טענה האט געשריבן:c/p באקומען אויף וואטסעפפ
בס"ד
אונזער רבי אונזער גענעראל
.
נאך אן ארטיקל אין די סעריע פון פאשקעווילן וואס די באצאלטע שרייבער לייגן ארויס פיל מיט שקרים וכזבים אין בלבולים מיטן איינע ציל צו פארוואשן דאס צואה רותחת וואס רז"ל האט געלאזט פאלן אינעם קעלער מוצש"ק
פונעם טאג וואס רביה"ק בעל ברך משה האט אויפגענומען בנו הגדול וחביבו אלס מרא דאתרא אין קרית יואל האלט רבינו שליט"א דאס פאסטן מיטן פולסטן ערענסטקייט "ווי א רב פון א שטעטל אינדערהיים" מיט אלע הלכות וואס קומען דערמיט רבינו שליט"א איז געווען דאס ידו כידי פון זיין טאטע דאס האט אריינגענומען דאס פארשוועכן זיין אייגענע כבוד פארן כבוד פון זיין טאטע
ווי א מרא דאתרא אינעם אלטן היים האט רבינו שליט"א פארטיידיגט זיין טאטע'ס כבוד פון די בני יואל אין זייער גאנצע קליקע מיטן גאנצע שארפקייט
ווי א מרא דאתרא פונעם אמאל האט רבינו שליט"א אין די קהלה גענומען שטרענגע שריט ווען מאנכע אנשי בליעל האבן זיך אפגעטיילט פונעם קהלה וואס רביה"ק זי"ע האט געגרינדעט אין זיך געפענט א אייגענע קהלה ווי ביי זיין הייליגע זיידע די קדושת יו"ט אין סיגוט ווען אפאר ראציגע מחוצפים האבן זיך אפגעטיילט פונעם קהלה "ווייל עס האט זיי נישט געשמעקט די מרא דאתרא" דאן האט מען גענומען שארפע שריט קעגן די מחוצפים אין גענוי דאס זעלבע איז קרית יואל
ווי א מרא דאתרא אינדערהיים האלט רבינו שליט"א אן זיין אחריות צו באשטעטיגן יעדע מסדר קידושין אין שטאט "ווי א מרא דאתרא אינדערהיים אין דאס שטאט וואס רביה"ק האט אויפגעשטעלט אז עס זאל זיין ווי א שטעטל אינדערהיים"
די מרא דאתרא מיטן תורה'דיגע הנהגה ע''פ פסקו פונעם דיין וואס דער מיסד העיר האט געשטעלט אלס פוסק אחרון פין שטאט
משא"כ פארשטייט יעדער אז וויליאמסבורג באלאנגט נישט פאר קיינעם עס איז א שטאט וואס קיינער געבט נישט קיין השגחה אויף גארנישט יעדער קען טון כל מה שלבו חפץ די רבי זי"ע האט נישט געבויט וויליאמסבורג יעדער רב קען פירן אין פראווען ווי זיין הארץ באגערט
קומט דער בעל חרבך תחי' אין שיקט זיינע בחורים נאכשרייען אידן וואס זייער דיין האט אנדערש גע'פסק'נט היעלה על הדעת פאר איינעם אז וויליאמסבורג באלאגט פאר רז"ל??
האט רביה"ק זי"ע ארויסגעשיקט זיינע בחורים פראטעסטירן קעגן וויזניץ פאר האלטן די זמן פריער??
מען קען ציען א גראדע שטריך פון גור צו רז"ל אין זיינע שלעגער
גור טערעראזירט שאול אלתר'ס חסידים זיי ווי אימער זאל עס זיים אין ירושלים בני ברק צו בארא פארק צו דאס פלאץ באלאנגט פאר גור צו נישט
רז"ל טערעראזירט גאנץ וויליאמסבורג על לא עוול בכפו פשוט ווייל זייער רב האט אנדערש פארשטאנען ווי סאטמאר צו דאס פלאץ באלאנגט פאר סאטמאר צו נישט
ווער האט געגעבן וויליאמסבורג פאר רז"ל?? רביה"ק זי"ע האט נישט געהאלטן אז וויליאמסבורג איז זיינס אין די יא????
קרית יואל באלאנגט פאקטיש פאר סאטמאר, ווען האט סאטמאר אפגעקויפט וויליאמסבורג ווער האט אויפגענומען רז"ל אלס רב אין וויליאמסבורג???
דאס איז בלויז א סעמפל פון די מוח וואשעריי אין די שקרים וואס די ילדות'דיגע שרייבער באשולדיגן סאטמאר
ווער ביסטו צו באשרייען יענעם ווען דיין קופה של שרצים איז איבערגעפילט?