דורש אמת האט געשריבן:זיין שותף און חסיד מובהק, ר אייזיק קעפעטש האט זיך אויסגעדרוקט: א לאנגע צייט האב איך געמיינט אז ר יצחק איז א גרויסער מענטש מיט שוואכקייטן ביז איך בין דערגאנגען אז ער איז א קליינער מענטש מיט גרויסקייטן.שמעון וואלף האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לאו דווקא יצחק לעבאוויטש, יעדע פון די האט זיך א קליקע אויבערחכמים וואס שוואנצונען פאר איהם.
אויף ר' יצחק האב איך געהערט אמאל א גוט ווארט פון איינעם, אז ער האקט אזוי קעגן די אמונת טפילות אז די זאלסט אין אים אויך נישט גלייבן
מע דערציילט אז סע איז געווען א שטינק .................
דעמאלטס האט קעפעטש זיך אנגענומען פארן חשובן רב שליטא.
וויאזוי האט דער וואודרידזשער ................. ?…
זייער פשוט יעדער בחור איז געווען מחוייב זיך מתוודה צו זיין כסדר אויף חטאת נעורים…
איז דאס אמת אז אין זיין ישיבה , ווי אויך אין סאטמאר .................
Sent from my iPad using Tapatalk
איך האב ארויס גענומן די מיאוס'ע ציטירן, כדי ווען מ'פארמעקט יענער תגובה זאל עס נישט בלייבן ביי מיר.
עס איז אבער זינלאז ביז גאר צו טראכטן אז דער וואודרידזשער רב איז חשוד אויף אזעלכע זאכן. ער רעדט כמעט קיינמאל נישט פון די סארט נושאים, ער איז נישט איבערגענומן מיט דעם און עס רעדט בכלל נישט צו אים. איך קען אים שוין צוואנציג יאר, און איך זאג דיר אז דאס גייט פשוט נישט אריין אין קאפ אז ער זאל רעדן, טון אדער וועלן אזוי.
איך געדענק זיין שמועסן צו די בחורים אין ישיבה ווען ער האט געהאט אזוינס, און ער האט גערעדט די זעלבע זאכן וואס ער זאכט פאר ערוואקסענער. אז זיי זאלן זיך אויפפירן ערליך פאר זייער אייגענע וואוילזיין, אז זיי זאלן זיך דערווייטערן פון די גאס און זייער דזשורנאלן און פלאקארטן, און זיי זאלן זען צו לערנן פארטאגס און נישט עסן צו פיל. ער האט גערעדט לאנג און ברייט וועגן קדושת עם ישראל וכדו', אבער נישט פון פערזענליכע קדושה. חטאת נעורים וכדו' זענען נישט געווען זיין נושא בכלל.
אבי מוציא לעז געווען אויף א מענטש על לא דבר.