בלאט 5 פון 9

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 6:04 am
דורך [NAMELESS]
דרויסענדער האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן: ער וויל אז אין אלע בתי מדרשים זאל זיך רעש׳ן דערוועגן[/justify]
כ'ווייס נישט אין וועלכע בתים מדרשים דו דרייסטעך
און איך ווייס נישט אין וועלכע בתי מדרשים דו דרייסט זיך...

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 7:03 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:איך פרעג אן אנדערע קשיא. פון וואו קען הרב הצדיק ר' מענדל ראטה שליט"א אזא געשליפענעם עברית?! און אונז וויל מען פארקויפן לאקשן אז שומרי אמונים איז פון די שטערקסטע אנהאלטערס פון די שיטה הק'. אויך. דער אלטער שומרי אמונים רבי זצוקללה"ה איז איינער פון די גרעסטע ריעל עסטעיט באזיצערס אין די טמא'נע מדינה.
עס באלאנגט בכלל נישט אין דעם אשכול (שוין ווייטער....) אבער אז דו פרעגסט אזוי שיין... דו מישט אויס די תולדות אברהם יצחק/אהרן חסידות (וועלכע שטאמט טאקע פון שומרי אמונים) מיט די היינטיגע שומרי אמונים.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 12:57 pm
דורך שאלתיאל
איך וויל מסביר'ן מיין הארץ ווייטאג וואס איך האב פון דעם ניגון.

1. איך האב גארנישט קעגן זינגען ליבע ניגונים. איך האב גארנישט קעגן נעמען דראגס. איך האב אויך גארנישט קעגן מאכן פראוואקציעס און זוכן אויפמערקזאמקייט אויף יעדן וועג וואס נאר שייך. פארקערט, פון מיין זייט זאל ראטה זינגן אז ער האט ליב א בחור, זיך אנשטאפן מיט דראגס און אראפטאנצן פון צען דעכער און שפעטער זיך אינטערוויורן דערויף ביי צען סטאנציעס און עס ארויפלייגן אויף פעיסבאק צו באקומען צען לייקס.

2 וואס ס'שטערט מיר איז אז מענדל ראטה קליידט אן די אלע זאכן מיט רעוואלוצינערישע קליידער. ער נוצט אויס אונזערע געמיינדע און אירע פראבלעמען כדי צו באקומען זיין פארציע אויפמערקזאמקייט, ער כאפט א טרעמפ אויף מיין רוקן אלץ ארטדאקסישן איד כדי צו באקומען א האלבע אינטערוויו אין ערוץ 14 אלץ דער 'משפיע וואס מאכט אן א שטורעם אין די פרומע ציבור'. ווען איך זעה אז דער מענטש האט שוין געטון יעדער פראוואקאציע וואס נאר שייך, ווי ער זוכט בחורין ובסדקין וואס קען אים מאכן מער פעימעס פארשטיי איך אז דאס ניגון סך הכל נאך איינס אין די סעריע. ס'איז אזוי דורכזיכטיג, אזוי קלאר. און ס'גייט קומען נאך, מיטן עסן קומט דער אפעטיט.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 1:39 pm
דורך וואלווי
אין איין שורה, וואס שטערט "דיך"?

די דראגס, שפרינגען פון דאך, די אינטערוויוס, און די לייקס, פארגינסטו עם, נאר זיין געפיל אז ער פילט ווי א רעוואלוציאנער שטערט דיך? אלעס ביסטו מסכים און גרייט אוועקצוגעבן (כאילו דו ביסט מנהיג לבירה און ער דארף דיין רשות...) אלזא, וואס איז דיין "הארץ ווייטאג"?

אה. די טרעמפ אויף דיין ארטאדאקסישן רוקן...

זאל זיין מער טרעמפערס און ווייניגער ארטאדאקסן. נישט נאר ס'זאל זיין, נאר ס'גייט זיין. די ארטאדאקסן האבן א ברירה אדער געסטע הארץ און ספעיס פאר א יעדן, אפי' פאר מענדל ראטה דער אטענשאן זיכער טריפער, אדער גייט מען טרעמפן אויף דיין רוקן ביז דער רוקן וועט ברעכן.

פארוואס דארף דאס גריבלען מיט אזא מאס אומפארגינערישקייט? קיינער צווינגט נישט עם געבן אטענשאן. ליין נישט קיין סאשעל מידיע אויב דו האסט הארץ ווייטאג. ער איז די זעלבער יוד ווי אוקראינישע פליטים וכו' וכו'. פון ווי נעמט זיך אזא מין שנאת ישראל צו א מענטש וואס האט קיינעם דא נישט בא'גנב'עט? ער איז אבוויעסלי נישט אין די סטאבילע מצב פון א שיינער איד מיט א שיינע שטוב וכו', און צו דעם איז ער נאך אויפגעוואקסן אין די פאנאטישסטע משפחות אין די חרדישע וועלט. ווער דען איז א מבקש אויב נישט ער? ווער דען דארף אונזער הארץ אויב נישט ער? אזוי אראפצוקלאפן א מענטש וואס פייניגט נישט קיינעם מיט זיינע משוגעת'ן? נישט צו פארשטיין וואס פאר א פארביסנקייט מ'טיילט דא אויס פאר א צווייטן איד.

אפשר האט מען מורא ווי אזוי אונז "חרדים" וועלן אויסזעהן אין די אויגן פון די סעקולערע מידיע? פאר א נארישע אינטערוויו קומט אזא האס? זעט אויס ווען מ'נעמט מענדל ראטה און מ'זעט עם אלס א רעפלעקשאן פון אונזער סאסייעטי, ממילא ציפט עס זייער שטארק. האסט א פראבלעם ווי אזוי ער שטעלט זיך אויס פאר די חילונים? געדענק, אין חדר איז ער געגאנגען אין בני ברק, נישט אין תל אביב, און אז מ'האט נישט ליעב וואס מ'זעט ביי זיך ציפט עס טאקע זייער שטארק. ווען די סיסטעם פעילט נישט קיינעם איז נישט דא קיין האס, ווען ער גייט נישט פאבליק מיט'ן ניגון וואלט נישט געווען קיין רעש, ווען ער מאכט עפעס א מעידזשאר קנאק פון א ניגון וואלט נישט געווען קיין רעש. אז ער טוט עפעס וואס די "חרדי'שע" וועלט שמעקט נישט אדער ס'פאסט נישט, דארף מען באפאלן און נוצן אויסדרוקן פון אומפארגינערישקייט? וואס דען מיינט אהבת ישראל אויב נישט דעס.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 2:12 pm
דורך שאלתיאל
מיי פרעינד יו דאנט געט דע פוינט. איך פארגין ראטה פון גאנצן הארץ, איך נעם אים אן וויאזוי ער איז, לאוו אנד פיס (בעיקר רחמנות אין דעם פאל) פאר עוורי יומען ביאונג, אדרבא זאל ער באקומען אטענשאן פון דא ביז האנולולו. פון דער אנדערע זייט קומט מיר ארויף דאס בלוט אין קאפ ווי ער נוצט אויס אונזער געמיינדע פאר ביליגע פראוואקציעס, ער כאפט זיך ארויף אויף יעדער קאנטערווערסיאל זאך וואס נאר שייך און מאכט מטעמים דערפון און דער עולם שטייט ביים זייט געפעלעפט פון דער ''קוראזשפולער רעוואלוציונער''. נאר דאס פעלט אונז אויס ער זאל אנהייבן סעלעברעטן יעדער פראלבעם פון אונזער קאמיוניטי.

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 2:14 pm
דורך טאמבל סאס
ער איז אן ארטיסט. אן ארטיסט, אז ער האט עפעס קריעיטיוו אין בויך מוז ער עס שערן. אביסל אזוי ווי דער נביא. כ'ווייס נישט ווי ווייט ס'האט מיט אטענשאן צוטוהן. נארוואדען, נישט יעדעם'ס ארט איז שיין..

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 2:16 pm
דורך וואלווי
שאלתיאל האט געשריבן:מיי פרעינד יו דאנט געט דע פוינט. איך פארגין ראטה פון גאנצן הארץ, איך נעם אים אן וויאזוי ער איז, לאוו אנד פיס (בעיקר רחמנות אין דעם פאל) פאר עוורי יומען ביאונג, אדרבא זאל ער באקומען אטענשאן פון דא ביז האנולולו. פון דער אנדערע זייט קומט מיר ארויף דאס בלוט אין קאפ ווי ער נוצט אויס אונזער געמיינדע פאר ביליגע פראוואקציעס, ער כאפט זיך ארויף אויף יעדער קאנטערווערסיאל זאך וואס נאר שייך און מאכט מטעמים דערפון און דער עולם שטייט ביים זייט געפעלעפט פון דער ''קוראזשפולער רעוואלוציונער''. נאר דאס פעלט אונז אויס ער זאל אנהייבן סעלעברעטן יעדער פראלבעם פון אונזער קאמיוניטי.
אלעס פארשטיי איך אויך. וואס איך פארשטיי באמת נישט, איז פארוואס קומט אבער ארויף בלוט אין קאפ? וואס די געפערליכע זאך וואס איז אחת דתו? פארוואס אזא מין רעגעניש?

נשלח: מאנטאג מאי 02, 2022 2:21 pm
דורך שאלתיאל
ווייל איך זעה דא א צינישע ביליגע פראוו צו טאנצן אויף די פראבלעמען פון אונזער קאמיוניטי, צו אויפרייסן יעדער קאנטערוועריסעלע זאך, פאר אייגענע געברויכן.

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 2:24 pm
דורך קל וחומר
לא זכיתי להבין על מה יצא הקצף.

סך הכל האט ער ארויסגעגעבן א ניגון איבער א נושא וואס פארלאנגט טויש אין אונזער געזעלשאפט.

בנוגע צו האט געמיינט אינגאנצן לשם שמים אדער להנאת עצמו דורש איז בכלל נישט נוגע, מתוך שלא לשמה בא לשמה וקבל את האמת ממי שאומרו.

דאס איז מיר זיכער א פלא, אז פון די רבנים האט ער נישט געקריגן קיין קריטיק אבער פון קאווע שטיבלער קריגט ער הייסע האסע ווי כאילו ער האט בא'עול'ט א גאנצע געמיינדע...

אן ארטיסט וועט ארויסגעבן זיין ארט. פינטל.

מיר זעט אויס ווי מאנכע קריטיקירער מיינען גארנישט צו קריטיקירן דעם ניגון אדער די כונה, נאר גאר צו צייגן פארן עולם ווי שארף זייער אויג איז און ווי גוט זיי קענען אנאליזירן מענטשן מיט א סוביעקטיווע בליק וכו' און זענען גרייט צו פארשמירן א העלדישע נשמה וואס האט געעפנט א נייעם טירל צו תיקון עולם החרדי.

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 2:43 pm
דורך ליפא
אויב איז עס להנאת עצמו הוא דורש איז ער קיין העלדישע נשמה.

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 3:07 pm
דורך יהודי פשוט
שוין יארן דרייט זיך אן ארטיסט אין די בארא פארק'ער גאסן און קיינער אנערקענט נישט אין זיין ארטיסטישקייט... ער הייסט סנדק! ער דרייט זיך ארום און זינגט גאונישע ניגונים, שארט ארויס פון ארבל בליציגע רעיונות געפלאכטן מיט שמאלציגע דברי תורה, און מבהילדיגע ראשי תיבות...

בקיצור, די וועלט פון משוגעים איז א פארגאנגענהייט, יעדע משוגענער איז אן ארטיסט.

נשלח: דינסטאג מאי 03, 2022 3:22 pm
דורך וואלווי
ליפא האט געשריבן:אויב איז עס להנאת עצמו הוא דורש איז ער קיין העלדישע נשמה.
דוקא אזא מענטש איז א העלד, און דוקא ווייל ער'ז א הנאת עצמו הוא דורש. ביי עם איז דאס זיין נשמה. כל הכבוד לו.

נשלח: מיטוואך מאי 04, 2022 11:41 am
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן: א העלדישע נשמה וואס האט געעפנט א נייעם טירל צו תיקון עולם החרדי.
ביסט סארקאסטיש האף איך. ער אליין ווייסט אויך נישט וואס פארא העלדישע נשמה ער איז.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 6:45 pm
דורך פאלגזאם
קל וחומר האט געשריבן:לא זכיתי להבין על מה יצא הקצף.

סך הכל האט ער ארויסגעגעבן א ניגון איבער א נושא וואס פארלאנגט טויש אין אונזער געזעלשאפט.

בנוגע צו האט געמיינט אינגאנצן לשם שמים אדער להנאת עצמו דורש איז בכלל נישט נוגע, מתוך שלא לשמה בא לשמה וקבל את האמת ממי שאומרו.

דאס איז מיר זיכער א פלא, אז פון די רבנים האט ער נישט געקריגן קיין קריטיק אבער פון קאווע שטיבלער קריגט ער הייסע האסע ווי כאילו ער האט בא'עול'ט א גאנצע געמיינדע...

אן ארטיסט וועט ארויסגעבן זיין ארט. פינטל.

מיר זעט אויס ווי מאנכע קריטיקירער מיינען גארנישט צו קריטיקירן דעם ניגון אדער די כונה, נאר גאר צו צייגן פארן עולם ווי שארף זייער אויג איז און ווי גוט זיי קענען אנאליזירן מענטשן מיט א סוביעקטיווע בליק וכו' און זענען גרייט צו פארשמירן א העלדישע נשמה וואס האט געעפנט א נייעם טירל צו תיקון עולם החרדי.
''עס פארלאנגט זיך א טויש''...
ביסט קילער ווי קיהל.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 7:14 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב גארנישט פערזענליך אקעגן מענדל ראטה, אדער די ניגונים (און ליריקס) וואס ער זינגט, אבער א מענטש דארף זיך דעפינירן אין וועלכע וועלט ער איז, און וויל זיין. ער קומט פון א הייליגע וועלט. א וועלט (לכאורה, אזוי וויל מען עס פאר אונז פארקויפן) פון קדושה און טהרה, כולו אומר קדוש, דאס איז דער "סטאק-אין-טרעיד" פון אט די משפחה. אין די זעלבע צייט וואס זיין טאטע אדער זיידע האטציך איינגעהאנדלט ריזיגע שטיקער ריעל עסטעיט פון די לכאורה טמא'נע מדינה, מיט דעם גאנצן פעקעדזש., און ער אליינס איז א פאפולערער זינגער וועלכער האט אויך (אנגעבליך) גענימען דראגס. אין די זעלבע צייט וואס ער (און זיין משפחה) שטייט פאר אן אנדערע וועלט. ס'הייסט אין א געוויסע צייט קען ער נשתנה צורה ווערן, און ווערן א גרויסער אדמו"ר, פאר וועמענ'ס ווארט איך וועל דארפן ציטערן און מיט וועמענ'ס מיינונג איך וועל מיך דארפן רעכענען.

די שאלה איז וויאזוי מ'קען פונקציאנירן מיט די ביידע הפכים...!

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 7:37 pm
דורך פרנס החודש
איך זעה מענדל ראהט ווי א מאניפעסטאציע פון דעם ציבור החרדי,
דאס הייסט מיר ווילן זיך נארמאליזירן, מיר ווילן ארויסקריכן פון די בלאטע נאר מיר קענען נישט, פארשטייט זיך איך מיין נישט די צוויי עקסטרעמען איך רעד פון דעם אלגעמיינעם בארא פארקער אינגערמאן דהיינו סמארטפאן מיט א פילטער, רעדט זיך אפ טאג און נאכט אז מען נעמט נישט אן זיינע קינדער אין ישיבה, מוטשעט זיך מיט הויכע שכר לימוד/חתונה/מצות/דירות פרייזען ,מוטשעט זיך מיט שידוכים פאר די קינדער, דער רב זאל זיך מער אינטערעסירן אין די קינדער׳ס מצב וכו׳ וכו׳
לויט די אינטערעסע וואס אבסאלוט וואנזיניגע לעזונגען צו די פראבלעמען באקומען, וואס לכאורה וואלטן אזוילכע לעזונגען נישט גדארפט באקומען קיין שום אויפמערקזאמקייט , מיין איך אז מענטשן ווילן א טויש .
זיכער אז נישט אלע און לכאורה נאר א מיעוט באשולדיגען רעליגיע/סיסטעם/אידישקייט/חרדיזם אין זייערע צרות, מענדל ראהט אליין זעהט מיר אויס גלייבט נאך היבש אינעם סיסטעם.
ממילא מיר הערט זיך די ווארט ״מיידעלע״ גאנץ עפעס אנדערש
איך בין גורס אנשטאט ״מיידעלע״ ״נארמאלע מענטש״
אברהם אבינו איז געווען א נארמאלע מענטש, יצחק אבינו איז געווען א נארמאלע מענטש, איך וויל אויך זיין א נארמאלע מענטש ……
נישטא קיין שום סיבה אונז זאלן זיך מוטשענען מיט ….. (לייג אריין די פראבלעם וואס שטערט דיך)ווען אלע דורות האט מען זיך א עצה געגעבן מיט אזוינע פראבלעמען.
אויב קען מען נישט פארעכטן די פראבלעמען וואס האבן צו טון מיט אידישקייט , אדער אויב האלטסטו אז די זאכן זענען נישט קיין פראבלעמען…..דאן לאמיר זיך צוזאמנעמען אויף די זאכן וואס יעדער איז מודה אז עס איז פראבלעמאטיש און דארף א תיקון, און לאמיר אנהויבן נוצן לאגיק, עקספערטיז, ישוב הדעת, און סייענס צו לעזן כאטש די זאכן וואס יעדער איז מודה דאס עס דארף געלעזט ווערן.
נאר… מיר קענען נישט, מיר זענען באגרעניצט, אפשר מיט די יארן אבער נישט היינט.
און ממילא האלט איך אז מענדל ראהט איז א מאניפעסטאציע פון אונזער ציבור און דעם מין האנושי בכלל.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 4:48 pm
דורך תרמב
איך האב עפעס מוסיף צו זיין צום שמועס, א זייטיגע נקודה קען זיין אז מ'האט שוין גערעדט דערפון, איך זעה אז דא איז געקומען א מענטש און געמאכט א ניגון און פרובירט ארויפצוברענגען צום אויבערפלאך א געדאנק איבער אהבה ביים חרדישן ציבור, אבער ס'איז דא אסאך וואס האלטן בעיקרון די זעלבע, זיי האלטן אז ס'איז א פראבלעם אבער זיי רייסן געפערליך אונטער די גאנצע ניגון, איינער געפעלט נישט די ווערטער א צווייטער די ניגון איינער האט נישט ליב זיין פאמיליע און אנדערע האבן אים נישט ליב וועגן זיינע מעשים.

וואס איך פארשטיי נישט איז אזוי, איר ווילט אז איינער זאל קומען און אויפשטורעמען די וועלט אז ס'איז דא א פראבלעם איינער זאל קומען און מאכן שינויים אבער יענער מוז שטימען הונדערט פראצענט, איך האב אייך נייעס דאס גייט נישט געשעהן, אז איר וועט ווארטן אז ס'זאל קומען א מציל ומושיע וואס איז א טלית שכולה תכלת וועט איר ווייס ווערן ביז איינער וועט אנקומען אויב יענער וועט אנקומען בכלל, אז ס'איז דא א בהמה און שטעלט זיך ארויס און פרובירט צו מאכן א אויפוואכונג, זייט אים נישט בודק די ציצית פריידטס ענק אז איינער טוט עס כאטש, וואס א חילוק צו ער איז קלוג אדער וואס ער האט געטון נעכטן, און די ניגון מוז נישט שטימען מיט די פונקטליכע כללים.

מיר האט די מערסטע געבאדערט קטלא קניא וואס האט געשריבן א סעריע טוויטס אונטערצורייסן די ליד מיטן מחבר עד כדי כך זאגנדיג אז ער איז א פעדאפייל, קטלא איז דאך א מענטש וואס קעמפט פאר אזעלכע נושאים קומט איינער מיט א ברייטן ביבער הוט און רעדט פון די זאכן מוז מען אים אזוי באגיסן מיט קאלטס און ווארם'ס ווייל ער האט געזאגט מיידעלע?! ער וואלט געמעגט פארשטיין אז פאר א איזרעילי איז מיידעלע א נארמאלע ווארט פאר מיידל, און ער האט כפי הנראה נישט געמיינט א מיידל אונטער 18, ס'קומט בעסער אויס אזוי אין די ליד, ער קומט דאך מיט א געדאנק וואס דו האסט ליב, דו ווארסט אז ס'זאל קומען עפעס א משה רבינו וואס זאל אנדרייען אלעס גוטס? נעם וואס ס'איז דא, אודאי מעג מען קריטיקירן קאנסטרוקטיוו קריטיק אבער אונטערייסן מיט א שנאה איז שוין א צווייטע מעשה, דאס איז מיינע קורצע מחשבות איבער די נושא.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 5:17 pm
דורך פאלגזאם
דו האלטסט טאקע אז ער האט פשוט געוואלט ארויסהעלפן די היימישע עולם מיטן מאכן דער ניגון?
פארוואס האלטסטו אז קטלא דארף מיטשפרונגען מיט יעדער נארישקייט וואס דארף אפיציעל האקן אויף חרדים?
אפשר שמועס עס דורך מיט דיין רבי און לאז אונז וויסן וואס ער האלט.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 6:30 pm
דורך קהל'ס נער
תרמב האט געשריבן: מיר האט די מערסטע געבאדערט קטלא קניא וואס האט געשריבן א סעריע טוויטס אונטערצורייסן די ליד מיטן מחבר עד כדי כך זאגנדיג אז ער איז א פעדאפייל, קטלא איז דא א מענטש וואס קעמפט פאר אזעלכע נושאים קומט איינער מיט א ברייטן ביבער הוט און רעדט פון די זאכן מוז מען אזא באגיסן מיט קאלטס און ווארם'ס ווייל ער האט געזאגט מיידעלע, ער וואלט געמעגט פארשטיין אז פאר איזרעילי איז מיידעלע א נארמאלע ווארט פאר מיידל, און ער האט כפי הנראה נישט געמיינט א מיידל אונטער 18, ס'קומט בעסער אויס אזוי אין די ליד, ער קומט דאך מיט א געדאנק וואס דו האסט ליב, דו ווארסט אז ס'זאל קומען עפעס א משה רבינו וואס זאל אנדרייען אלעס גוטס? נעם וואס ס'איז דא, אודאי מעג מען קריטיקירן קאנסטרוקטיוו קריטיק אבער אונטערייסן מיט א שנאה איז שוין א צווייטע מעשה, דאס איז מיינע קורצע מחשבות איבער די נושא.
לויט קטלא קניה זענען מיר אלע פעדאפילן ווייל "מיידל" מיינט אויך קליינע מיידל, די ווארט פאר א full sized נקבה איז "מויד" אדער "מאד"

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 7:27 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: איך וועל נישט קאפיען דיינע ווערטער. ווייל 3 אנדערע מגיבים האבן עס שוין געטון. אז מיין טענה אין די גאנצע געמויזאכץ איז נישט דער ניגון אדער דער וועג ער זינגט עס. נאר דער מענטש וואס זינגט. און מאכט די סטעיטמענט וואו ער באלאנגט. און וואו ער וויל באלאנגען. ס'איז דא אזא מאמר החכם. אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 7:46 pm
דורך תרמב
פאלגזאם האט געשריבן: דו האלטסט טאקע אז ער האט פשוט געוואלט ארויסהעלפן די היימישע עולם מיטן מאכן דער ניגון?
פארוואס האלטסטו אז קטלא דארף מיטשפרונגען מיט יעדער נארישקייט וואס דארף אפיציעל האקן אויף חרדים?
berlbalaguleh האט געשריבן:תרמב: איך וועל נישט קאפיען דיינע ווערטער. ווייל 3 אנדערע מגיבים האבן עס שוין געטון. אז מיין טענה אין די גאנצע געמויזאכץ איז נישט דער ניגון אדער דער וועג ער זינגט עס. נאר דער מענטש וואס זינגט. און מאכט די סטעיט ער באלאנגט. און וואו ער וויל באלאנגען. ס'איז דא אזא מאמר החכם. אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו.
איך האב מורא אז עטס האטס פשוט נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן.

און פארוואס דארף איך פרעגן רבי'ס וואס זייער מיינונג איז, ווי קומט עס אריין דא? דו ווילסט מיר יעצט סתם פערזענליך אטאקירן ווייל איך האב געקלערט אנדערש ווי דו ווילסט? ווען איך האב זיך ניטאמאל אנגענומען פאר די זינגער איך האב סאך הכול ארויסגעברענגט א זייטיגע נקודה.

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 10:20 pm
דורך פרנס החודש
berlbalaguleh האט געשריבן:תרמב: איך וועל נישט קאפיען דיינע ווערטער. ווייל 3 אנדערע מגיבים האבן עס שוין געטון. אז מיין טענה אין די גאנצע געמויזאכץ איז נישט דער ניגון אדער דער וועג ער זינגט עס. נאר דער מענטש וואס זינגט. און מאכט די סטעיטמענט וואו ער באלאנגט. און וואו ער וויל באלאנגען. ס'איז דא אזא מאמר החכם. אי אפשר לאחוז את החבל בשתי ראשיו.
אין אלגעמיין פרובירט מען צו רופן מיידלעך מיט א מער ווייכע און יונג קלינגענדע נאמען אין אידיש טרעפט מען נאך ״מוידן״ אבער אין דויטש וועסטו נישט טרעפן נאר “Mädel” אדער “Mädchen”
איך מיין אז דאס איז נישט קיין צופאל און האט עפעס צו טון מיט אונזער שמועס דא.

נשלח: זונטאג מאי 08, 2022 11:36 pm
דורך שמן למאור
עפעס איז מיר צו שווער צו ליינען דיין תגובה מיט די מאדנע ווערטער און פינטלעך, עס זעט שוין כמעט אויס ווי א תגובה פון @מי אני
אבער עפעס שרייבסטו אז מען ריפט א מיידל א מאדעל רח"ל???