בלאט 5 פון 5

נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 3:15 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער דא שלאגט כפרות מיטן סיסטעם, איינער איז דער שלעגער און איינער איז די כפרה הינדל.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 8:00 pm
דורך וואלווי
מאך זיכער האט געשריבן:יעדער דא שלאגט כפרות מיטן סיסטעם, איינער איז דער שלעגער און איינער איז די כפרה הינדל.


און איינער דורך מצאתי כופר...

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 9:56 am
דורך [NAMELESS]
העניך האט געשריבן: דער חשוב'ער לוחם מלחמות ה' הרב הצדיק ר' מרדכי געטץ שליט"א

[tag]העניך[/tag] איך בעט דיר ברחמים האלט דיינע פערדן...

נישט אז איך בין אומאיינשטימיג, אבער ביז דיינע טיטלען אויף אים איז נאך פארהאן עטליכע שנות אור...

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 7:17 pm
דורך איך אויך
דער 'הרב' שטערט עם, חוץ אויב דו מיינסט על משקל 'הרב את רבנו'.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 7:18 pm
דורך קהל'ס נער
.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 7:24 pm
דורך קהל'ס נער
העניך האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:נישט אז איך בין אומאיינשטימיג, אבער ביז דיינע טיטלען אויף אים איז נאך פארהאן עטליכע שנות אור...

הייסט עס אז דו האסט שוין געענדיגט מוחה זיין אויף די וואנזיניגע טיטלען וואס מ'שמירט ארויף אויף יעדן רעבעלע, דיינ'דל און בנש"ק'ל, און ס'איז נאר געבליבן אז ס'זאל דיר ווייטאגן דעם טיטל "הצדיק" אויף א איד וועמענ'ס הארץ בלוטיגט פאר אנדערע אידן. כ'הער.


ערעב העניך
געיבן נארישע געבלאזען טיטלען פאסט טאקע פאר די בלאט די איד בקיצור די אלע צייטונגען אן קיין סטאנדארט, אבער נישט פאר ק"ש, דאס איז דאך אינזער שטאלץ אז דא קען מען נישט ביעסען מיט די עולם.
נניח אז ביי די געוויסע מעשה איז מארדי געוועין גערעכט, איז נאכאלץ ווייט פון א צדיק.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 10:56 pm
דורך נעקסט לעוועל
העניך האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:דער 'הרב' שטערט עם, חוץ אויב דו מיינסט על משקל 'הרב את רבנו'.

דער 'הרב' איז על משקל ווי מ'נוצט עס פאר יעדן בנש"קל און שרייבערל. הרב געטץ איז גראדע א יודע ספר, און האט שוין געשריבן תורה מאמרים און קובץ עץ חיים.

מ'רעדט פון די טיטל "הרב" אויף זיינע מעשים
און נישט דווקא בכלליות

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 4:18 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]
העניך האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:נישט אז איך בין אומאיינשטימיג, אבער ביז דיינע טיטלען אויף אים איז נאך פארהאן עטליכע שנות אור...

הייסט עס אז דו האסט שוין געענדיגט מוחה זיין אויף די וואנזיניגע טיטלען וואס מ'שמירט ארויף אויף יעדן רעבעלע, דיינ'דל און בנש"ק'ל, און ס'איז נאר געבליבן אז ס'זאל דיר ווייטאגן דעם טיטל "הצדיק" אויף א איד וועמענ'ס הארץ בלוטיגט פאר אנדערע אידן. כ'הער.

ניין, נאר איך האב נישט געקלערט אז דו וועסט אויך פארכאפט ווערן אין דעם עולם השקר. מארדי געטץ איז א וואוילטעטיגער איד, אפשר אפילו אן עסקן. איך מיין אז ער איז דער איינציגסטער היימישער גביר וואס איז אויך אן אקטיוויסט און פובליק פיגור. ער פארשטייט זייער גוט אין זעלבסט-ברענדינג און ער כאפט זיך שטענדיג מיט אויפן ריכטיגע זייט פונעם וואגאן, אבער ביז הרב הצדיק בלא-בלא-בלא איז דא גענוג און נאך טיטלען וואס זענען אפשר יא פאסיג.[/justify]

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 4:20 pm
דורך [NAMELESS]
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
געדאנקן האט געשריבן:ר' יואל אשר לאבין

וואס טוט ער?

ער פירט א געמיינדע נאר דורך סאושעל מידיא, ער לאזט זיך זייער קלאר הערן יעדע שטיק צייט מיט דיבורים אויף עניני הזמן, און ער צייגט אז ער קען זיין אן ערליכער איד א נהנה מיגיע כפיו, כאטש וואס ער איז א רעבישע אייניקל. איז דאס גענוג פאר אייך צו הייסן געשלאגן כפרות מיטן סיסטעם? (נאר אייך צו דערמאנען אז אין אמת׳ן אריין ברויך ער שטינקען פון פיש זאפט און וואוינען אויף טוילעט ביי פלאשינג, למעשה וואוינט ער אין טאמס ריווער און ער פירט א געמיינדע אויף זיין אייגענע אויסגעארבעטע שטייגער, א יקר המציאות היינטיגע טעג).

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 1:44 pm
דורך טיכטיגער
אין מאנסי איז פארהאן א ספרים און דזשודעיקע געשעפט "טובי'ס", דער אייגנטימער טובי ראטבערג איז א זיסער איד, א מאדערנער איד'ל מיט א קליין בערדל פון די אריגינעלע מאנסיער אלדטיימערס.
ער האט ארויסגעגעבן אמאל א פאפולערע גמרא מיט נקודות און נאך שיינע זאכן.

בכל אופן, ער האט באשלאסן צו פארקויפן אין זיין געשעפט סיי וועלכע ספר צי בוך וואס אים שמעקט, אויב האלט ער עס איז אויסגעהאלטן. אין דער עפאכע בעפאר עמעזאן פלעגט ער טאקע זיין אן אדרעס פאר מענטשן וועלכע האבן געזוכט אינטערעסאנטע ביכער און ספרים. ער איז פון די איינציגסטע געשעפטן וואס פארקויפן "דער וועקער" בפומבי.

ער איז פאר יארן לאנג טאקע געווען א צילברעט פאר קנאים און אנדערע היץ-קעפ וועלכע האבן געווארפן פאשקעווילן קעגן אים, געמאכט פראטעסטן און אפילו מחרים געווען דאס געשעפט, אבער ער גייט אן לייק נאו טאמארא, און איז נאך היינט א פארנומענע דזשודעיקע געשעפט, וועמען מען קען נישט אנטיילן וואס יא אדער נישט צו פארקויפן.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 1:57 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
היכי דמי האט געשריבן:
ליפא שמעלצער

מיינסט צו זאגן מענטשן וואס דער סיסטעם האט געשלאגן כפרות מיט זיי

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 11:08 am
דורך קל וחומר
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:דער 'הרב' שטערט עם, חוץ אויב דו מיינסט על משקל 'הרב את רבנו'.

דער 'הרב' איז על משקל ווי מ'נוצט עס פאר יעדן בנש"קל און שרייבערל. הרב געטץ איז גראדע א יודע ספר, און האט שוין געשריבן תורה מאמרים און קובץ עץ חיים.

מ'רעדט פון די טיטל "הרב" אויף זיינע מעשים
און נישט דווקא בכלליות

איך קען מארדי פערזענליך.

ער איז א איד וואס געבט אוועק זיין לייב און לעבן פאר א צווייטן! לא יאומן כי יסופר וויפיל חסד ער טוט אויף דער אייגענער האנט.

אויב זענען דא היינט צען אידן וואס זענען ווערד צו נעמען קוויטלעך איז הרב הצדיק ר' מארדי שליט"א איינער פון זיי.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 12:39 pm
דורך נעקסט לעוועל
במחילת כבודם, אוועקגעבן לייב און לעבן פאר איינעם און בייסן א צווייטן וואס טוט אנדערש ווי ער האלט איז נאכנישט ווערט צי נעמען קוויטלע

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:09 pm
דורך יאסל ראקאווער
וועלכע קוויטל נעמער בייסט נישט קיינעם? להדיא איז די קוויטלעך ביזנעס יא פול מיט מענטשען וואס בייסען פון צופרי ביז ביינאכט. אז נישט פרעמדע כאטשיג די אייגענע ברודער און זייער קהילה.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:20 pm
דורך שמן למאור
יאסל ראקאווער האט געשריבן:וועלכע קוויטל נעמער בייסט נישט קיינעם? להדיא איז די קוויטלעך ביזנעס יא פול מיט מענטשען וואס בייסען פון צופרי ביז ביינאכט. אז נישט פרעמדע כאטשיג די אייגענע ברודער און זייער קהילה.

און נעריש דארף מען טאקע זיין צו געבן א קוויטל צו אזא איינעם

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 4:27 pm
דורך מרדכי מרדכי
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:
ליפא שמעלצער

מיינסט צו זאגן מענטשן וואס דער סיסטעם האט געשלאגן כפרות מיט זיי

מען ברויך מאכן א עקסטערע אשכול אויף מענטשן וואס די סיסטעם האט געשלאגן כפרות מיט זיי

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 4:46 pm
דורך yesiknow
דער סיסטעם האט געשלאגען כפרות מיט זיך אליינס, די עטליכע פארבליבענע פילען זיך אוסגעשפיגען פונעם סיסטעם