל וואס שטייט דארט, האבן זיי געזאגט אז עס איז א סעטעינג וואס לייגט אטעמאטיש ארויף געוויסע זאכן. (וועטעווער יענץ מיינט) ממילא האבן די פילטער קאמפעניס א פראבלעם.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2024 8:53 pm
דורך צוויי
גארטל האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 11:41 am
אידיש 24 (צו סאיז קול מבשר אדער א צווייטן) האט א ליניע ביז ווי ער גייט, און וועלעכע ווידיאוס ער וועט יא אדער נישט לייגן.
נעם למשל די 24/6 און גיי דורך וואס זיי לייגן און נאך דעם קוק וואס 24/6 לייגט.
(נישט אז 24/6 איז א פראבלעם, נאר די פילטער קאמפעניס פילן זיך מער פארזיכערט מיט איינער וואס האט א רויטע לינע).
א בליקס וועבסייט, נעמען זיי נישט אפיציעל קיין אחריות. זיי זאגן אז עס האט נישט מיט זיי.
מיינס א באקאנטע וואס האט געהאט עפעס א פראבלעם מיט עפעס וואס איז דארט געווען, האט זיך פארבינדען מיט די אימעל וואס שטייט דארט, האבן זיי געזאגט אז עס איז א סעטעינג וואס לייגט אטעמאטיש ארויף געוויסע זאכן. (וועטעווער יענץ מיינט) ממילא האבן די פילטער קאמפעניס א פראבלעם.
וואס איז א סעטינג?
א בליק האט א סעטינג אז ס'לייגט זיך אליינס ארויף געוויסע זאכן?
געוויסע זאכן פון ווי? און וויאזוי לייגט זיך עס אליינס?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:12 pm
דורך גארטל
איך בין נישט קיין טעכנאלאגיע מבין, ממילא זאג איך נאר נאך.
איי געס עפעס א סיסטעם האבן זיי געבויט. למשל JDN האט יעצט געמאכט א נייע וועבסייט און ווי איך הער לאזן עס די פילטערס יא דורך ווייל עס מער געפילטערט וואס עס גייט ארויף.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:13 pm
דורך אלפא
אינטרעסאנט אז קיינער האט נאכנישט אויפגעמערקט.
לעיזער קרויס האט זיך גענומען שטופן די לימיטס אויף א מאסיווע פארנעם.
שוין נאכן רעדן פון אינטערנעט און אלעס אנדערש ביז אהער, האט ער זיך פאריגע וואך גענומען צום פראגע 'פארוואס מענטשן האבן קינדער'?! אן קיין דאגה איז ער אריינגעשפרינגען אין די הייסע ווארע און פשוט און גראד געצילט אין פינטל.
זיין אבזערוואציעס זענען גאנץ אינטרעסאנט - וואו ער שליסט אויס דאס אז מ'טוט עס בלויז ווייל עס איז א מצוה פער סע, אדער ווייל מ'וויל איבערלאזן א לעגעסי, ער פירט אויס אז עס איז ריין מכח די הבטחה פון ג-ט אז כלל ישראל וועט זיין א גרויס פאלק וכו'. ובאמת זענען זיינע אנאליזן און דעטאלן דעבעיטעבל איינס ביי איינס - בעיקר ווייל ער פארזעט די פשוט'ע פסיכאלאגישע מושגים דא. אבער די נושא ארויפצוברענגען פארלאנגט גאטץ.
אויב איז דאס נישט גענוג, האבן אים מאנכע פארגעהאלטן אז מ'טאר נישט פרעגן און אנרירן נושאים וועלכע האבן נישט קיין גוטע תשובה (- ווי אין זיינע אייגענע ווערטער איבער האבן קינדער), און דעם מאנטאג האט ער עס אפגעענטפערט מיט א מער ראדיקאלע סטעיטמענט (לשיטתם..) אז אין אידישקייט מעג מען אלעס פרעגן - חוץ פארשטייט זיך איבער אמונה וואס די פריערדיגע נעמען שוין אן אז נישט... עפענט ער די קארטן נאך מער..
היינט האט ער גענומען נאך א שטאפל, מיטן פארשלאגן אז אונזער שידוכים סיסטעם איז זייער פארנומען מיט די עלטערנס פרעפרענצן און דארף זיך אנשטאט מער אנהייבן צו רעכענען מיט די בחור/מיידל אליינס - וואס זיי דארפן באמת און זאל זיין מער צוגעפאסט צו זייער נאטור/געשמאק און סטאטוס. פארשטייט זיך ער זאגט נישט אז מ'זאל אנהייבן צו דעיטן ווי די מאדערנע, אבער......
איך הייב אן צו גלייבן אז ער האט באקומען דעם שם וואס מאכט זיין א רואה ואינו נראה - לויט די זאכן וואס ר' זלמן טאלערירט ביי אים...
קיפ איט אפ ר' אליעזר!!
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:24 pm
דורך שפילער
שכוח פארן לאזן וויסן לאמיר עס שנעל דאונלוידן בעפאר זלמן נעמט עס אראפ....
נעקסט פאנגט ער אן צו פרעגן אמונה שאלות?
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 12:01 am
דורך שמעקעדיג
שפילער האט געשריבן: ↑
נעקסט פאנגט ער אן צו פרעגן אמונה שאלות?
אלפא האט געשריבן: ↑
דעם מאנטאג האט ער עס אפגעענטפערט מיט א מער ראדיקאלע סטעיטמענט (לשיטתם..) אז אין אידישקייט מעג מען אלעס פרעגן -
חוץ פארשטייט זיך איבער אמונה וואס די פריערדיגע נעמען שוין אן אז נישט
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:15 pm
דורך סקעפטיקער
ער איז א שטארקע מאמין און א פרומער אין אסאך זאכן.
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 1:24 pm
דורך עמרם
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 1:15 pm
ער איז א שטארקע מאמין און א פרומער אין אסאך זאכן.
אן עכטע מאמין, האט נישט מורא פון קשיות אויף אמונה
Re: קול מבשר ווערט מער קאנטערווערסיאל
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 2:00 pm
דורך צקון לחש
עמרם האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 1:24 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 15, 2024 1:15 pm
ער איז א שטארקע מאמין און א פרומער אין אסאך זאכן.
אן עכטע מאמין, האט נישט מורא פון קשיות אויף אמונה
אשרי אדם מפחד תמיד זאגט אונז די גמרא..