בלאט 5 פון 6

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 2:30 pm
דורך בת קול
סמבטיון האט געשריבן:פשיהא, אזויפיהל נאלידזש, און באמבע סודות וואס קיינער ווייסט נישט.. האסט מחליט געווען אויפציגעבן די פרוי שפיל אדער דאס אלעס האסטו געליינט אין א רעצעפט ביכל? כפרעג פאר א חבר..



יעדע מאל איך זאג עפעס אנטקעגן בעלזא זאגסטו דאס. כאכא.
האסט נישט א בעסערע comeback?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 2:31 pm
דורך היסטאריע
שוין, בעלזער רב אראפ פין טיש. נעקסט פליז....

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 2:35 pm
דורך סמבטיון
כמיין כהאב עס נאך קיינמאל נישט געזאגט , אז דו קענסט מיר עס ציווייזן וואלט איך געווען זייער דאנקבאר, און טא בי פרענק, כהאב באמת געגלייבט אז ביזט א יודישע טאכטער ביז 10 מעניט צוריק, אבער זעט אויס דיין שנאה צו בעלזער האט איבערגעשטיגן דיין בינה יתירה און והנה און אט רעדסטו ווי א געהעריגע מקווה זיצער פון ראדני. ואין שמחה כהתרת הספיקות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 2:45 pm
דורך בת קול
כ'בין דיר גארנישט דא אויף צו ווייזן.
קען זיין ס'איז געווען אן אנדערע בעלזער וואס האט מיר דאס געענטפערט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 2:49 pm
דורך סמבטיון
האניג, געים אווער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 3:01 pm
דורך בת קול
קענסט רעדן איבער מיר אויב דו ווילסט, אבער דו האסט נאך נישט אפגעוואנדען קיין איין זאך וואס איך האב געזאגט אויפן רב.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 3:05 pm
דורך ערבי נחל
בת קול האט געשריבן:קענסט רעדן איבער מיר אויב דו ווילסט, אבער דו האסט נאך נישט אפגעוואנדען קיין איין זאך וואס איך האב געזאגט אויפן רב.

בת קול די חלק התורה האב איך פריער געברענגט זיינע תורות פון פרשת ויחי אפילו אביש ספינקער זאגט שוין בעסער

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 3:05 pm
דורך סמבטיון
א שאד מיין צייט און א שאד דיין צייט, קענסט איבער קיקן מיינע פריעדיגע תגובות צו אפענפערן דיינע זינלאזע אטאקעס אויף מיין רבי.
צייט צו טוישן נושא , ווי איך האב שוין פריער געבעטן,אבער אויב דו האסט נאך עפעס פרישע כעמישע קאנאנן צו ווארפן דאן גיי אראפ צו צימעס און גיס אלעס אויס דארט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 3:13 pm
דורך בת קול
I'm sorry איך האב צופלאצט דיין באבל. עס טוהט וויי.
I apologize.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 4:00 pm
דורך berlbalaguleh
סמבטיון האט געשריבן:פשיהא, אזויפיהל נאלידזש, און באמבע סודות וואס קיינער ווייסט נישט.. האסט מחליט געווען אויפציגעבן די פרוי שפיל אדער דאס אלעס האסטו געליינט אין א רעצעפט ביכל? כפרעג פאר א חבר..

סמבטיון: ער/זי/ער איז נאך א ליבעראל אויך. ער/זי/ער איז אקעגן טראמפ...לאל

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 5:04 pm
דורך היסטאריע
סמבטיון
קיינער וויל נישט דו זאלסט חלילה אויפהערן גלייבן אין דיין רב, אבער טאמער די ווילסט איינעם דא איבערעדן טוסט דו א שוואכע דזשאב.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 5:46 pm
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:סמבטיון
קיינער וויל נישט דו זאלסט חלילה אויפהערן גלייבן אין דיין רב, אבער טאמער די ווילסט איינעם דא איבערעדן טוסט דו א שוואכע דזשאב.


היסטאריע
די אשכול איז נישט געמאכט צי שמדן/מגייר זיין קיינעם צי א נייע רבי.
ס'איז געמאכט צי ארויסברעיגען וועים די האלטסט איז ראוי ותו לא.
די אשכול איז אין געזעלשאפט און נישט אין צימעס פאר א סיבה.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:05 pm
דורך סמבטיון
זייער גוט, וואלסט עס געדארפט טוהן 2 עמודים צוריק שוין.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 6:18 pm
דורך petrishke
איך האלט זייער שטארק פון אמנון יצחק

דער עולם גולם איז געווען בייז ווען ער האט זיך ארויסגעשטעלט מיט די בחירות, אבער חוץ מזה, איז ער - לדעתי - א מושלם

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:35 pm
דורך איך אויך
כ'האף ביסט סארקאסטיש.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 8:42 pm
דורך דערהויבענע איד
פארמעקט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:26 pm
דורך שמן למאור
העניך איז גערעכט אז מען איז אראפ פונעם טאפיק מיטן זיך נעמען איבער בעלזער רב,
מען דארף עפענען א באזינדערן אשכול, מיטן קעפל, ''וואס איז פשט אז די בעלזערס זענען אזוי פארקויפט און א געטשיק'' און מען רעדט שוין דא פון די 'קליגע' און 'אויפגעקלערטע'
איך וויל אבער אנמערקען, אז די אלע רבנים וואס אידן ברענגען דא ארויף אז זיי זענען ראוי לאותו איצטלא, קען אפשר זיין אז ס'זענען דא געוויסע וואס האבן טענות אויף זיי וכד', אבער די כלל איז, אז על פי רוב האלט 'כלל ישראל' פון זיי, און נישט 'נאר' זייערע חסידים,
נעם למשל אמשינאוו, ראחמאסטריווקא, אדער סקולען, איך מיין אז די וועלט, נעמט זיי אן אלץ צדיקים, וואס מיינען די באשעפער און נישט זיך,
משא''כ בעלזער רב, וואס חוץ די בעלזער חסידים וואס זענען פארגלייבט און אים ממש ווי און ג-ט אליין, און אפשר חוץ נאך אפאר אידן וואס האבן אמאל אפגעלעקט פון אים א ביינדל, לאכט די גאנצע וועלט אינטער זיין ריקן, און קיינער האלט אים נישט פאר קיין צדיק
דאס איז א גרויסע קו הבוחן, ס'איז קלאר אז ס'קענען דא ארויפקומען סקווירא חסידים און אויך מסביר זיין ווי זייער רבי איז א צדיק אמת ממש, און אז ער האט שוין אויפגעטון כך וכך, און חסידי מרכז וויזניץ קענען דא ארויפקומען און מאכן א קעיס פאר זייערע רבי, אבער העי, ס'גארנישט ווערט, ענק באדן זיך און פראפעגאנדע דבר יום ביומו, און חזקה על פראפעגאנדע שאינו חוזרת ריקם, אזוי ווי מען זעט טאקע אויף די אלע 'אויפגעקלערטע' בעלזערס דא,
אויב ווילסטו וויסן ווער ס'איז א צדיק, פוק פחי וואס די עולם התורה והחסידות נעמט אן אלץ א צדיק
ס'קען זיין אז ס'דא דערביי יוצאי מן הכלל, אבער עס איז גאנץ א שטארקע כלל, און איז שטארק גילטיג ביים בעלזער

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:28 pm
דורך ברוינשטיין
דיסלייק!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:30 pm
דורך שמן למאור
ברוינשטיין האט געשריבן:דיסלייק!

אזוי ווי אויסגעשמועסט,
דיין בעלזער מיינונג, איז קיין מיינונג

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:31 pm
דורך בת קול
ברוינשטיין האט געשריבן:דיסלייק!


:lol:

ביסט נאר דא א האלבע חודש. געב עס אביסל צייט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 9:33 pm
דורך ברוינשטיין
בת קול האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:דיסלייק!


:lol:

ביסט נאר דא א האלבע חודש. געב עס אביסל צייט.

ביזן רב!
אגב, איך האלט אז דו זאלסט לויפן פאר וויצע-פרעזידענט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:33 pm
דורך סמבטיון
אפגעטייפט א לאנגס און א ברייטס צו ענפערן דעם עצי שיטים , אבער יעצט דיסיידעד עס צו מעקן , ווייל דער סאבדזשעקט גייט זיך קיינמאל נישט ענדיגן.אין איין ווארט, דו האלטסט אז די וועלט לאכט פון בעלזער רב איך האלט אז דו וועלט קוקט וואס בעלזער רב טוט און דאס טוט מען נאך, א שטייגער ווי ביי קאראנא וואס ער איז געגאנגן ווי א העלד פאר זיין מחנה און געזאגט זיין מיינונג הויעך אין קלאר און נישט זיך באהאלטן אין א מויזן לאך ווי 98 פראצענט רעבעס האבן געטוהן. עניוועי כמיין ממעג שוין גיין אויף א צווייטע נאמען, אדער זאל מען עפענען א אשכול פארוואס בעלזער רב האט אזעכע שונאים וואס גייען ארויס פון זייער גלייכוויכט ווען זיי הערן א גוט ווארט אויף בעלזער רב.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:50 pm
דורך שמן למאור
סמבטיון האט געשריבן:אפגעטייפט א לאנגס און א ברייטס צו ענפערן דעם עצי שיטים , אבער יעצט דיסיידעד עס צו מעקן , ווייל דער סאבדזשעקט גייט זיך קיינמאל נישט ענדיגן.אין איין ווארט, דו האלטסט אז די וועלט לאכט פון בעלזער רב איך האלט אז דו וועלט קוקט וואס בעלזער רב טוט און דאס טוט מען נאך, א שטייגער ווי ביי קאראנא וואס ער איז געגאנגן ווי א העלד פאר זיין מחנה און געזאגט זיין מיינונג הויעך אין קלאר און נישט זיך באהאלטן אין א מויזן לאך ווי 98 פראצענט רעבעס האבן געטוהן. עניוועי כמיין ממעג שוין גיין אויף א צווייטע נאמען, אדער זאל מען עפענען א אשכול פארוואס בעלזער רב האט אזעכע שונאים וואס גייען ארויס פון זייער גלייכוויכט ווען זיי הערן א גוט ווארט אויף בעלזער רב.

אינטרעסאנט אז נאר די בעלזע חסידים ריפן זיך אהן,

די אהרונים האלטן אויך אז זייער רבי קומט אויף מיט מורה'דיגע זאכן, און די וועלט טוט אים נאך, און ער זאגט אויך וואס ער האט צו זאגן, און שטעקט זיך נישט און קיין מייזן לאך,
ס'נישטא ווער ס'זאל לאכן, וואס האט דאס אלעס מיט צדקות למען השם?