בלאט 5 פון 5

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 4:03 pm
דורך תושב ק.ג.
קאסא גראנדע האט געשריבן:דא https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing קען די עולם הערן די רעקארדירונג פון די גענעראל פארזאמלונג ווי דאס גאנצע שטעיטל האט זיך צוזאמגענומען אפילו די דריי אידן מצד שכנגד. און יעדער האט געהאט דעם זכות הדיבור ווילאנג ער האט געוואלט ווי מען קען הערן וואו די צד נגד הקהלה טרעטן אויף מיט דרשות. מען האט אפילו געהאט א לייוו האקופ פון מענדיל גאלדבערגער פון ניו יארק. און דא קען מען הערן וויאזוי דער עולם מאכט אפ די רעגולאציעס פון די וואלן וכדו'
סאו דא איז באווייז אויף די וועד'ס עקזיסטענץ. און נישט ווי ק.ג. תושב שרייבט. נאר דער עולם וויל עס ענדליך זענען דא נארמאלע מענטשן וואס ווילן א נארמאלע קהלה וואס איז נישט קראפטירט און נישט ווען מען מאלט אראפ מענטש/ן אלץ נארסיסט/ן ווערט/ן זיי דאס וואס יענער האט געשריבן
ביטע נישט סתם האקן איןקאפ אז די וואלן זענען געווען קאראפטעט נאר ביטע ברענגט א באווייז (אפילו א שוואכע אבער נישט א ליצנות'דיגע)
אזוי ווי זיין מנהג ברענגט ער "ראיות" מיטן חשבון אז מען גייט אים נישט נאכקוקן דערויף.
אדרבה הערטס אויס די רעקארדירינג וועטס עטס זעהן אז עס פעלט שטיקליך איינער באצוהט זיך דארט צו ווערטער וואס יחזקאל האט געזאגט וואס פארשטייט זיך אז דאס האט ער נישט ארויפגעלייגט. חוץ מזה קענט עטץ זעהן וויאזוי אלע וואס רעדן לצידו האט ער זיכער געמאכט מען זאל הערן קלאר משא”כ די וואס זאגען א אנדערע דעה חוץ מזה וואס ביי די עצם אסיפה שרייט מען אריין און מען לאזט נישט קומען צום ווארט דער וואס זאגט עפעס אנדערש זיכער מאכענדיג די צווייטע זייט זאל נישט קענען ארויס ברענגען זייערע טענות, איז די ביסל וואס איז יא דא איז זיכער געמאכט אז אויף די רעקארדינג זאל מען עס נישט הערן קלאר עס זאל ווערן שטיל יעדע פאר מינוט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 4:20 pm
דורך תושב ק.ג.
המשך פון פריעדיגע תגובה
לגבי די וואלען איך וועל דערציילן די דברים כהווייתן וואס איז מילתא דעבידו לגלויי די גאנצע שטאט האט עס מיטגעהאלטן. און מאכט אליינס אפ צו די וואלן האבן האפט
נאך די אסיפה (נוסח פוטין ראלי) האט מען אויסגעריפן מען גייט מאכן וואלן. יעצט אנשטאט צו נעמען צוויי מענטשן פון ביידע זייטן וואס זאלן עס איבערקוקן האט מען עס איבערגעגעבן פאר א אינגערמאן י”ג וואס האט פונקט 2 חדשים פארדעם אנגעהויבן ארבעטן פאר י”ר און מען האט זייער קלארגעמאכט אז די דעדליין אריין צו געבן די וואוטס איז די נעקסטע טאג 5 מיטאג. היות א גרויסע חלק שטאט האט געוואלט אז די מחלוקת זאל זיך אפשטעלן איז געווען א שטארקע מאמענטום אז מען זאל אריין וועלן כאטש איינעם פון די צווייטע זייט. עס איז געקומען די נעקסטע טאג 5 מיטאג און ווען מען האט געפרעגט ווער איז גווינען האט מען געענטפערט אז מען האט נאכנישט געענדיגט ציילן (ארום 25 וואוטס) די נעקסטע טאג אינדערפרי איז ארויס געקומען א צעטיל אז די געווינער זענען אימגלויבליך י”ר דער משתלט י”ג וואס האט צוזאמגענומען די וואלען און מא”ב וואס האט זיך אויפגעשטעלט ביי די אסיפה רעדן בשבח י”ר.
יעצט אויב דאס צינדט נישט אן רויטע לעמפלעך ווייס איך נישט וואס יא. ווען אינגעלייט זענען געגאנגען בעטן אז זיי ווילן זעהן די וואוטס צו זעהן אז עס איז נישט געפעלטשט האבן י”ג און י”ר געזאגט אז מען האט געשיקט די צעטלעך פארמאכטערהייט צו הרב רויזמאן רב פון פיניקס. אבער דא האט ער נאכאמאל געמאכט זיין אלטע מיסטעיק, אז ווען ער וועט רעדן מיט קאנפידענס וועט מען נישט נאכקוקן זיינע ראיות, למעשה האבן אינגעלייט געפרעגט פון הרב רבי מאן צו עס אמת, און סורפרייז סורפרייז! ער האט אפילו נישט געוויסט אז עס איז געווען וואלן

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 4:25 pm
דורך תושב ק.ג.
המשך
און חוץ פון דעם וואס הרב ש. וואס איז אימפלויעד ביי י”ר איז ארום געגאנגען אין כולל טעראזירן פאר וועם מען זאל יא און נישט וואוטן, א אינגערמאן וואס האט אריין געמופט ליטערלי יענע טאג איז מען געקומען צו אים ער זאל וואוטען האט ער געזאגט אז ער קען נישט קיינעם פון די נעמען איז מען געקומען צו אים מיט א צעטיל מיט 3 נעמען אז די רב האט געהייסן ער אל וואוטען פאר די 3 נעמען

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 4:34 pm
דורך תושב ק.ג.
קאסא גראנדע האט געשריבן:איך וויל דא מודיע זיין, אז די וועד האט מיך אריבערגערופן, זיי שפירן אז עס איז נישט לפי כבודם אז מען זאל קומען דא אויף א וועבזייטל און זיך אויס'טענה'ן מיט יעדן וואס האט צוטריט צו א קיבארד.

די וועד איז א געהעריגע קערפערשאפט פון מענטשן מיט נעמען, וועלכע זענען ערוועלט געווארן דורך די תושבי העיר צו פארפיגן מיט די געברויכן פון די שטאט. זיי זענען גרייט צו ענטפערן פאר יעדן וואס האט סיי וועלכע געברויך צו וויסן וואס גייט פאר אין שטאט, אבער נישט זיך ארום דינגען דא.

די וועד האט געגרינדעט א ספעציעלער וועבזייטל פאר דעם ישוב, מיט פיל אינפארמאציע אויף דעם ישוב, און דורך וועלכן מען קען זיך פארבונדן מיט זיי און אנפרעגן סיי וועלכע פראגעס אנבאלאנגט דעם ישוב, און זיי וועלן בעז"ה געבן צופרידנשטעלנדע ענטפערס.

דער אדרעס פון דעם וועבזייטל איז: https://khalchasidimcg.com/

זיך צו פארבונדן דירעקט מיט'ן וועד: info@khalchasidimcg.com

היות זיי זענען די אפיציעלע קערפערשאפט וואס האט א רעכט צו רעדן בשם די שטאט, וועל איך בלי נדר מער נישט שרייבן דא גארנישט איבער קאסא גראנדע.
לאמיר עס איבערטייטשן אויף פלענע אידיש
אזוי ווי איך האב מורא אז מען וועט דא גיין אהין און צוריק וועט מען זעהן אז איך בין נישט גערעכט, און אויך כדי עס זאל נישט אויסזעהן ווי איך בין א יחיד נאר עס זאל מאכן א אימפרעשען ווי א גאנצע ערנסטע קהילה און וועד, וועל איך מיך נישט טענה'ן דא ווי עס איז דא מענטשן וואס קענען די פאקטן. נאר קומט ארויף אויף מיין וועבזייטל ווי נאר איך קען שרייבן מיין זייט, אדער רופט מיר פערזענדליך אן ווי איך וועל אראפלייגן פאקטן וואס איך וויל און אויב עטס ווייסט שוין עפעס וועל איך עס טוויסטן און עס וועט נישט זיין ווער עס זאל עס אפפרעגן.
און דא זאל עס מאכן אן אימפרעשען ווי איך האב זייער גוטע טענות צוריק צו ענטפערן, פשוט איך ענטפער נישט

איך האב פאר דיר נייעס כלל ישראל איז נישט דיין נער
מען קען פאפען אסאך מענטשן אביסל צייט אביסל מענטשן אסאך צייט אבער נישט אסאך מענטשן אסאך צייט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 5:15 pm
דורך מתבודד
.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2022 5:22 pm
דורך היסטאריע
.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 2:14 pm
דורך קלוגע יודל
געהערט אז די וואך איז געוועהן א שידוך ציווישן א קאסא גראנדא איינוויוינער מיט אן אפטע באזוכער אין שטאט, א היימשן שידוך פון 2 קאסא גראנדע יודן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 4:06 pm
דורך אינטערסאנטער
אינטערסאנטער האט געשריבן:איך האב היינט גערעדט צו א אינגערמאן וואס זיינס א חבר וואוינט דארט. לויט ווי ער זאגט שפירט מען דארט נישט קיין מחלוקה, ווען ער וויל וויסן נייעס איבער עפעס א מחלוקה דארט רופט ער קיין ניו יארק....
איך האב נאכאמאל גערעדט באריכות מיט אים, ער האט מיר אראפגעלייגט די גאנצע פרשה בפרטי פרטים, און ער האט געלאכט ווען איך האב עס אנגערופן א "פרשה". לויט די אלע אינפארמאציע איז פשוט געווען איין משפחה וואס האט געוואלט זיין בעל הבית, און למעשה האבן זיי שוין אוועקגעמופט פון דארט, שליסנדיג דערמיט די גאנצע מחלוקה.

היינט צוטאג'ס - נאך וואס יענע משפחה האט אוועקגעמופט - איז די גאנצע קהילה שיין פאראייניגט, יעדער האלט זיך באחדות, און ר' יושע רובין וואס האט שוין אינוועסטירט מיליאנען אין די נייע שטעטל ועוד ידו נטוי', איז באליבט ביי יעדן איינעם ווייל יעדער איז איבעצייגט אז ער האט געמיינט דא די טובה פונעם שטעטל מיט יענעם פארשיקן כדי אז עס זאל נישט זיין קיין ייקור השער. און למעשה בליעט די שטעטל זייער שיין צוזאמאן אן קיין מחלוקת.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 5:04 pm
דורך נייגעריגע אינגערמאן
אינטערסאנטער האט געשריבן: מיט יענעם פארשיקן כדי אז עס זאל נישט זיין קיין ייקור השער.
א שידוך גאר? פרשה'ס? די נייגער פארט ארויף, מוז מען אויך גיין מברר זיין וואס סגייט פאר.

אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס @ אינטערסאנטער, ווייל לויט ווי מען ווייסט האט נאר איין משפחה דערווייל אוועקגעמופט, וואס ער איז געווען דער ראש כולל. זיי האבן געקויפט א הויז פון י. רובין אליין. סוי עפעס מאכט נישט קיין סענס דא:



די שידוך איז לויט ווי מען דערציילט, מיט א אלטע בחור וואס וואוינט דארט, און די טאכטער פון מ. א. ברוין.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 6:04 pm
דורך אינטערסאנטער
נייגעריגע אינגערמאן האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן: מיט יענעם פארשיקן כדי אז עס זאל נישט זיין קיין ייקור השער.
א שידוך גאר? פרשה'ס? די נייגער פארט ארויף, מוז מען אויך גיין מברר זיין וואס סגייט פאר.

אבער עפעס מאכט נישט קיין סענס @ אינטערסאנטער, ווייל לויט ווי מען ווייסט האט נאר איין משפחה דערווייל אוועקגעמופט, וואס ער איז געווען דער ראש כולל. זיי האבן געקויפט א הויז פון י. רובין אליין. סוי עפעס מאכט נישט קיין סענס דא:



די שידוך איז לויט ווי מען דערציילט, מיט א אלטע בחור וואס וואוינט דארט, און די טאכטער פון מ. א. ברוין.
איך האב נישט געשריבן קיין ווארט איבער א שידוך, און איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:07 am
דורך ישראל קאפקע
Fascinating.
צוויי אידן דריי שילן איז נישט קיין וויץ.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:14 am
דורך שמן למאור
ישראל קאפקע האט געשריבן:Fascinating.
צוויי אידן דריי שילן איז נישט קיין וויץ.
אהה העלאו!!! קוקט'ס ווער איז דא!! א גוט יאר אייך... איר קענט מיר טאקע נישט.. לעצטנס בין איך דא אביסל אקטיוו...
מאכט אייך באקוועם, טוט אייך אויס דאס קאפעליטש און שטויבט אפ אייער קיבאורד...

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 3:26 pm
דורך נחום הסופר

נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 5:48 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי

Re: קאסע גראנדא אריזאנא רעדאגיר די הודעה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:58 am
דורך מייערן
די רואיגקייט וואס איז דא אויף די פנימ'ער דארט קען מען נישט אוועקמאכן!!
אבער מען דארף דאך האבען די ניסלעך עס צו טוהן,

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 9:49 pm
דורך kolal1
איז נאך רב שטיינמעץ דיין ווייל מען זעהט אים שוין נישט אויף די פיקטשערס עס זעהט אויס אס רב בערגער פון מאמענט איז די דיין

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 12:55 am
דורך שמעקעדיג
ניין. הרב שטיינמעטץ האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט.
הרב בערגער איז נישט קיין דיין, נאר איז איינגעשטעלט אין די הנהלה רוחניות פון די ארטיגע מוסדות.

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:27 am
דורך בן ישי
ווי איז הרב שטיינמעטץ געגאנגען? צוריק קיין מאנסי?

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:47 am
דורך בגתן
בן ישי האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:27 am ווי איז הרב שטיינמעטץ געגאנגען? צוריק קיין מאנסי?
יא

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 7:14 am
דורך Nanach
האבען זיי שוין א צווייטע רב?
פארוואס איז ער געגאנגען?

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:17 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
Nanach האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:14 am פארוואס איז ער געגאנגען?

ער איז לכתחילה געגאנגען נאר ווייל ער האט געוואלט האבן א חלק אין אוועקשטעלן דעם יסוד פאר א נייע אידישן ישוב. די משפחה זיינער אין מאנסי האט עס גענומען זייער שווער, ס׳איז זייער שווער צו קומען און גיין כסדר פון אזא מרחק...

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:35 am
דורך יין שרף
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:17 am
Nanach האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:14 am פארוואס איז ער געגאנגען?

ער איז לכתחילה געגאנגען נאר ווייל ער האט געוואלט האבן א חלק אין אוועקשטעלן דעם יסוד פאר א נייע אידישן ישוב. די משפחה זיינער אין מאנסי האט עס גענומען זייער שווער, ס׳איז זייער שווער צו קומען און גיין כסדר פון אזא מרחק...
😂😂😂

Re: קאסע גראנדא אריזאנא

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 2:29 pm
דורך נאר א איד
יין שרף האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:35 am
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 10:17 am
Nanach האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 7:14 am פארוואס איז ער געגאנגען?

ער איז לכתחילה געגאנגען נאר ווייל ער האט געוואלט האבן א חלק אין אוועקשטעלן דעם יסוד פאר א נייע אידישן ישוב. די משפחה זיינער אין מאנסי האט עס גענומען זייער שווער, ס׳איז זייער שווער צו קומען און גיין כסדר פון אזא מרחק...
😂😂😂
??