דעם מוצ״ש ביי מלוה מלכה האט מען דערציילט א מעשה וואס האט (אָנגעבליך) פאסירט ביים מלבי״ם. אין איינע פון די שטעט אין וועלכע ער איז געווען רב, פלעג ער פארלערנען אין אווענט א לומד׳ישע שיעור פאר אפאר ת״ח. איין אווענט האט א פראסטער איד אַן ע״ה אָנגעהויבן קומען צו די שיעור. ער איז געזעצן ביים שיעור מיט א גמרא, און נישט פארשטייענדיג דעם שיעור איז ער דארט איינגעשלאפן. אזוי איז אָנגעגאנגען אווענט נאך אווענט. איין אווענט נאכ׳ן שיעור איז א מקשיב פונעם שיעור צוגעגאנגען צו אים און אים געפרעגט צי ער האלט מיט דעם שיעור? האט יענער גע׳ענטפערט אז ער קען נישט. האט אים יענער געפרעגט אז אויב אזוי פארוואס קומט ער כסדר? האט דער איד אים גע׳ענטפערט אז אסאך מאל נאכ׳ן ארבעט פלעגט ער גיין אין בּאַר טרינקען. איין טאג האט דארט אויסגעבראכן א גרויסע בּאַר פייט צווישן מענטשן, בשעת ער איז געזעצן אין די זייט און געטרינקען זיין טרינק. די פאליציי איז אָנגעקומען און ארעסטירט יעדן איינעם וואס איז נאר דארט געווען אריינגערעכענט אים אויך. ווען ער האט זיך מתנצל געווען פאר זיי אז ער האט אבסאלוט גארנישט מיט׳ן שלעגעריי און איז פשוט אַן אינאסענט בּייסטענדער, האבן זיי אים געזאגט, ״אז דו ביסט דא, ביסטו איינע פון זיי.״ זייט דעמאלט האט ער אפגעמאכט אז ער גייט זיך צוזעצן צו די לומדי תורה, ווייל אפילו אז ער פארשטייט נישט, ״אז איך בין דא מיט ענק צוזאמען, בין איך איינע פון ענק.״
עד כאן הסיפור, ווי איך האב איר געהערט.
האב איך דערנאך געשמועסט מיט מיין זוהן, צי איז די מוסר פונעם סיפור טאקע
סאַוּנד/קאָדזשענט? איז עס טאקע אזוי אז ״פשוט טאמער איז מען צוזאמען, איז מען דאן טאקע איינע פון זיי״? עס בויט זיך דאך אויף די פּרעמיס פון דעם וואס די פאליציי האט אים ארעסטירט על סמך זה. אבער דאס אליינס איז דאך לכאורה א faulty פּרעמיס, און זיי זענען נישט געווען גערעכט מיט׳ן אים ארעסטירן מטעם זה אלס גילט בּיי עסאָסיעישאן (וואס דאס איז דאך געווען שוואך ביי די מעשה - ער איז פשוט געווען עט די ראָנג פּלעיס עט די ראָנג טיים).
און דאס איז בפרט ביי עניני שכליים ולמען שלימות בחכמה, ווי ווערן גערעכענט אלס א ״לומד״ וכו׳, וואס ביי דעם איז דאך לכאורה, כלשון המו״נ בח״ג פנ״ד, הוא לך לבדך אין לאחר עמך בו שיתוף כלל ע״ש. והיינו, ווייל ווי דער רמב״ם שטעלט דארט אויס
די היערארכיע פון מיני שלימות, איז דאס טאקע די סיבה פארוואס שלימות בחכמה איז העכער און אמיתי ווי איידער שלימות במדות, וויבאלד שלימות במדות איז נאר שייך בהצעה לזולתו, משא״כ שלימות בחכמה וואס איז לו לבדו ע״ש.
(כמובן, אז דאס האט השלכות לגבי די קולטוראלע אידענטיטעט פונעם מענטש, ולמשל ווי ווייט איז א מענטש ״חרדי״ פשוט ווייל ער איז דארט אינעם געזעלשאפט צוזאמען.)
ואולי איז וועגן דעם שטעלט טאקע די גמרא בכתובות קיא: אז תיקון ודיבוק ע״ה לת״ח, און אז ער זאל זיין (מער) ווי ״איינע פון זיי״, איז ווי ער העלפט דעם ת״ח בפועל ממש ע״ש. והיינו, אז דאס איז א שלימות במדות להע״ה בהתנהגותו עם הת״ח, וואס העלפט ממש דעם ת״ח דירעקט צו זיין העכערע שלימות בחכמה, וואס דאס האט דערנאך א בּעקווארדס עפעקט אז ווען עס איז דא מער תיקון הגוף להת״ח שהיא קודמת בזמן, ווערט דערנאך א תיקון הנפש בחכמה מיט וואס דער ת״ח קען משפיע זיין און אויסלערנען לזולתו לכל אחד כפי תכונתו, וואס די תיקון איז קודמת במעלה, ועיין במו״נ לעיל שם בח״ג פכ״ז.
(און די דיבוק לת״ח ווערט טאקע געזאגט דארט בכתובות לגבי זוכה זיין לתחיית המתים ע״ש, וואס לויט דער רמב״ם קען מען זאגן אז העיקר פון דעם איז השארת הנפש, וואס דאס איז נאר ווען מ׳עקטשועלייזט דעם שכל הנקנה מיט׳ן שלימות בחכמה וציור מושכלות אזוי אז עס זאל זיך קענען מקשר זיין מיט׳ן שכל הפועל; די טעמע פון מיין דריטע ארטיקל אינעם סעריע על הרעות. און ווי ער זאגט דארט אין פנ״ד לגבי שלימות בחכמה, ״ובעבורה יזכה לקיום הנצחי ובה האדם אדם״.) און דאס קען אויך זיין די געדאנק אונטער דעם יששכר זבולון שותפות, המובא ביו״ד סימן רמו סעיף א (ועיין בסוטה כא.) ע״ש.
ואולי איז דאס די מוסר פונעם סיפור: אז מ׳איז זיך מדבק בת״ח, אפילו בסתם, וועט מען זיך שוין פון דארט אטאמאטיש מדבק זיין נאך מער און נאך מער עד למעשה ולפועל, הן במדות והן בחכמה לפי תכונתו. הולך את חכמים יחכם (משלי יג כ).
(דאס אליינס אז מ׳טוהט דורך דעם איד׳ס מימרא עפ״י חכמה, איז דאך שוין בעצם א שטיקל השארה פאר אים.)