בלאט 5 פון 8

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:55 pm
דורך שמואל הלוי
itsnotme האט געשריבן:רבינו יואל ראטה שליט"א

פארוואס עפעס רבינו בלשון רבים? איז ער יעדנ'ס רבי? סך הכל קענסטו שרייבן "מורי ורבי".

חוץ מזה דא רעדט מען פון חסידות'ן, ר' יואל ראטה איז נישט קיין חסידות.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 3:59 pm
דורך געפילטע פיש
וואס עפעס רבינו יואל אדער רבינו הקדוש? איז ער דען יעדענס רבי? קענסט עם רופן מורי ורבי יואל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:00 pm
דורך שמואל הלוי
נישט איבעראל מוזטו אויספאקן דיין שנאה צו סאטמאר, האב איך דען אמאל געשריבן דא רבינו יואל? וואס פארפירסטו?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:02 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:נישט איבעראל מוזטו אויספאקן דיין שנאה צו סאטמאר, האב איך דען אמאל געשריבן דא רבינו יואל? וואס פארפירסטו?

מיין שנאה צו סאטמאר? דו האסט פיינט ר' יואל ראטה? איך האב נאר אנגעמערקט אז דיין לאגיק קען מען נוצן דארט אויך, און כ'האב דיר קיינמאל נישט געזען זיך אפרעדן ווען איינער שרייבט רבינו יואל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:03 pm
דורך שמואל הלוי
און איך האב נאך קיינמאל נישט געזען ווי איינער שרייבט רבינו יואל דא אין שטיבל (עכ"פ נישט באמערקט)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 4:11 pm
דורך געפילטע פיש
אויב אזוי אמעסארי, אבער ס'גלייבט זיך שווער.

דער זוך האט געטראפן 24 רעזולטאטן: רבינו יואל
דער זוך האט געטראפן 18 רעזולטאטן: רבינו הקדוש

טאקע נישט אלע מיינען די סאטמערע רב אבער קווייט א פיו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 12:51 pm
דורך הירשל ציג
ל י ו ב א ו ו י ט ש

(פון די סענפעטער-פ'דיארמאטער פלג...)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:50 am
דורך קאווע טרינקער
הירשל ציג האט געשריבן:ל י ו ב א ו ו י ט ש

(פון די סענפעטער-פ'דיארמאטער פלג...)


נישט חב"ד?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:59 pm
דורך berlbalaguleh
הירשל ציג האט געשריבן:ל י ו ב א ו ו י ט ש

(פון די סענפעטער-פ'דיארמאטער פלג...)

ר' הערשל. אויב ביסטו דער ריכטיגער "הערשל ציג" האב איך צו דיר איין בקשה. סטרעיטן אויס דיין בלאג. ווען אימער איך אקסעס עס, מעסט עס מיר אויף מיין קאמפיוטער. חוץ מזה.. איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:בנשקלעך האבן א קדושה מיום לידתו? ווי דרייסטו זיך? איך וויל זיי טרעפן.

און זכות אבותי איז מסייעתו מיינט אויך יעדע איד וואס האט ערגעץ עלטער עלטער זיידעס וואס וועלן איהם מסייע זיין.

ס'איז דא בנש"ק'לך וואס שטעללן אן אלץ אין דער וועלט. אבער ווען ס'קומט ר"ה און יום כפור און זיי דאווענען פאר'ן עמוד זאגן זיי "בזכות אבותי הקדושים" "וויט עי סטרעיט פעיס".

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:06 pm
דורך זר זהב
איך בין לעצטענס אריבער פון סערעט יארמע צו זאבליטוב, כ'שפיר דא מער מיין שורש נשמה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:08 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב אלס געמיינט אז דיין שורש נשמה איז אין ראדני סטריט ביי מהרז"ל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:10 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:איך בין לעצטענס אריבער פון סערעט יארמע צו זאבליטוב, כ'שפיר דא מער מיין שורש נשמה.


זאבליטוב אין בארא פארק?

ביי מיר איז פארקערט
איך בין געווען און נאך אלץ אויפן זעלבען פלאץ.
מיין נשמה האב איך געטוישט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:10 pm
דורך זר זהב
שוין נישט אריינגעטרעטן אין ראדני א מילעניום.
מ'קען נישט 'וויסן' איינעם פון זיינע תגובות!
לערן דיר אויס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:11 pm
דורך זר זהב
קאווע טרינקער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך בין לעצטענס אריבער פון סערעט יארמע צו זאבליטוב, כ'שפיר דא מער מיין שורש נשמה.


זאבליטוב אין בארא פארק?

ביי מיר איז פארקערט
איך בין געווען און נאך אלץ אויפן זעלבען פלאץ.
מיין נשמה האב איך געטוישט

ניין. וויליאמסבורג.
וואס הייסט נשמה געטוישט אויב ביזט אויפן זעלבן פלאץ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:12 pm
דורך שמואל הלוי
זאבליטוב פון וומ"ס? נישט פון ציריך?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:13 pm
דורך זר זהב
איך דארף נישט זיין אין וויליאמסבורג דערצו

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:25 pm
דורך מנשה לוסטיג
אה, יעצט כאפ איך אז דו ביסט טאקע אויף יאגד..
דו ביסט אין ראדני שוין לאנג נישט, דערפאר ביסטו אין פארזוך נאך א ווינקל ווי צו אנשפארן דיין אזוי גערופענע נשמה. [ס'הייסט אין אלגעמיין נפש]

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:13 pm
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..

ביזטו די ביגוויל וואס קאמענט אויף יעדע נייעס אויף וואס איז נייעס?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:38 pm
דורך איך אויך
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..

היאך יתקיימו שניהם?

געפילטע פיש האט געשריבן:ביזטו די ביגוויל וואס קאמענט אויף יעדע נייעס אויף וואס איז נייעס?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:48 pm
דורך געפילטע פיש
וואס איז די סתירה?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:51 pm
דורך איך אויך
ביזט שוין מיד? ער זאגט אז מען לייגט עם קיינמאל נישט ארויף און דו זאגסט ער איז דארט אויף יעדע נייעס.

אה יעצט כאפ איך כאן בהרשל וכאן בוואס איז נייעס עסקינן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:01 am
דורך געפילטע פיש
אהההה, ער האט געכאפט! בארכעשעם. סא ווער איז מיד?