בלאט 5 פון 5
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2022 1:54 pm
דורך אינטערסאנטער
עצי שטים האט געשריבן:ווער מיר יעצט געוואר אין חלק ג' אז די פרוי וואס וויינט און שרייט אויף ברלנד אין די אויספארשונגס צימער, איז גאר די ווייב פון דעם תמימות'דיגן נחמן שלום, דער וואס האט טאקע זוכה געווען צו קריכן אין זען ווי ברלנד שטיפט אין עולם האצילות, מסתמה איז די מעשה פון זיין ווייב געשען פאר די מעשה פון די היצץ ונפגע, ווייל דאן איז ער שוין געווען אויף ברלנד'ס שלעכטע זייט,
דאס מאכט מיר טראכטן אז סאמטינג פישי איז מיט די גאנצע עדות פון נחמן שלום, פונקט ער וואס האט די ערשטע געזעהן אזוי פערצופאל, האט אויך זיין ווייב געהאט צו טוהן.
איך זאג נישט יא אמת נישט אמת, אבער די פרט פון די מעשה מאכט מיר טראכטן אז נחמן שלום מיט זיין ווייב האבן געהאט א פריוואטן סכסוך מיט בערלאנד און לכבוד דעם אויסגעטראכט די מעשה.
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2022 2:02 pm
דורך טאמבל סאס
אזוי זעט מען אויס ווען מען האט נישט צוגעהערט אדער ווען מען קען נישט קיין היברו אבער כדי מען זאל נישט זאגן עצל נשכר וועל איך דיר נישט מסביר זיין, נאר גיי אליינס און הער איבער וועסטו פארשטיין.
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2022 2:15 pm
דורך שמן למאור
אינטערסאנטער האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:ווער מיר יעצט געוואר אין חלק ג' אז די פרוי וואס וויינט און שרייט אויף ברלנד אין די אויספארשונגס צימער, איז גאר די ווייב פון דעם תמימות'דיגן נחמן שלום, דער וואס האט טאקע זוכה געווען צו קריכן אין זען ווי ברלנד שטיפט אין עולם האצילות, מסתמה איז די מעשה פון זיין ווייב געשען פאר די מעשה פון די היצץ ונפגע, ווייל דאן איז ער שוין געווען אויף ברלנד'ס שלעכטע זייט,
דאס מאכט מיר טראכטן אז סאמטינג פישי איז מיט די גאנצע עדות פון נחמן שלום, פונקט ער וואס האט די ערשטע געזעהן אזוי פערצופאל, האט אויך זיין ווייב געהאט צו טוהן.
איך זאג נישט יא אמת נישט אמת, אבער די פרט פון די מעשה מאכט מיר טראכטן אז נחמן שלום מיט זיין ווייב האבן געהאט א פריוואטן סכסוך מיט בערלאנד און לכבוד דעם אויסגעטראכט די מעשה.
נישט נאר זיין ווייב, נאר גאר אסאך אנדערע, ווי מען הערט און זעט קלאר אויפן תחקיר
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2022 6:20 pm
דורך לאמיר זאגן
אומגלויבליך די גאנצע מעשה. א גרויל שלא היה!!
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2022 6:28 pm
דורך לאמיר זאגן
גוצא האט געשריבן:
א גרויס חלק פון זיין סאדיסיזם איז געהעריג נאכגעמאכט נוצרי׳שע מנהגים, ער פארלאנגט פו זיינע אנהענגער זיך צו האלטן צו אבנארמאלע און אוממענטשליכע קדושה גדרים, גענצליכע פרישות א בחינה ווי די גלחים, און זיין גאנצער שפיל אז ער האט מודה געווען און איז בכוונה געגאנגען אין גלות און אין תפיסה כדי מקבל צו זיין בזיונות ויסורים און מכפר זיין אויף דעם דור איז ממש Straight outta jesus.
האט גארנישט מיט גלחים. דאס איז טיפיקל קולט פירער התנהגות, אונטערצודריקן זייערע אנהענגער צו פארדעקן זייערע אייגענע פארדארבנקייטן.
מיך באדערט אז זיי בא׳טיטול׳ן אים אלץ א ״משיח שקר״, ער איז א פשוט׳ער נואף ומטורף און ס׳איז א בושה פאר אלע היסטארישע משיחי השקר אים אריינצולייגן אינעם זעלבן קאטאגאריע!
וואס מיינסטו איז שבתי צבי געווען?
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2022 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
לאמיר זאגן: מ'דארף אבער געדענקען אז אליעזר ברלנד בראשית דרכו איז געווען דער מערסט עפעקטיווער מנהיג אין ברסלב. ער אליינס איז א תלמיד חכם און א גוטער בעל דרשן. ער האט צוגעצויגן א סאך אפגעפרעמדטע און פארלוירענע נשמות. און זיי געמאכט פאר מענטשן. טראץ די משוגע'נע חלקים. אזוי ווי טאנצן און שרייען אויף די דעכער פון קארס. נאר לויט ווי ס'איז ארויסגעקומען אין די תחקירים האבן זיין משפחה און מקורבים געוויסט פון זיין פארדארבנקייט. און זיי האבן פרובירט עס צו האלטן אונטער קאנטראל. אן דערציילן קיין פרטים. כלפי חוץ האט עס אויסגעזעהן ווי ס'איז דא א מלחמה איבער מאכט צווישן די משפחה און נאנטסטע מענטשן. אבער ס'איז דאך ליידער שוין נתגלה קלונו געווארן. צוערשט דורך זיינ'ס א תלמיד און חסיד. וועלכער האט אריינגעקוקט אין פענסטער פונ'ם אויבערשטן שטאק. און געזעהן וואס ער האט געזעהן...די רעשט, ווי מ'זאגט איז היסטאריע...!
נשלח: מאנטאג יוני 27, 2022 9:25 pm
דורך לאמיר זאגן
berlbalaguleh האט געשריבן:לאמיר זאגן: מ'דארף אבער געדענקען אז אליעזר ברלנד בראשית דרכו איז געווען דער מערסט עפעקטיווער מנהיג אין ברסלב. ער אליינס איז א תלמיד חכם און א גוטער בעל דרשן. ער האט צוגעצויגן א סאך אפגעפרעמדטע און פארלוירענע נשמות. און זיי געמאכט פאר מענטשן. טראץ די משוגע'נע חלקים. אזוי ווי טאנצן און שרייען אויף די דעכער פון קארס. נאר לויט ווי ס'איז ארויסגעקומען אין די תחקירים האבן זיין משפחה און מקורבים געוויסט פון זיין פארדארבנקייט. און זיי האבן פרובירט עס צו האלטן אונטער קאנטראל. אן דערציילן קיין פרטים. כלפי חוץ האט עס אויסגעזעהן ווי ס'איז דא א מלחמה איבער מאכט צווישן די משפחה און נאנטסטע מענטשן. אבער ס'איז דאך ליידער שוין נתגלה קלונו געווארן. צוערשט דורך זיינ'ס א תלמיד און חסיד. וועלכער האט אריינגעקוקט אין פענסטער פונ'ם אויבערשטן שטאק. און געזעהן וואס ער האט געזעהן...די רעשט, ווי מ'זאגט איז היסטאריע...!
ריכטיג. די סיבה דערצו: פילע מענטשן, ספעציעל אין ארצינו הקדושה ווערן מורא'דיג פארקויפט פאר א טיפע בעלי נפש.
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 1:24 am
דורך אינטערסאנטער
טאמבל סאס האט געשריבן:אזוי זעט מען אויס ווען מען האט נישט צוגעהערט אדער ווען מען קען נישט קיין היברו אבער כדי מען זאל נישט זאגן עצל נשכר וועל איך דיר נישט מסביר זיין, נאר גיי אליינס און הער איבער וועסטו פארשטיין.
קען איך טאקע נישט קיין היברו, פארשטיי איך טאקע נאר א פערטל פון די תחקיר. איך האב נאר ארויפגעברענגט א געדאנק, און יתכן איך האב א טעות.